א פרישע טרער אויף בלומבערג'ס קאמפיין ע"ה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

א פרישע טרער אויף בלומבערג'ס קאמפיין ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

צוריקקומענדיג פון די לויה פון די דורכגעפאלענע קאמפיין פון אונזער פירער דער געוועזענער,
נעמליך דער באקאנטער אמאליגער מעיער,
פון די אויגן גיט זיך א גליטש אראפ זיך א טרער,
איי וועסטו פרעגן וואט דא איי קעיר?
פארוואס איך נעם עס אויף אזוי שווער,
נאך אלעם זענען דאך זיינע הבטחות געווען פוסט און לער,
איך געדענק נאך ווען מיר האבן גענומען א שעיר,
ווען מיר האבן געגלייבט זיינע מאסיווע הבטחות גרויס ווי א בער,
טויזנטער דירות וואס ער גייט צושטעלן אן קיין קלער,
א געוואלדיגע דערגרייכונג און א נייע דערהער,
מיר דארפן שוין גארנישט מער,
אלע גייען זיך צו די נייע ביליגע דירות געבן א קער,
מיר זענען שוין אין אונזערע דמיונות געווארן גליקליכער,
זעענדיג ווי די אלע נייע בנינים קומען צו פליען אהער,
יעדער באקומט א נייע הייזקע אן קיין שטער,
דערווייל האט פון דעם גארנישט פאסירט מער,
געגלייבט האבן מיר אין אים אז דאס איז דער,
וואס גייט אונז פון די דירות פראבלעמען ארויסנעמען יעדער,
אבער אוי ואבוי, וואס ווען ווער,
די גאנצע בעלאוני איז אראפ ווי אין סוער רער,
מ'האט זיך טאקע געוואונדערט, ווי איז איז ער?

פעסט פארווערד עטליכע יאר,
פלוצלינג הערט מען אים שוין ביז גאר,
ביי מצות מילה גייט ער אונז זאגן וואס מ'טאר,
מישט זיך אריין מיט בלבולים וואס זענען נישט וואר,
פארשרייבט ער א גזירה וואס שטעלט אויף די האר,
טוט פארווערן מציצה בפה מיט נאך רעסטריקציעס אפאר,
צוברעכן אונזער מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען דור נאך דור,
אבער מיר האלטן זיך שטארק צו וואס די תורה זאגט אונז פאר,
מיר זאגן אים אין פנים אריין קלאר,
דו קענסט נעמען פון דיין אפיס ארויס א טור,
גיי ענדזשוי דיין פריוואטע לעבן נאר,
און מיש זיך נישט אין פאבליק נאו מאר!

א ביד פאר פרעזידענסי אריינגעגעבן,
צו געווינען די נאמינאציע אזי אים געגאנגען אין לעבן,
אריינגעלייגט אין דעם זיין גאנצע וועזן און שטרעבן,
אויסער זיינע כוחות האט ער א האלבן ביליאן פאר דעם אינוועסטירט דערנעבן,

אבער עס איז נישט געווען באשערט,
פון די פריימעריס איז ער געווען פארווערט,
פון די דעבאטעס איז זיין כבוד נישט געווארן פארמערט,
זיין שטימע איז נישט געווארן געהערט,
פון די קאוקוסן האט ער זיך חפוי ראש'דיג צוריק געקערט,
און פון דעם האט ער גארנישט געקלערט,
אז זיין גאנצע טרוים וועט ווי א זייפן בלאז ווערן צושטערט..
פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייסט? »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

שיין שיין ;l;p-
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

זכותו יגן ואנחה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”