דורכגאנג (אויף די שניי...)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

דורכגאנג (אויף די שניי...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

(אויפן ניגון דורכגאנג פון מאטי אילאוויטש)


איך גיי דיר נישט זאגן אז,
איך וויל די זון זאל יעצט קאכן,
איך וויין אבער יא, אויף די אייז,
ס'גייט שוין אן, צופיל וואכן,

אויב כ'מאך נישט קיין גרייז,
מער ווי איינמאל פון אייז צושטאכן,
מ'זעמיר נישט פון ארקטיק קרייז,
די וועטער סיסטעם איז צובראכן...

איך זאג נישט מ'מוז האבן,
א שארער טראק א פלאכן,
אבער כ'קען נישט זיין באגראבן,
אונטער די שווערע שניי דאכן,

אויף די קעלט ווער וויינט - נישט,
אינדערהיים זענען די בנים,
די באריכטן שוין מ'ליינט נישט,
ווייל די וועטער שפריצט אין פנים,


זיין צובראכן, אויך נישט לוינט זיך,
צו די סיבירע פרעסטן, אויך צוגעוואוינט זיך,
פון די ציפעדיגע קעלט, אליין ס'שוינט זיך,
אלס קעניג פון שנייען, קוקט אויס, דאס יאר קרוינט זיך,


נאך א שטורעם, קומט א דערמאנונג,
גליטשיק מע'דארף א אונטערלאנונג,
אויף א נייע בליזארד ווארט מיט שפאנונג,
יעדע פאר טעג, צוריק פון אנפאנג,

טאטע זיסער, העלף אונז שויען,
די הויכע ווינטן ווי די וועלף וואויען,
צען פיסיגע שניי, טוט מיך ענויען,
און איינער זאל אויפשארן מיין דורכגאנג....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow זעיסט ווען א ריינע הארץ שרייט צו זיין טאטע מיט א אמת ווערט ער גליך געהאלפן!
יעצט דארף מען דאנקען פאר די שיינע וועטער!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

דו ביסט קריעטיוו!!
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גוט געזאגט מיט הערליכע גראמען!


טינט האט געשריבן:און איינער זאל אויפשארן מיין דורכגאנג....


אן אדרעס ביטע!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

און ס'שנייט נאכאמאל....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”