ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

די ערשטע העלפט איז געמאכט געווארן אונטערן רושם פון די סקווערע טראגעדיע, נישט ארויס געגעבן דאן, ווייל כאב געוואלט ארבעטן אויף די צווייטע העלפט, אבער זעט אויס אז מען מוז אריין פאלן טיעף אין די ניין טעג, אז די מחשבות זאלן קענען לויפן אויף דעם וועג.

בניגון ליכטעלעך.

*א שמחה אזוי שיין
יעדער גרייט צו גיין
מען גייט פארן אלע צוזאמען

*די קינדערלעך די קליינע
נשמה'לעך ריינע
צוזאמען מיט טאטן און מאמען

*מיט שמחה מען פארלאזט דאס הויז
אויפן וועג מען פארט ארויס
יעדער איז פרייליך ביז גאר

*מען פארט אויף די וועגן
געסעלעך און שטעגן
און פלוצלינג עפעס שרעקליך גייט פאר

**נהפך לאבל מחולינו
אן עקסידענט לא עלינו
ארום און ארום אלעס א חורבן

**צושמעטערט און צוריסן
בלוט טוט זיך גיסן
עס איז ליידער דא מער ווי איין קרבן

***אוי אוי ליכטעלע ליכטעלע נישט איינס נאר דריי
פון איין משפחה א הימל געשריי
טאטע טאטע עד מתי

***קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא
ווערן צוגעשמידט צום שפיטאל בעט
קער נעמען פון זיי ווער וועט

**דער טאטע קען שוין גארנישט צו געבן
די מאמע צווישן לעבן און טויט טוט שוועבן
אויף גוטע בשורות מען ווארט צו הערן

**מען ווארט אויף גוטע נייעס
זי זאל צוריק באקומען איר פולע חיות
אבער אנדערש פון הימל טוט מען באשערן

***אוי אוי ליכטעלעך ליכטעלעך נישט דריי נאר פיר
ווי קען מען דאס ארויס ברענגען אויף פאפיר
טאטע טאטע וויפיל איז די שיעור

***עס טוט דאך אזוי וויי די שטאך
ווי קען מען אויסהאלטן אזא בראך
עד מתי טאטע, טאטע ווי לאנג נאך

**המקום ינחם
זיי דיך אויף זיי מרחם
ווי אזוי, נאר דו ווייסט

**דו ביסט דער כל יכול
עתיד הקב"ה לעשות מחול
נאר פון דיר קען מען אננעמען א טרייסט.

***

*דער באשעפער פון די וועלט
אלעס אהער געשטעלט
געבויעט אזא גרויסע דירה

*הימל ערד בהמה חיה
ליכטיגקייט טינקלקייט אלעס אין א רייע
די ציל איז אבער דער מבחר היצירה

*אדם נח ביז די אבות די דריי
דערנאך די שבטים אזוי געטריי
אט איז מען אין מצרים

*מען ארבעט אן קיין שיעור און ערך
ממש עבודת הפרך
מען פייניגט אינדרויסן און אינדערהיים

**ענדליך די שמחה איז גרויס
מען גייט פון דארט ארויס
מען דערנענטערט זיך צום גרויסן בורא

**אין מדבר אונז מען פירט
אן הייליגקייט מען שפירט
אט באקומט מען די הייליגע תורה

***דער ציל איז דאס מאל
אנצוקומען קיין ארץ ישראל
אבער פלוצלינג עפעס שרעקליך פאסירט

***געטוישט האט זיך דער פלאן
אין מדבר פערציג יאר דארף מען זיין
ווייל מען האט זיך נישט ערליך אויפגעפירט

**עס ענדיגט זיך דער זמן
קיין ארץ ישראל מען גייט אריין
מען קומט שוין אן קיין ירושלים

**דער באשעפער איז פרייליך אז מען לערנט תורתו
איש תחת גפנו ותאנתו
מען בויעט פאר אים זיין הייליג היים

*די עבודות גאר הייליג
יעדער נעמט א חלק
אידן זענען ברום המעלה

*מלכים שופטים נביאים
אם בחקתי תלכו ווערט מקויים
אלעס פירט זיך מאוד נעלה

*כהנים בעבודתם
ולוויים בדוכנם
וישראל במעמדם

*ארץ ישראל טוט בליען
פון מלחמות טוט מען רוען
עס דערקענט זיך דער אתם קרויים אדם

**נהפך לאבל מחולינו
עבירות מען טוט לא עלינו
עס קומט אן דער ביטערער חורבן

**אלעס וואס איז אונז טייער
איז ליידער ארויף אין פייער
נישט דא מער קיין עולה וקרבן

***אוי אוי ליכטעלעך ליכטעלעך נישט איינס נאר צוויי
נישט דא מער קיין בית המקדש אוי וויי
טאטע טאטע עד מתי

***עס טוט אונז אזוי באנג
דער גלות אזוי לאנג
ווען קומט שוין בית המקדש נאמבער דריי

***טאטע טאטע מיר האלטן שוין נישט אויס
נעם אונז פונעם ביטערן גלות ארויס
מיר זאגן צו מיר וועלן זיין וואויל

***נעם צוזאם אונזערע טרערן
דעם שופר של משיח לאז אונז הערן
שיק אונז שוין יעצט דעם גואל

**המקום ינחם
זיי דיך אויף אונז מרחם
ווי אזוי, נאר דו ווייסט

**קול מבשר ואומר
נחמו נחמו עמי יאמר
נאר פון דיר קענען מיר אננעמען א טרייסט

**טו א נייע בלעטל אויפמישן
בוי אויף דעם בית המקדש השלישי'ן
קיין ירושלים אלע צוזאמען גיין

**יום גאולתינו באה
ושם נעלה ונראה
ובא לציון גואל במהרה אמן.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

Wow
האסט מיר צישאקעלט
די טלאנט איז הפלא ופלא
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

( I didn't know that ur still alive)
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

רייך. תוכנ'דיג. הארציג.

א מעסטערפיעס!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך הער
איך הער
כ'וויש א טרער

א דאנק אייך
הארציג און רייך
איר יכול'ו די פאך.

זאל מיר געהאלפן ווערן שוין
זיך צוריק קערן דאס קרוין
אט אט, שובי לבצרון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

מאסיוו!

זייער הארציג אראפ געלייגט, (איך האב מער הנאה געהאט פון די צווייטע חלק)
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אמן כי"ר במהרה בימינו.

אביסל צולאזט די פארפרוינע געפילן
ריכטיג געטון ציהלן

עס ווערט א געוויין
מיר ווילן אהיימגיין

בקרוב די טרערן פארווישן
אן זיך מוטשען

קיין ירושלים גיין
דארט וועס אלעס זיין פיין
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער זייער שיין, הארציג, אמת׳דיג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איך הער, לייגסטעס ווען צוויי טעג פריער וואלטעך דיך געקענט זאגן א פערזענליכען שכוח,

מאסיוו!!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

זייער זייער שיין!

און ברוכים הבאים, קום ארויף אפטער!!
כאב אסאך געליינט דיינע ארטיקלען, וואס דו האסט געוואלט און געפלאנט און געטראכט... זייער הנאה געהאט.
שיק אריין נאך אז דו קענסט.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער זייער שיין


די מאמע פעלט אבער
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הארציג און צום זאך.
שכח.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ארבע מי יודע - שלשה מי יודע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פאר'ן אפשטויבן דיין פעסווארד און ברענגען אביסל פון דיינע טאלאנטפולע סחורה לכבוד די דאזיגע טעג, שיתהפכו בקרוב לימי ששון ושמחה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”