פון וועליכע קוק ווינקעל

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

פון וועליכע קוק ווינקעל

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג מאי 11, 2020 2:02 pm

מיין קינד איך זעה דיין ווינדער
און איך זעה דיין פיין
פארוואס די אידשע קינדער
דארפן אנדערשט זיין

סדא א גרויסע וועלט
פיל מיט פארגעניגן
מיט הנאה אויסגעשטעלט
פארוואס דארפן מיר זיך קריגן

די וועלט צי מיר לאכט
סטיט מיר איינלאדענען
פארוואס דארף איך דעם שלאכט
און פרישות פראווענען

די וועלט מיט אלע פעלקער
פון גארנישט מען האלט זיך איין
פון הנאות די גוי קוועלט ער
פארוואס אזוי מעונה דארף איך זיין

ווער נאך טוט אזוי קריגן
ווער נאך איז אויפן שלאכט
אפולי ווען איך טוע שוין זיגן
איז א פרישע מלחמה יעדע נאכט

פארוואס טאר איך נישט פאר מיין גוף
געבען וואס זי פאדערט און דארף
פארוואס דארף איך אפווארפן איר ריף
פארוואס דארף איך זיין אזוי שארף

פאר וואס קען איך נישט וי אלע
און די וועלט זיך איינטוקען
מיינע תאוות זיין ממלא
און אין הנאה איינזינקען

פארוואס טאר איך נישט אלס טוען און זאגן
אויף אלס איז דא א צוים
אויף אלס דארף איך מיך פלאגען
און אפי טראכטן מעג מען קוים

אויף יעדע זאך איז דא א וואנט
און צו יעדע זייט א גבול
נישט קיין חילוק ווי אינטרעסאנט
קען מייו הנאה קיינמאל זיין פול

וויפיל נעכט נאך
וועל איך ווערן צוריסן
טאג נאך טאג וואך נאך וואך
מיט שווערע באשלוסין

בני בני בני

דיין שאלה
מיט דיין ווייטאג
וואס די ווילסט זיין ווי אלע
דיין אויפרעגניש אויף דיין פלאג

קומט פון א קיק ווינקעל
וואס איז נישט ריכטיג
דו טאפסט און די טוקעל
און דאס פארעכטן איז וויכטיג

פון דיין קוק די פארשטייסט
אז וואס סאיז דא איז די קערפער
נאר סאיז ''אויך'' דא א גייסט
און די מיינסט אז סאיז ''אויך'' דא א באשאפער

ווייל די קיקסט פון דיינע אויגן
וואס איז נשפע פון גשמי און פיזיק
די טוטסט פארזעהן די גלויבן
און פון די עיני השכל'ס קוק

איז איך וויל דיר ערקלערן
אז וואס די זעהסט איז א קליין
חלק פון וואס עס טוט באמת ווערן
און וואס סאיז מאוס מיינסטו סאיז שיין

אבער וואס סאיז דא איז די באשאפער
און די וועלט איז א נברא נאר
די מיינסט אז איז גרעסער
אבער סאיז קליין ביז גאר

די זאך וואס איז דא
איז די נשמה זי אליין
נאר לצורך שעה
באהאלטן אין די גוף איר שיין

די גוף וואס פארפירט
איז א צודעק בלויז
אפולי אז דאס איז די 'איך' איר שפירט
איז עס נאר פאר די נשמה א הויז

און אז ס'ציט צי זאכן שלעכטע
און די ווילסט פארפארן
איז עס נישט די 'דו' די עכטע
סאיז בלויז פאר אפאר יארן

און אפילו ווען די ווערסט צופליקט
פון די ניסיונת און רצונות
ווען די וואלסט געקיקט
וואלסטו געזעהן אז סאיז דמיונות

די גאמצע ענגער און פיין
קומט פון די רוח פון גאס
אז די עיקר טוט די גוף זיין
און צי פארברענגען מיט ליצנות און שפאס

וויל אויב מען וואלט געכאפט וואס מען ווייסט
אז מען איז דא פאר א באגרעניצטע צייט
און וואס בלייבט איז די גייסט
וואלט מען אנגעקומען אסך מער ווייט

מען וואלט אויפגעהערט נאכלויפן
די תענוגים און תאוות פארן הארץ
און די ביזנעס געטוען פארקויפן
אנארקענט אז די דיפאלט וועג איז שווארץ

אפילו אויב די הארץ וואלט נאך אלץ געצויגן
און די תאווה וואלט געברענט
אבער די אמת פאר די אויגן
ראטעווען וואלט געקענט

וויל אויב די ציל איז א שטייפע
און סאיז לויט די אמת אויס גאהאלטען
פאלט מען נישט ווי פרוכט רייפע
און תהום'ס שפאלטן

ווען מטוישט די פלאץ
פון ווי מען זעהט די יקום
א רווח אן א שאץ
ווען די וויא מען דרייט ארום

ידן מען דארף פשוט
וואס מען גלייבט סיי ווי סיי
אריינעמען גוט
און צום אמת זיך געבן א דריי

זיך אפרייסן פון די וועלטס פאלשקייט
און פון וואס זיי פארציילן
אנערקענען און העכרקייט
און פון די גשמיתדיגע בליק זיך אפטיילן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: פון וועליכע קוק ווינקעל

תגובהדורך בלא בלא בלא » מאנטאג מאי 11, 2020 2:47 pm

וואוי!

גאר תוכנ'דיג און קריעטיוו!

יא און יא!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט