דער ‎⁨בינענשטאק‎.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד



איבער בלומען, זומען
פרייליך דזשומען
טוט ווידער
איר גערודער

ספעציעל
געקליידעט אין געל
מיט געשטרייפטע פאסן
איבער די גאסן

ארומרייזן
אין קרייזן
אויפזוכן
זי איז מוכן

נעקטער נאגן
און ארומטראגן
א ווידער בליאונג
פון ערציאונג

ווי אין בינען שטאקן
גאנצעטע בלאקן
נאך און נאך צושפרייט
און ווידער איינגעזייט

כאטש א זאטע
פאר דורות ווייטע
נאך זיסקייט קלייבן
עס זאל בלייבן

זיי צי פירן
און פראדוצירן
נאך אסאך
פון די זיסע זאך

אין די גריבעלעך
׳וואקסן׳ שטיבעלעך
מיט פלייסיגקייט
האניג גרייט

א דערקוויקעניש
די אנשיקעניש
איך טוה געניסן
פון אירע ביסן

ארומגעפלויגן
אויסשטעכן די אויגן
פון די וואס ווילן
די טראדיציע אפשטילן

זאל זי נאר שטערן
די פארקער׳ן
זאל ווערן פארמערט
אבי צוריקגעקערט

ארייננעמען פיהל
זיי פירן צום ציהל
און לערנען דארט געוויס
וואס נאך מער פון האניג זיס!



צום ווידער ערשיינונג פון די קינדערלעך שטייענדיג און ווארטנדיג ביי די באס-סאטפס געלויבט דעם אויבערשטן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;a-1; מייסטערהאפטיג!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:.

געשמאק!
ס'שמעקט פון א פריילעכע געשמאקע זומער.
הערליך און פיל מיט טאלאנט
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

אאהההההההההההההההה!!!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

טאלאנטפול און רייך!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מתוק!

אבער איפה דבורה'לה?
וואו איז מיין בינעלע?
פארשפארט אינעם שטאק,
איך זעה איהם דארט סטאק.

צום ערשיינונג פון די קארס און ווענס שלענגען זיך צום חיידער און סקול, ווען אינדערזייט די אלע 'בינען' געפארקט אן קיין צייכענעס פון לעבן.
מי יתן ביי אונז זאל שוין אויך מקויים ווערן ושבו באסעס לנסיעתם!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

הערליך שיין ענדע. ווי אייביג!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

א געשמאק ווינקל פון די שווערע איבערלעבענישן.
ענדי האט אונז נישט אנטוישט, ווי אייביג!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ניטאמאל געוויסט ס'מעגליך צו ליינען אזוי שיינע זאך. פשוט הערליך, געמאלן א בילד אין קאפ, אויף א שטאפל ווי די בין אליינס. יאשר כוח.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דער ‎⁨בינענשטאק‎.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

זייער גוט
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”