טראכט און כאפ

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

טראכט און כאפ

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג מאי 04, 2020 2:35 pm

מיין קינד איך הער דיין ריף
איך קיק אריין טיף
אין די אויגען דיין
איך זעה א ים פון פיין
עפעס טוט דיר דריקן
מיט ווינדער טוסטו קיקן
איך פארשטיי דיין שאלה
פארוואס לעבען אלע
צי איז עס רעכט
אז אלע וואס זענען שלעכט
טוען נישט וואס סאיז הייליג
האבען נאך אלץ אויפן וועלט א חלק
קיינער טוט זיך נישט אפשטעלן
מען וויל נאר פין הנאה קוועלען
קיינער נישט טראכט
פארוואס מען האט אונז געמאכט
איך בין גאר דער וואס איז אינטרעסאנט
און ווען איך פרעג רעד איך צום וואנט
יעדער וויל נאר מיטן לעבען אנגיין
קיינער וויל נישט בלייבן שטיין
אויף די שאלה פין לעבען
פארוואס מען האט אונז עס געגעבן
סמאכט סתם דיפרעסט
די עיקר אינזשאוי די רעסט
און אפילו איך ווען איך טראכט
ברענגט עס אויף א גרויסע שלאכט
סאיז מחייב צי דינען און טוען זאכן
אפלאזען די ליצנות און לאכן
ווייל ווען מטוט אנערקענען
אז די גיהנום טוט עכט ברענען
און די גן עדן איז באמת דא
טוט עס קריגען אויפן חיי שעה
און די הייליגע נשמה
מיטן גוף גייען אין מלחמה
און ווען מיט די מחשבות מטוט לעבן
אויפ דעם איז א נאמען געגעבן
א ציקוועטשטער ינגערמאן
וויל אויף דו וועלט ער טיט נישט זיין
אבער איינמאל די ברען איז געקומען
קען עס זייער שווער ווערן אראפגענומען
און מען לעבט אין צוויי וועלטען
אין די וועלט די פארשטעלטעטן
און אין די עולם האמת די ריינע
אלס אין איין מענטש א קליינע
אבער סאיז בעסער די זיבציג יאר
אין א מלחמה שווער ביז גאר
צי קריגן און זיך ברעכן
די שונא הרגנען און שטעכן
ווי איידער א לעבן מיט פארגעניגן
וואס די תכלית החיים טוט מען נישט קריגן
ווייל אויב מען איז אויף די פלאנעט
האט איינער געמאכט אז אזוי זיין וועט
אין ער האט א פלאן א קלארען
וואס אויף די וועג מיר זאלן פארן
און קיין אנדערע אויסוועג
נישט מקען און נישט ממעג
ווייל ער גוט ווייסט
און ער האט געמאכט אונזער גייסט
און נאר ער קען אןנז זאגען
אויף וואס מיר זאלן זיך פלאגען
דעריבער האטס נישט מורא
צי אינגאנצן פאלגען די בורא
אין אריינצוקלערן
פארוואס מיר האבען געטוען ווערן
און צי דערגיין די ציל
און כאפן אז סאיז נישט קיין שפיל
זאל אינז הד זיין מדריך
און ברענגען משיח
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אוועטאר
נקודהלע
שר האלף
תגובות: 1044
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: טראכט און כאפ

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג מאי 05, 2020 5:04 pm

אלף אחד! מורא'דיג...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט