יעשה שלום עלינו

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

יעשה שלום עלינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שלום און פרידן
איז פארגעסן געווארן
זאכן פארשידן
ברענגען אן צארן

גרויזאמע צייטן
אין די וועלט געקומען
ווען וועט זיך בייטן
ווער וועט באשטימען

אין יעדע לאנד
אריבער די וועלט
אנטפלעקט זיך שאנד
א שרעקליכע שעלט

יעדער דערציטערט
נישטא קיין פלאן
הערצער דערביטערט
וואס וועט דא זיין?

***

מען ברויך אפערירן
זיך בעסער פירן
אויך יענעם שפירן
ווען דאס געשעט

זיך נישט פארלירן
די געהירן
און טאלערירן
די וועלט זיך בעט

דעם זעל מושטירן
די קאפ בארירן
דאס אינפארסירן
ביז מען זעט

זיך זעלבסט באצירן
מען עפנט טירן
אינאיינעם מארשירן
בעסער ווערן וועט
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: יעשה שלום עלינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מייסטערהאפיג ווי נאר טושטיך קען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: יעשה שלום עלינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

געוואלדיג!
געוואלדיג!
געוואלדיג!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: יעשה שלום עלינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

@טישטוך בטישטוכותו!
וואנדערפול!!!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”