נאך אביסעלע טינט...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

נאך אביסעלע טינט...

תגובהדורך טינט » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:20 pm

אפילו און די פינסטערניש,
איז דא ביי יעדן עפעס ליכטיגקייט,
- אבער ביי דיר, אינגאצן שווארץ.

אין דיין קריג געוואונסטע - נישט,
עס האט ניטאמאל קיין וויכטיגקייט,
- און עס מאנט ביי מיר, וואו איז דיין הארץ,



איין מינוט קליין, א צווייטע גרויס
און דאן, אינגאנצן נישט דא, נישט,
- לויפסט אוועק, אן זאגן אז ווארט,

מיין האנט איך שטרעק דיר אויס,
גיבסט צוריק מיר גארנישט,
-זאגסט ביסט דא, אבער איך זעה דיך דארט,

...

צו ביסטו אין די זעלבע װעלט בכלל,
צו ביסטו אין מיין פאנטאזיע אייגן,
ווער זאגט אז איך בין אונטער די פאן פון נארמאל,
אפשר דארף איך צו דיך זיך בייגן,

ווען איך זעה ווי דו ווארפסט זיך אויך די נאסע ערד,
קאלטע שטיינער, צוברעכן דיין געשטעל,
אבער דו שרייסט, אז דו דארפסט זיך, און דו ווייסט דיין ווערט,
און די זעלבע צייט, ווערסטו דערווייטערט שנעל,

...

אבער שטאטליך, איך באמערק,
ווען די זון הייבט אן אויפשיינען,
ביי דיין זייט שטייען הערליכע ווערק,
פון ווארימע טעג זיי דערמאנען,

איך רייב זיך זיך די אויגן, צו זעה איך ווייט ,
א ניי געדאנק נעמט איבער מיין געצעלט,
טוישן די בליק אויף די ריכטיגע זייט,
און איך הייב אן זעהן, דיין שיינענדיג וועלט,



און ווער ווייסט, איך האב דיר נאך קיינמאל נישט געזען,
אפשר ביסטו מער ווי מער געראטן,
אויף די טונקעלע גאס, מיינע אויגן געווען,
איך האב בטעות געקוקט אויף דיין שאטן...





...
לעצט פאראכטן דורך טינט אום מיטוואך מאי 13, 2020 1:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: אמאל פעלט נאר א ליכטל

תגובהדורך הייליג » מיטוואך אפריל 29, 2020 4:23 pm

טינט האט געשריבן:אויף די טונקעלע גאס, מיינע אויגן געווען,
איך האב בטעות געקוקט אויף דיין שאטן...


...

וואו הערליך וויפיל געפיעל ליגט דא
און די אויספיר האט מיר אזאנס געכאפט..
איך בין נייגעריג וואס איז דיר געלעגן אין קאפ וואס אויף דעם ארויף איז עס געקומען
"א שטיק ארט"!!

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אמאל פעלט נאר א ליכטל

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 4:37 am

שטארקע געדאנק, ארויסגעברענגט מיט צואווארפענע שורות, אייגנארטיגע סטייל פאעזיע און גראמען.
זייער שיין.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אמאל פעלט נאר א ליכטל

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 8:08 am

wow! פאעזיע מיטן גאנצן קנאק!

הערליך שיין ר' טינט!
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

Re: אמאל פעלט נאר א ליכטל

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג מאי 04, 2020 12:08 am

Wow ווערי קריעיטיוו!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט