בכה רבי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

און ווען רבי האט געזעהן
האט ער געוויינט זייער
א מעשעה פלא איז געשעהן
א בעל תשובה א נייער
א בעל עבירה איז ער געווען
אין אים א יצה”ר פון פייער

ער האט איבער געדרייט די וועלט
תאוות איז געווען זיין לעבן
גארניט האט אים נישט אפגעשטעלט
צי עבירות געווען זיין שטרעבן
פאר דעם זיין לעבן איינגעשטעלט
אלע געלט געווען גרייט צו געבן

זיבען טייכן אדורך געשווימען
וועלדער און בערג געקראכן
די תאווה האט אים באנומען
און די יצהר האט געטוין קאכן
אבער ווען אנגעקומען
האט זיין געוויסען אים געשטאכן

סהאט אים אנגעכאפט א שאק און ציטער
ווען מען האט אים געטעון זאגען
אז סוועט שוין בלייבן ביטער
און נישט קיין חילוק וויפיל ער וועט פלאגען
וועט זיין תשובה נישט זיין א גיטער
און דאס האט אים שטארק ציטראגען

האט ער באשלאסן הילף צי זיכן
און צי די בערג געלאפען
צי זענט איר מיר העלפען.מוכן
בעטן מען זאל מיר נישט שטראפען
אפגעזאגט זיי האבען אין גיכן
קוים פאר אונז מיר טוען האפען

צי די טייכן צוגעגאנגען
אין אויך צי די זון און שטערן
הילף געטוען פארלאנגען
זיי זאלען פאר אים וועלטען קערן
מיר טוען אויך און תפילות מאנגלען
קודם פאר אונז ווילן מיר בעטן מערן

און ווען ער האט שוין אלס פראבירט
האט ער געטוען פארשטיין
קיינער פאר אים פארפירט
ער דארף טוען עפעס אליין
זיין הארץ געווארן גערירט
און אויסגעבראכן אין געוויין

זיין קאפ און די פיס געשטעקט
און געוויינט א געוויין א טיפן
טרערן האבען זיי אויג פארדעקט
געוויינט אויף זיין וועג די שיפן
ביז אין הימעל האט מען אלס פארמעקט
אין זיין נשמה צוריקגעריפן

פון הימעל ארויס א קול
רבי אלעזר בן דורדיא צי עולם הבא
האט רבי געווינט און געזאגט מיטן מויל
ס"דא וואס זענען קונה עולמם אין איין שעה
אין איין מנוט מקען ארויס פון שאול
''יודען נעמטס א מוסר השכל פון דא'''
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הערליך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליך שיין!
יישר כח
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הערליך שיין! קלאר און טאלאנטפול!

מיט דיין רשות, גיי איך צולייגן א הוספה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לכאורה דארף מען פארשטיין
וואס איז פשט פון רבי'ס געוויין?
א בשורה א מאסיווע
איבערן נייעם בעל תשובה
הערט רבינו הקדוש כמתנבא
ער איז גאר זוכה צו עולם הבא!
וואלט זיין שמחה געדארפט זיין גאנץ
און זיך ארויסלאזן אין א טאנץ!
רבי וואלט זיך געדארפט פרייען
יענעמ'ס עבירות געטון פארצייען!
נאך א איד ארויס פון שאול תחתית
אלע עולמות באלייכט עס!
אויב אזוי לבכייה מה זו עושה?
וואס איז די געוויין די גרויסע?

ענטפערן צדיקים א טייער ווארט
עס דא צו ברענגען איז א פאסיג ארט:
אמת די שמחה איז גרויס
ווען פון גיהנום מ'ראטעוועט זיך ארויס,
די נשמה רועט אין פריידן
מ'עפנט איר די שערי גן עדן.
ס'איז וואר אז ס'איז אונזער ציל
צו רוען אונטערן באשעפער'ס שטול,
אינעם העכסטן היכל און בחינה
ליהנות מזיו השכינה.

אבער דער סאמע עיקר איז דאס נישט
לאמיר נישט ווערן צומישט,
מיר האבן א פליכט א העכערן
יעדע רגע צו פארזעכערן,
לעשות נחת רוח
זיין א געטרייער שליח,
וואס מער תענוג שאפן
פאר דעם וואס האט אלעס באשאפן.
די פוינט איז נישט אבי-צו-לעבן
מיט גן עדן עט'מען זיך אן עצה געבן,
זיך אריינכאפן פון א הינטער-טירל
נאכן לאזן פאלן א טרער-שנירל,
פראווען א לעבן א פוסטע
און באקומען א בילעט א אומזיסטע.
א גאנץ לעבן מ'קלערט: מיר מיט יענעם
וועט דער רבי נישט לאזן אין גיהנם,
כאטש מ'האט זיך געפירט ווי חיות
וועט ער אונז ארויסשלעפן דורך די פיאות...
אונטערן כסא הכבוד עפענען א חתירה
ס'וועט זיין שפחה כי תירש גבירה.

טראכט אבער אריין
דארף אזוי צו זיין?
האסט זיך א פלאץ רעזערווירט
כאטש מיט עבירות פארשמירט,
פון דיר האסטו וואויל קעיר-גענומען
אבער וואס וועט השי"ת באקומען?
אנשטאט טעגליכע פעקלעך אים ליפערן
מצוות ומעשים טובים דעליווערן
אויף טריט און שריט
אים געבן עונג ונחת יעדע מינוט,
האסטו אים נאכאנאנד
געמאכט צו שאנד!
פאר דיר האסטו זיך באזארגט
אבער פאר כבוד שמים זיך נישט געזארגט!

דערפאר בכה רבי א בכייה
דער בעל תשובה נישט געהאט א זכייה
צו צוקומען צום שפיץ
ווייל ער איז געלעגן אין שמוץ.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

גראמען קען איך נישט

סשטייט אז צי באקומען עולם הבא דארף מען האבן מצוות ומעשים טובים, אין א טועה על הראשונות ר''ל פארלירט די שכר אויף זיינע מצוות
ווען רבי אלעזר בן דורדיא האט תשובה געטון האט ער באקימען די גאנצע 80 יאר מצוות ומעשים טובים פון יוחנן כה''ג
אין דערפאר בכה רבי
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

ר' חוח א אמת'דיג נקודה!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

חוח בין השושנים האט געשריבן:לכאורה דארף מען פארשטיין
וואס איז פשט פון רבי'ס געוויין?..

הערליך .. שכוח.. אין מצווה נקראת אלא על שם גמרה
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מים חיים האט געשריבן:גראמען קען איך נישט

סשטייט אז צי באקומען עולם הבא דארף מען האבן מצוות ומעשים טובים, אין א טועה על הראשונות ר''ל פארלירט די שכר אויף זיינע מצוות
ווען רבי אלעזר בן דורדיא האט תשובה געטון האט ער באקימען די גאנצע 80 יאר מצוות ומעשים טובים פון יוחנן כה''ג
אין דערפאר בכה רבי

סתם לידועה ווי שטייט עס
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שמעתי לפני שנים רבות מפי זקן אחד בירושלים, בשם הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זצ"ל.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

געוואלדיג שיין און ציפעדיג
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

ניין און יא האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:גראמען קען איך נישט

סשטייט אז צי באקומען עולם הבא דארף מען האבן מצוות ומעשים טובים, אין א טועה על הראשונות ר''ל פארלירט די שכר אויף זיינע מצוות
ווען רבי אלעזר בן דורדיא האט תשובה געטון האט ער באקימען די גאנצע 80 יאר מצוות ומעשים טובים פון יוחנן כה''ג
אין דערפאר בכה רבי

סתם לידועה ווי שטייט עס

געהערט אויף א שיעור פון רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט''א, איך מיין אז בשם האר"י
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

שכוח
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ביוטיפל!
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מים חיים האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:גראמען קען איך נישט

סשטייט אז צי באקומען עולם הבא דארף מען האבן מצוות ומעשים טובים, אין א טועה על הראשונות ר''ל פארלירט די שכר אויף זיינע מצוות
ווען רבי אלעזר בן דורדיא האט תשובה געטון האט ער באקימען די גאנצע 80 יאר מצוות ומעשים טובים פון יוחנן כה''ג
אין דערפאר בכה רבי

סתם לידועה ווי שטייט עס

געהערט אויף א שיעור פון רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט''א, איך מיין אז בשם האר"י

הובאו על ידי המהרח"ו ב'לקוטי תורה' (תהלים לב, א) על הפסוק: "לדוד משכיל אשרי נשוי פשע כסוי חטאה",
כי מה שנאמר 'נשוי חטאה', 'איירי במי ששב בתשובה בשעת מיתה שאין לו זמן לקיים שום מצוה אלא בהרהור תשובתו הוא נשוי פשע לבד, כענין רבי אליעזר בן דורדיא שמת מתשובה וכו'",
והמשיך עוד וכותב: "וקשה אחר שלא סיגל מעשים טובים האיך בא לעולם הבא, ומהיכן בא לו שם רבי, וגם במה יתכסה, שאין אדם יכל ליכנס שמה אם לא יהיה לו לבוש הנעשה ממעשים טובים כנזכר בזוהר, אלא זהו גלגול יוחנן כהן גדול ששימוש פ' שנה בכהונה גדולה (כלומר, ר"א בן דורדיא היה גלגולו של יוחנן כהן גדול), ולבסוף נעשה צדוקי, וכמו שבפעם הא' פגם לסוף ימיו (כלומר, כשם שבגלגולו הראשונה פגם בסוף ימיו), כן תיקן בפעם ב' (כמו כן תיקן בגלגולו השניה בסוף ימיו), שכל ימיו היה רשע ולבסוף שב בתשובה,
והנה הלבוש שעשה יוחנן כהן גדול בכל המעשים טובים אשר סיגל בפ' שנים לקחו רבי אלעזר,
ושם רב היה ראוי אליו מפעם א', וזהו שנאמר 'כסוי חטאה', שלקח לו לבוש החוטא שהוא יוחנן כהן גדול, וגם הלבוש הרע שעשה רבי אלעזר נתנה ליוחנן כהן גדול"
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אלטער האט געשריבן:זייער שיין!

כ'האב עס ארויפגעשטעלט לכבוד דיר!

טשעק דיין פאסט-קעסטל אין די קומענדיגע טעג פאר א ביל.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער שיין, ניין און יא!
א גוטע הוספה חוח!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

הערליך ניין און חוח!

(חוח, ווען האסטע איהם געפרעגט רשות?)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: בכה רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ש׳כח
חוח

זייער א שטארקע נקודה.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”