א שטומע געשריי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איך שטיי ביינאכט און קוק אויפן הימעל
פארוואלקענט דארט ווייט
די וועלט פארכאפט אין דרימעל
די שטילקייט די פונסטער שניידט

אין די ליפט סהערשט א פייכקייט
און א ווינטעל אויפן פנים קלאפט
די אויער טוט וויי פון שטילקייט
די מעכטיגע וועלט איז פארשלאפט

מהערט קיין גערויש אין פונסטער
סהערט זיך נישט קיין שום קול
די זון אז שוין פון לאנג ארונטער
און ספעלט די ליכט זויל

אפילו אויך די פייגעלעך
האבען שוין די אויג פארמאכט
די מענטשהייט פארהאקט אין די הייזלעך
סקוקט אויס א שטילע נאכט

אבער א קול וואס טוט זיך נישט הערן
א קול וואס שרייט שטיל
א קול וואס טוט קיינעם שטערן
א קול פון א הארץ פיל

א קול וואס מאכט נישט קיין גרודער
א קול וואס לאזט ריען
א קול פון א הארץ א מידער
וואס קען שוין נישט מער ציען

א קול וואס שרייט און ריפט און מאנט
א קול וואס אויב מען וואלט דערטאפט
אויב וואלט עס צו די אויער געקומען נאנט
א ציטער און שוידער וואלט געכאפט

ווער איז די מענטש וואס שרייט פארשטומט
ווער איז די מענטש וואס זיין קויל ווערט פארלוירן
א מענטש וואס פילט זיין לעבן פארקרומט
א מענשט מיט ווינדער פארוואס ער איז געבוירן

שרייט א הארץ פון פיין
סשרייט דארטן טיף
ווער קען זאגען סוועט בעסער זיין
ווער קען רעטען די איינזונקדיגע שיף

סשרייט א הארץ געב מיר א גלעט
סשרייט א הארץ מזאל איר פארשטיין
אנגעגעסן מיט דורכפאלן צו די זעט
סשרייט א הארץ לאז מיר נישט אליין

אנגעלאדנט מיט געפילן א פעקל
שרייט א הארץ וואס איז פאמאכט
סבעט נעם אראפ מיין דעקל
און הער אויף קיקן מיט פארדאכט

צי ווייסטו וואס עס טוט ליגן
וואס עס איז דערשטיקט
סנישטא די ווערטער צו ווערן געשריבן
וואס אלץ ליגט דארט צודריקט

א הארץ שטרומט און דרייט איבער
סוויינט און פאדערט טויש
אבער ווי קום איך די בארג אריבער
שוין נאכאמאל וואס איך מיך אנטויש

נאך טעג פון דורךפאלן
טעג אן הצלחה
פון טרערן קענאלן
וואס וויינט פאר הדרכה

נאך טעג קלעטערן אויף בארג און טאל
נאך פיל זיך שלאגען און פרובירן
קוקט עס נאך אלץ אויס אזוי שמאל
צו וועל איך דורכפירן?
--------
מיין הארץ רייסט אויף אין די פונסטערע נאכט
מיין נישט אז איך האב עס פארמאכט
איך וויל אויך באשיינען די וועלט מיט פראכט
אבער אין וועג שטייט א שווערע שלאכט

אבער די פאקט איז שטארק און קלאר
איך זאג צו סאיז אמת און וואר
אז נישט נאר שעות אפאר
נאר שוין לאנגע יאר

טוע איך פרובירן צו געווינען
און צו גוטס מיין לעבן שפינען
און צו אנטלויפן פון די שלעכטס דערפונען
אבער שטיינער טוע איך באקומען

יא איך וויל אויך פטור ווערן
פון די אלע מניעות און שטערן
יעדן טאג מיט פרישקייט קלערן
היינט טוב אויף רע מערן

איך ווייס דו מיינסט אז איך בין שלעכט
און סקוקט אויס ווי דו ביסט גרעכט
אבער דו האסט נישט געזעהן די געפעכט
אין די פילסט נישט ווען מיר עס שטעכט

דו זעהסט נישט וויפיל מאל געזאגט ניין
פארן דורכפאלן מיט געוויין
און די ווייסט נישט וויפיל מאל געבליבן שטיין
און נישט געטוען עובר זיין

די זעהסט נאר מיין דורכפאל
אין ווען פארטונקעלט מיין שטראל
דו גייסט נישט דעם עקסטערע מייל
צו זעהן ווען איך האלט יא די בהמה אין שטאל


ס'נאר דא איינער העכער פון וועלט
וואס פאר אים מיין הארץ נישט פארשטעלט
ער האט די שליסל צום פארמאכטן געצעלט
און איך האף אז פון מיר ער קוועלט

נאר מיין טאטע ער פארשטייט
נאר ער מיט מיר אין מלחמה גייט
ער איז מיט מיר אין יעדע צייט
נאר ער אין מיר גלייבט

ווייל נאר איז עכט דא
און באגלייט מיר יעדע מינוט און שעה
ער פאר שטייט יעדע נקודה
פון מיין לב חשיכה

נאר אויף דיר איז מיין גלייבן
מיין האפנוג אויף דיר טוע איך לייגן
אז דו וועסט מיר נאך דערהייבן
און דיין אייביגער קנעכט איך וועל פארבלייבן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

נישטא קיין ווערטער!!!!!!!!!!!!!!!!!
אזא זיסקייט, אזוי שיין, איך קען מיך נישט איבערקומען
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

האסט שנעל געליינט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הערליך און מלא תוכן!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מז"ט פארן שר ה50
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ניין און יא האט געשריבן:מז"ט פארן שר ה50


טאלקינג טו מי? אויב יא, שקויעך,
און טשעק אישי - נישט קיין חילוק אויב ס'איז פאר מיר אדער נישט....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין מילים!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין! און צום הארצן!!

ס'שפריט זיך זייער הארציג צו ליינען דיינע שירות...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

דו שרייבסט "שוין נאכאמאל וואס איך מיך אנטוישט"
דעיס איז אזוי גוט!! איך האב דיך ליב!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

א הויכע געשריי: שכח!

טעגס: #הארץ #געפיל #גראם #פאעזיע #מייסערווערק #נייןאוןיא
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטומפיג האט געשריבן:א הויכע געשריי: שכח!

טעגס: #הארץ #געפיל #גראם #פאעזיע #מייסערווערק #נייןאוןיא
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

@ניין און יא, איך בין נייגעריג צו וויסן, איז דא עפעס א ניגון וואס דו ברומסט דיר אינטער ווען דו שרייבסט גראמען?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

פעיק נוז האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:א הויכע געשריי: שכח!

טעגס: #הארץ #געפיל #גראם #פאעזיע #מייסטערווערק #נייןאוןיא
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אלטער האט געשריבן:@ניין און יא, איך בין נייגעריג צו וויסן, איז דא עפעס א ניגון וואס דו ברומסט דיר אינטער ווען דו שרייבסט גראמען?

ביי די יודעשע פאעמס כמעט אייביג
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ניין און יא האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:@ניין און יא, איך בין נייגעריג צו וויסן, איז דא עפעס א ניגון וואס דו ברומסט דיר אינטער ווען דו שרייבסט גראמען?

ביי די יודעשע פאעמס כמעט אייביג

נו אפשר וואלט כדי געווען ארויף צו לייגן וועליכע ניגון אז דער עולם זאך זיך אויך קענען אינטער ברימען...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

טינט האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:מז"ט פארן שר ה50


טאלקינג טו מי? אויב יא, שקויעך,
און טשעק אישי - נישט קיין חילוק אויב ס'איז פאר מיר אדער נישט....

יא איך רעד צו דיר
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א פארקירמטע וועלט... איינמאל איך וויל דיר געבן א לייק מיטן פולן קראפט איז די קנעפל נישט דא?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

;l;p- נאדיר א גרינע
הערליך הערליך מקען צוגיין אין די געפילן

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: א שטומע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

געוואלדיג
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”