קאסטעם מעיד גראמען און חרוזים פאר אייער משלוח מנות!

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

קאסטעם מעיד גראמען און חרוזים פאר אייער משלוח מנות!

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך פאברואר 26, 2020 2:16 pm

תש"פ: פ'ורים פ'אומ'ס, פ'ראכטפול, פ'ראפעסיאנאל!

גראמען און חרוזים גרייט,
מיטן ריכטיגן באדייט,
מיטן "משלוח מנות" צו ווערן בייגעלייגט,
ארויסצוברענגען דאנקבארקייט,
הכרת הטוב מיט הארציגקייט,
מיט שיינע גראפיקס באגלייט,
אייך צו מאכן גרינגער פאר די מענטשהייט,
קורץ, שארף, צום פינטל זאפטיגערהייט,
די ריכטיגע ווערטער געגאסענערהייט,
פאר אייערע נאנטע צו ברענגן א פרייליכקייט,
און איר וועט קענען רואיגערהייט,
זיך גרייטן צום יו"ט מיט א הייליגקייט,
זיך נישט דארפן ברעכן קאפ לעבעדיגערהייט,
און זיך ארומדרייען נערוועזערהייט,
באשטעלט היינט און באקומט עס מיט א שנעלקייט,
צו אייער גרויס הנאה און צופרידענהייט,


אייער נאנטע וועלן נישט אויפהערן,
פארן זיי אזוי פארצערן,
זיי וועלן די רייד דערהערן,
און הנאה האבן זייער גערן,
איר וועט נישט דארפן איבערקלערן,
צו איר האט ריכטיג געטון זיך צוהערן,
ווייל גערירט ביז טרערן,
וועלן די ווערטער דערקלערן,
ארויפברענגן צו די הויכע ספערן,
און שמחה פארמערן,
ביז משיח'ס שופר מיר וועלן הערן.


אימעיל (Only):
purimpoems2020@gmail.com
לעצט פאראכטן דורך Graphic24 אום דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 12:07 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 26, 2020 2:21 pm

שיין אראפגעלייגט

כ'האב הנאה פון דיין אימעיל אדרעס pomes...
א זיסע מליצה. זעט אויס אז ס'האט אסאך נטיעות...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » מיטוואך פאברואר 26, 2020 5:22 pm

טויגט ער דאך יא...
די בעסטע האב איך ליב געהאט:
Graphic24 האט געשריבן:און איר וועט קענען רואיגערהייט,
זיך גרייטן צום יו"ט מיט א הייליגקייט,
זיך נישט דארפן ברעכן קאפ לעבעדיגערהייט,

נישט שלעכט!
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

#בעה"ב‎

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 10:35 am

א משלוח מנות פארן בעה"ב צו געבן,
אָן די פאָר ווארימע ווערטער דערנעבן,
איז כגוף בלי נשמה און אן לעבן,


Boss.gif
Boss.gif (238.55 KiB) געזעהן 937 מאל

טראכט נישט קיין צוויי,
זיי געטריי,
די וויכטיגקייט פארשטיי,
דיינע נאנטע דערפריי,
מיט די פאסיגע שרייבעריי,
און א הערליכע דיזיינעריי,

purimpoems2020@gmail.com
לעצט פאראכטן דורך Graphic24 אום מאנטאג מארטש 02, 2020 10:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Avrumy
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:30 am

תגובהדורך Avrumy » מוצ"ש פאברואר 29, 2020 10:47 pm

;l;p- אוי טו איך פלאמען
ווען איך זעה דיינע גראמען!!
איך בין נישט אוועלבל פאר שטותים

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

#חתן‎

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג מארטש 02, 2020 10:32 pm

wine.png
wine.png (33.22 KiB) געזעהן 831 מאל

ווען דעם חתן מען טוט דערקוויקן,
א שיינע חרוז מ'טוט מיטשיקן,
אויף דעם ער וועט לאנג קוקן,
עס וועט נישט זיין קיין גרעניץ צו זיינע גליקן,
דאס מאכט דער מתנה זאל נישט פארבלייבן טרוקן,
נאר עס וועט אין זיין הארץ לאזן טיפע אפדרוקן.

purimpoems2020@gmail.com


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט