התבודדות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

התבודדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

און אזוי האט ער שפאצירט,
מיט די גיטאר אויפן רוקן,
די ווייסע קאפל נישט זיך רירט,
מורא פון גאט אויפ'ן וועלט טוט שיקן,

די צולאזטע האר שוין אין פייער ליגן,
איבערגלאזט פיאות שיין און לאנג,
פעדעמער פון די פיר עקן זיך וויגן,
און זינגען מיט, די בריאה געזאנג,

די לאנגע מיילן פעלדער גרינע,
אור אלטע שטיינער און היילן,
מיט א שטימע א שטילע א דינע,
צו די בלעטלעך דערציילן,

צו זעסטו דעם אינגערמאן,
מיטן תהילימל אין האנט,
שמועסט מיטן באשאפער זיין,
און ווייסט גארנישט אז ער שיינט,

פארלאזט די טריפה'נע מיליטער,
אריין אין די עלטערן'ס שול,
און מיט אמת'ע שטארקע געווער,
מארשירט ער זיגרייך ביזן ציל,

א לידל צוויי דריי צו גאט,
דאס פייער נאר גרעסער ווערט,
פארשטיין קען דער וואס האט,
א נשמה וואס א אידל דערהערט,

די דביקות אין א טענצל דערהייבט,
עס טאנצן מיט די ביימער און שטאם,
די חיות אין בהמות ווי פארטייבט,
מיט די מלאכים פון אויבן צוזאם,

אך ווי שיין! שרייט די וועלט אויס,
צום באשעפער זינגט דעם ליד
נעם דעם פאלק פון דארט ארויס,
ווי הייליג איז דיין איד!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: התבודדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אקעי, איך האב שוין לאנג באמערקט, אז געוויסע פאעזיעס מיינע באקומען מער תגובות ווי אנדערע, איז אזוי, האב איך נעכטן ארויסגעלייגט, א מער ערנסטערע שטיקל, נישט מוראדיג טיף, אבער, שטארק,
און יעצט לייג איך דאס.
לאמיר זען, וואס וועט געשען.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: התבודדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליכע ווערטער אויסוואהל, געוואלדיגע שורה׳לעך!

(צום עצם געדאנק קאננעקט איך עפעס נישט)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: התבודדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ענדע צדיק! האט געשריבן:הערליכע ווערטער אויסוואהל, געוואלדיגע שורה׳לעך!

(צום עצם געדאנק קאננעקט איך עפעס נישט)

מיינע ווערטער! ממש דעיס האב איך געוואלט שרייבן.
-
דעיס אז איינס באקומט מער און איינס ווייניגער האט מער צו טוהן ווי ביזי ס'איז אין אנדערע אשכולות און ווייזט נישט קיין סך אויף די עצם שטיקל.
איך למשל, קום אריין יעדע פאר טעג קוקן אויב איינער האט זיך געלאזט הערן דא, אבער פארהאן ווער ס'טרעט דא אריין נאר ווען ס'איז באורינג ערגעץ אנדערש.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: התבודדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אהההה, איך הער, ווייל למשל איך, איך דריי זיך נישט קיין סאך אין אנדערע אשכולות, אבער איך שרייב אסאך דא.
____

הרב שטומפיג שרייבט אויך אז דו קאנעקסט נישט צום איידיע, וואס איז די אישו טייערע חברים?
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: התבודדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

טינט האט געשריבן:אהההה, איך הער, ווייל למשל איך, איך דריי זיך נישט קיין סאך אין אנדערע אשכולות, אבער איך שרייב אסאך דא.
____

הרב שטומפיג שרייבט אויך אז דו קאנעקסט נישט צום איידיע, וואס איז די אישו טייערע חברים?

זיי זענען אפשר נישט אזעליכע געפילישע מענטשן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: התבודדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טינט האט געשריבן:הרב שטומפיג שרייבט אויך אז דו קאנעקסט נישט צום איידיע, וואס איז די אישו טייערע חברים?

פאעזיע איז א טיפע געפיהל וואס מען טרייט צי ארויסגיבן אין ווערטער, אויב פעלט מיין געפיהל צו די ׳טאפיק׳ קען איך נאר קאנעקטן צו די שורות, די טאלאנט, אבער נישט די געפיל - וואס דאס איז עכט די גאול פון א גוטע פאום.

איך האב א נאטירלכע אפשיי (און רעספעקט) צו די עלעמענט וואס דו באשרייבסט, סאו אויטאמאטיש רעדט עס נישט צו מיר.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”