הלוואי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

הלוואי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אויף די ניגון הלוואי. מאטי אילאוויטש.


ביים חופה הערליך שיין, גייסטו שטיין, מיט געוויין, נישט פון פיין,
נאר פול מיט האף, צום נייעם לעבן,
טרערן פארגיסן דערויף, ער זאל ערפולן דיין שטרעבן,
צום חופה דו טרעטס'ט,
הייסע תפילות דו בעטסט'ט,

א שטוב מען שטעלט אויף איין, מ'וויל זאל זיין, פול מיט ריין, אידיש חן,
זרעא חיה, וקיימא, פריילעך געזונט, בגוף ונשמה,
היינט איז די צייט,
ווען דו זאגסט, מקודשת הרי את,

...

און יעצט ווען אין די הייליג זמן מ'שטייט,
טראכט נאר טיף אריין צו דו ביזט שוין גרייט,
השפעות גייסט ברענגן, פונעם הימלישן מעין,
בעט פונעם גוטן גאט, זאל דיר אויף אלעם פארצייען,

און פון דיינע אייגענע קינדער, די נשמות די פונקען,
אן קיין ווערטער, בעטן זיך ביי דיר און ווינקען,
יעדע רגע גוט נוץ אויס, זעה, מאך זיכער, נישט פארשפעט'סט,
ווייל אונז וויינען מיט , מיט דיר, ווען דו בעטסט,

הלוואי, כל ימי,
זאל בלייבן אזוי ליכטיג און זיס, ווי די היינטיגע נאכט,
הלוואי, בעט מיט זיי,
זאלסט באקומען וואס דו האסט זיך, געוואונטשן און געטראכט,

הלוואי, ווען איך גיי,
אנהייבן וועבן, מיין אייגן גאלדענע קייט,
הלוואי, צו הימל שריי,
א גאנצן לעבן, זאלסטו נאר וויסן פון פרייד,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: הלוואי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

..
לעצט פארראכטן דורך טינט אום זונטאג יוני 21, 2020 8:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: הלוואי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

איך האב גאר גאר ליב די ארגינעלע ב.ד.וו.
גאר פאעטיש, גאר שטארק.
לעצט פארראכטן דורך טינט אום זונטאג יוני 21, 2020 8:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: הלוואי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

שוין, האסט מיר אויסגעכאפט.. כ'האב שויניש וואס מגיב צו זיין!
!Vox Populi, Vox Dei
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”