#צופאטשקעט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

#צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טראכט אריין
צומישטערהייט
צו איז פארהאן
עכטע קלארקייט

ער זאגט מיר
זע דארט ווייט
שטעגן פיר
פיל מיט לייט

ווער דארט גייט
שווארץ מיט ווייס
שא שטילעהייט
הארעלעך רייס

קוקן זיי אהער
פאלשע ליבע
זייער באגער
מחשבות מידע

ציט מיר אהין
שטארק קלעבן
בלוט ווערט גרין
צו זאלעך שטרעבן

איינער קען דא מאכן סענס?
כאנישט קיין אהנונג וואס איך האב געשריבן.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

נאופס, גאר צופאטשקעט!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

כ׳פארשטיי יעדעס ווארט... ביסלי רעדט פון עליענ׳ס אין א יו עף אוי. זע דארט ווייט, שטעגן פיר, פיל מיט לייט, שווארץ מיט ווייס, גרינע בלוט וכו׳
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

כינור האט געשריבן:כ׳פארשטיי יעדעס ווארט... ביסלי רעדט פון עליענ׳ס אין א יו עף אוי. זע דארט ווייט, שטעגן פיר, פיל מיט לייט, שווארץ מיט ווייס, גרינע בלוט וכו׳

איך האב אויסדרוקליך אזוי פארשטאנען... אבער ער ציהט למעשה א פאעטישע מסקנא. ער איז שוקל אויב מ'קען באמת אלעס מברר זיין, אויב מ'קען האבן צוטרוי אין וואס מ'זעהט אליינס, אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף אינסטינקט. גאר שטארקע קשיות. איך האב הנאה.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

אך... ער זאגט אז ער איז א פירער מיט שטאנגן....
לפנות בוקר
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מען רעדט פון יו עף אוס? ערגעץ דארט טראגט עס אהין אבער וויאזוי לויטעט די קעפל? צופאטשקעט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב אויך נישט קיין אנונג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

לפנות בוקר האט געשריבן:אך... ער זאגט אז ער איז א פירער מיט שטאנגן....

ווען עפעס שטייט אויף שטאנגען איז עס פיר שטאנגען
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

תגובה דורך טינט »

כינור האט געשריבן:כ׳פארשטיי יעדעס ווארט... ביסלי רעדט פון עליענ׳ס אין א יו עף אוי. זע דארט ווייט, שטעגן פיר, פיל מיט לייט, שווארץ מיט ווייס, גרינע בלוט וכו׳

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Bissli האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:אך... ער זאגט אז ער איז א פירער מיט שטאנגן....

ווען עפעס שטייט אויף שטאנגען איז עס פיר שטאנגען

ביסלי, מיין פירוש האט עפעס דערין אדער סתם געקראכן?
היכי תמצא האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:כ׳פארשטיי יעדעס ווארט... ביסלי רעדט פון עליענ׳ס אין א יו עף אוי. זע דארט ווייט, שטעגן פיר, פיל מיט לייט, שווארץ מיט ווייס, גרינע בלוט וכו׳

איך האב אויסדרוקליך אזוי פארשטאנען... אבער ער ציהט למעשה א פאעטישע מסקנא. ער איז שוקל אויב מ'קען באמת אלעס מברר זיין, אויב מ'קען האבן צוטרוי אין וואס מ'זעהט אליינס, אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף אינסטינקט. גאר שטארקע קשיות. איך האב הנאה.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

היכי תמצא האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:אך... ער זאגט אז ער איז א פירער מיט שטאנגן....

ווען עפעס שטייט אויף שטאנגען איז עס פיר שטאנגען

ביסלי, מיין פירוש האט עפעס דערין אדער סתם געקראכן?
היכי תמצא האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:כ׳פארשטיי יעדעס ווארט... ביסלי רעדט פון עליענ׳ס אין א יו עף אוי. זע דארט ווייט, שטעגן פיר, פיל מיט לייט, שווארץ מיט ווייס, גרינע בלוט וכו׳

איך האב אויסדרוקליך אזוי פארשטאנען... אבער ער ציהט למעשה א פאעטישע מסקנא. ער איז שוקל אויב מ'קען באמת אלעס מברר זיין, אויב מ'קען האבן צוטרוי אין וואס מ'זעהט אליינס, אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף אינסטינקט. גאר שטארקע קשיות. איך האב הנאה.

עפעס זאגסטו!

איך האב געוואלט שרייבן, האב איך געפענט סעמסאנג נאוטס און געלאזט מיינע פינגער שפאצירן איבער די קנעפלעך, ווען מיינע פינגער האבן גענומען א ברעיק, האב איך געכאפט א בליק און דאס געטראפן נישט וויסענדיג וואס איך וויל אפילו!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אסאך מאל מאכט מען אזוי די בעסטע סחורה.. ב"ה איך האב געטראפן א מעגליכע פשט.. עכ"פ פאר מיר האט עס זיכער איבערגעלאזט א געדאנק.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

איך האב אמאל געהערט אזא מעשה.
געוועזן איז ביי א געוויסער גרויסער גויאישער מוזיקאנט, וואס. האט געמאכט א ספעציפישער ליד וואס. איז געווארן גאר שטארק באקאנט איבער די וועלט.

די ליד פארציילט כאילו א מעשה אבער פירט נישט אויס גארנישט, מענטשן זענען געזיצן חדשים, און פרובירט מפרש צו זיין די טיפערע פשט פונעם ניגון.

דער קאמפאזיטאר האט קיינמאל נישט מסביר געווען וואס ער האט געמיינט ארויסצוברענגען, און וואס דער ליד זאגט טאקע.

האט מען אים אמאל געפרעגט, פארוואס ער זאגט נישט איינמאל פאר אלעמאל וואס איז פשט,

האט ער געענטפערט אזוי, וואו נאר איך בין מסביר וואס איך האב געמיינט צו זאגן בשעת'ן שרייבן, איז עס מער נישט קיין פיעס אוו ארט.
אויב איך זאג דיר וואו די ניגון מיינט אין מיין קאָפּ, פארלירט עס די ארטיסטישקייט דערפון.

פשט?
טראכט איך מיר אזוי.

ארט איז נישט אלעמאל געמאכט ארויסברענגן עפעס א אבסאלוט זאך.
ארט מוז נישט האבן ארויסגעברענגט וואס דער ארטיסט האט געוואלט ארויסברענגן, און נישט יעדער ארטיסט וויל עפעס ארויסברענגן,

וואו איך מיין צו זאגן איז, ארט איז א כלי, און ס'קען זיין א כלי וואס איך קען נוצן אריינצולייגן וואס איך וויל, און איך קען לאזן דעם הערער/ליינער/צוקוקער, אריינלייגן וואס ער וויל. אבער ס'איז א כלי, געמאכט זיך צו באנוצן דערמיט,

יא, מע'דארף קענען, נישט יעדער שמויגער קען בויען א טעפל וואס קען האלטן געפילן, מ'דארף קענען ארט, און פארשטיין ארט צו קענען קריעטן ארט, אבער ס'מוז מעגליך נישט האבן בכלל קיין פשט, ס'קען זיין געמאכט טאקע פאר דעם, צו זיין א עפענונג פאר דעם צוקוקער אריינצולייגן זיין געפיל, זיין מיינונג אין דעם וואס דער ארטיסט האט אנגעגרייט.
דער ארטיסט אליין מוז אפשר אויך נישט וויסן בעצם אויף הונדערט פראצענט וואס זיין שטיקל ארט זאגט?

איך האב א פוינט?
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיט דיין אינטערשריפט קעמענעס פארשטיין
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טינט האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אזא מעשה.
געוועזן איז ביי א געוויסער גרויסער גויאישער מוזיקאנט, וואס. האט געמאכט א ספעציפישער ליד וואס. איז געווארן גאר שטארק באקאנט איבער די וועלט.

די ליד פארציילט כאילו א מעשה אבער פירט נישט אויס גארנישט, מענטשן זענען געזיצן חדשים, און פרובירט מפרש צו זיין די טיפערע פשט פונעם ניגון.

דער קאמפאזיטאר האט קיינמאל נישט מסביר געווען וואס ער האט געמיינט ארויסצוברענגען, און וואס דער ליד זאגט טאקע.

האט מען אים אמאל געפרעגט, פארוואס ער זאגט נישט איינמאל פאר אלעמאל וואס איז פשט,

האט ער געענטפערט אזוי, וואו נאר איך בין מסביר וואס איך האב געמיינט צו זאגן בשעת'ן שרייבן, איז עס מער נישט קיין פיעס אוו ארט.
אויב איך זאג דיר וואו די ניגון מיינט אין מיין קאָפּ, פארלירט עס די ארטיסטישקייט דערפון.

פשט?
טראכט איך מיר אזוי.

ארט איז נישט אלעמאל געמאכט ארויסברענגן עפעס א אבסאלוט זאך.
ארט מוז נישט האבן ארויסגעברענגט וואס דער ארטיסט האט געוואלט ארויסברענגן, און נישט יעדער ארטיסט וויל עפעס ארויסברענגן,

וואו איך מיין צו זאגן איז, ארט איז א כלי, און ס'קען זיין א כלי וואס איך קען נוצן אריינצולייגן וואס איך וויל, און איך קען לאזן דעם הערער/ליינער/צוקוקער, אריינלייגן וואס ער וויל. אבער ס'איז א כלי, געמאכט זיך צו באנוצן דערמיט,

יא, מע'דארף קענען, נישט יעדער שמויגער קען בויען א טעפל וואס קען האלטן געפילן, מ'דארף קענען ארט, און פארשטיין ארט צו קענען קריעטן ארט, אבער ס'מוז מעגליך נישט האבן בכלל קיין פשט, ס'קען זיין געמאכט טאקע פאר דעם, צו זיין א עפענונג פאר דעם צוקוקער אריינצולייגן זיין געפיל, זיין מיינונג אין דעם וואס דער ארטיסט האט אנגעגרייט.
דער ארטיסט אליין מוז אפשר אויך נישט וויסן בעצם אויף הונדערט פראצענט וואס זיין שטיקל ארט זאגט?

איך האב א פוינט?

יא, האסט צוויי פאוינטס!

יעצט ווערט נאר שווער, פון וואו ווייסט א מענטש אויב ער איז א שמויגער אדער ער קען?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך האלט אויך אזוי.

ביסלי, דו ביסט זיכער קיין שמויגער. זעהסט דאך איך געלערנט פשט..

אזוי געפינט איינער אויס אויב ער איז א שמויגער אדער נישט. ער מאכט א שטיקל, און אויב ער באקומט אן עולם וואס איז אינטערעסירט צו לערנען פשט מיינט דאס אז ער איז קיין שמויגער. אויב דער עולם איז נישט אינטערעסירט, דאן... אדער קען ער ווארטן ביז ער טרעפט די ריכטיגע עולם וואס איז יא אינטערעסירט.

עס ווענדט זיך לויט ארטיסט (מיט ארטיסט מיין איך סיי ווער וואס איז מחבר אדער מאכט עפעס מיט 'טאלאנט', דאס רעכנט אריין שרייבער, פאעטיקער, וכו'). ס'דא וואס ווילן ווארטן ביז זיי טרעפן זייער עולם (איך האלט דערפון), און ס'דא וואס גיבן אויף.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

היכי תמצא האט געשריבן:איך האלט אויך אזוי.

ביסלי, דו ביסט זיכער קיין שמויגער. זעהסט דאך איך געלערנט פשט..

אזוי געפינט איינער אויס אויב ער איז א שמויגער אדער נישט. ער מאכט א שטיקל, און אויב ער באקומט אן עולם וואס איז אינטערעסירט צו לערנען פשט מיינט דאס אז ער איז קיין שמויגער. אויב דער עולם איז נישט אינטערעסירט, דאן... אדער קען ער ווארטן ביז ער טרעפט די ריכטיגע עולם וואס איז יא אינטערעסירט.

עס ווענדט זיך לויט ארטיסט (מיט ארטיסט מיין איך סיי ווער וואס איז מחבר אדער מאכט עפעס מיט 'טאלאנט', דאס רעכנט אריין שרייבער, פאעטיקער, וכו'). ס'דא וואס ווילן ווארטן ביז זיי טרעפן זייער עולם (איך האלט דערפון), און ס'דא וואס גיבן אויף.

;l;p-
און ס’דא וואס דער עולם לויפט אים נאך, למשל דו!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: #צופאטשקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Bissli האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:איך האלט אויך אזוי.

ביסלי, דו ביסט זיכער קיין שמויגער. זעהסט דאך איך געלערנט פשט..

אזוי געפינט איינער אויס אויב ער איז א שמויגער אדער נישט. ער מאכט א שטיקל, און אויב ער באקומט אן עולם וואס איז אינטערעסירט צו לערנען פשט מיינט דאס אז ער איז קיין שמויגער. אויב דער עולם איז נישט אינטערעסירט, דאן... אדער קען ער ווארטן ביז ער טרעפט די ריכטיגע עולם וואס איז יא אינטערעסירט.

עס ווענדט זיך לויט ארטיסט (מיט ארטיסט מיין איך סיי ווער וואס איז מחבר אדער מאכט עפעס מיט 'טאלאנט', דאס רעכנט אריין שרייבער, פאעטיקער, וכו'). ס'דא וואס ווילן ווארטן ביז זיי טרעפן זייער עולם (איך האלט דערפון), און ס'דא וואס גיבן אויף.

;l;p-
און ס’דא וואס דער עולם לויפט אים נאך, למשל דו!

שטייצעך, ביסט מתחילה געווען קיין שמויגער. מיר האבן שוין געוואוסט דיינע טאלאנטען נאך פאר דו האסט אנגעהויבן שרייבן, מ'האמיר נאר געווארט אז דו זאלסט אנהויבן שרייבן...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”