אויב רעגנט נאר איינמאל אין 50 יאר

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אויב רעגנט נאר איינמאל אין 50 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געוואוינהייט2.pdf
(48.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 108 מאל


אויב רעגנט נאר, איינמאל אין 50 יאר
איז די שפאנונג ביז גאר,
יארן קוקט מען אויפן זייגער
מ'וואַרט שוין מיט גרויס נייגער.

לקראת דעם זמן המיוחל
קומט ארויס ביכל נאך ביכל,
מיט ערקלערונגען ברייט
יעדער זאל זיין גרייט.

אנהייבנדיג פון שנת הארבעים
זענען כוללים עוסק אין הלכות זרעים,
מען דארף עס גרונטלעך משיג זיין
כדי עס גוט צו פארשטיין.

פרישע ספרים פון יעדע סארט
איבערצוגעבן דאס ווארט,
צו קענען די מציאות און הלכה
וואס באדייט גשמי ברכה.

ס'קומען ארויס פּרעזענטאציעס
הערליכע אילוסטראציעס,
דער עולם איז אקטיוו
צו ווערן אינפארמאטיוו.

===

דער אלצווייסער ר' חייקל
געבט לעקציעס איבערן וואסער-סייקל,
די מערכת המים ער ערקלערט
און וויאזוי א וואלקן ווערט.

אינטערוויוס אויף קול מבשר
וואס דאס איז רעגן-וואסער,
א איד פון 106 אין ארץ ישראל
דערלעבט עס דאס דריטע מאל.

מען אינטערוויואירט
איינעם וואס האט שטודירט,
50 יאר צוריק געלייגט א רעגן-טראפ
אונטער א מייקראסקאפ.

יעדער וואַרט עפעס צו הערן
נאך א זאך געוואויר ווערן,
זיין א גאנצער חברה-מאן
איידער עס קומט דער רעגן זמן.

טייל ידענים ערקלערן
אז רעגן איז מלאכים'ס טרערן,
אדער גאר שיירי ניסוך המים
פון בית המקדש של מעלה אין שמים.

אנדערע זאגן מיט געשפּעט
ס'איז א ליעק פון אַן אנדערן פּלאנעט,
א שפריץ געגעבן במתנה
פון מאדים אדער לבנה.

עס וואקסט די שמחה
יעדער ווערט א מומחה,
יעדער דל גאה
ווערט א בעל דעה.

יעדער איז שוין א זאך-קענער
פונעם סייענטיסט גארנישט קלענער,
מ'קען זיך שוין פארמעסטן
מיטן פראפעסאר דעם גרעסטן.

===

דעם יונגען דור פארשטיין געבן
א וואלקן נאכנישט געזען אין זייער לעבן,
וויאזוי ווערט עס געברענגט?
און אויף וואס עס הענגט?

איבערן וואלקן מ'טוט שפעקולירן
וועלכע פאָרעם און קאלירן?
וויאזוי די זון עס פארשטעלט?
פארוואס פארטונקלט עס די וועלט?

בקול שאגה, מ'קופּקעט בדאגה
איבער די הייסע פראגע,
אויב ס'פליעט אריין אין אים א פליגער
ווער גייט ארויס דער זיגער?

די הארבסטע שאלה טוט מען פרעגן:
וויאזוי קומט אראפ די רעגן?
אויפאמאל ווי א ים
דאס גאנצע רעגן צוזאם?

אויב יא, וואס וועט זיין?
וועט די וועלט בלייבן שטיין?
ס'וועט דאך צעברעכן די דעכער
און מאכן ריזיגע לעכער!

עלטער זיידעס איבערגליקלעך
בארואיגן זייערע אור-אייניקלעך,
ס'שפריצט ווי א ספרינקלער אין פּאַרק
ס'קומט נישט מיט קראפט צו שטאַרק...

מ'פרובירט זיך פאָרצושטעלן
ווי אין א טאג א העלן,
קומען וואלקנס גרויע
פאַרשטעלן דעם הימל די בלויע.

===

די רעגירונג, שטעלט צו טרעינירונג
מיט א גאנצע פּלאַנירונג,
וויאזוי אויפצושטאָפּן דרעינינג
בויען ווענט פאר ריטעינינג.

ס'גרייט זיך די שטאט פארוואלטונג
צום הויכן רעגנס-ערווארטונג,
פאררעכטן די אלטע סיסטעמען
ס'זאלן זיך נישט מאכן פראבלעמען.

די נויטיגע אגענטורן
טוען צייט נישט שפּאָרן,
איבעראל מ'טוט פארמערן
וואסער-אפלויף רערן.

איבערגעגעבענע וואלונטירן
טוען צייט נישט פארלירן,
ביי עלטערע לייט זיי פרובירן
פּאַניק-אלארמס צו אינסטאלירן.

מ'גרייט זיך על כל צרה שלא תבוא
ווען דער רעגן בא יבוא,
צו צושטעלן לעקטער און הייצונג
אין זאָנעס פון פארפלייצונג.

די וועלט דרייעט זיך אויף רעדער
ס'האלט געשפּאַנט יעדער,
מ'קויפט א רעגן-מאנטל א מעיל
שטיין אינעם רעגן יעדער וויל.

לכבוד דעם גרויסן מאמענט
קומט ארויס א נייע פּאַטענט,
ש'מער ש'ווייניגער: א שירעם
צו קענען שטיין אינעם שטורעם.

מאנכע אינסטאלירן צום ערשטן מאל א דאַך
אנשטאט די ביז יעצטיגע סכך,
שטיוול קויפן ווערט א אנלויפעניש
אלס הכנה צום איבערלעבעניש.

===

מ'איז מברר וואו איז בעסער צו שטיין?
וואו פילט מען דעם רעגנ'ס חן?
אויפן טרוקעניש ווי עס פּאַסט
אדער אין בלאטע אינעם מאראסט?

וואלן מ'שטעלט
ארויף אויף אייוועלט,
זען וואס דעם עולם אויסוועלט
מ'וועט טון וואס פאַרן רוב געפעלט.

ס'בלייבט אז מ'וועט זיין אינעם זומפ
לאזן נאס ווערן אויך די שטרומפ,
מקיים זיין ותרעינה באחו
ווען ארובות השמים נפתחו.

'קנ"א וועטער' זאגט פאָר
ער קומט אריין קלאר,
מאנטאג וועלן וואלקנס אנקומען
דינסטאג דער רעגן מוכן ומזומן.

===

ס'קומט נענטער ווייסט מען שוין גוט
פונקטליך וועלכע מינוט,
שוין נישט אסאך צייט געבליבן
צופרי א פערטל-צו-זיבן.

אין ניו יארק סטעיט
און די ארומיגע שטעט,
וועט קודם זיין א דריזל לייכט
נאכדעם דער גאָס דערגרייכט.

קטיגור נעשה סניגור
מ'בעט איבער דעם וועק-זייגער,
מ'שטעלט עס אן אויף זייגער פיר
אפשר וועט רעגענען פריער.

מ'נעמט ארויס פון אויער די וואטע
צו הערן דעם זייגער בההיא שעתא,
מ'שטעלט אלס בעק-אפ-וועקער דעם טאטע
ווייל אויף 'סנוז' חיישינן שמא יטה.

מ'זאגט אן דעם ברודער
אויב מיין וועק-זייגער מאכט גערודער,
דריי איבער מיין בעט
כע'דיר מוחל זיין פאר דעם חטא...

קיינער וויל נישט כראָפּן
ווען ס'פאלן די ערשטע טראָפּן,
קיינעם וויל נישט טון באַנג
מ'דארף מיטהאלטן פון אנפאנג.

===

די וועטער-זאגער זענען גערעכט
די וואלקנס ווערן זייער געדעכט,
דער עולם שטייט פארגאפט
גוטע קוקערס מ'פאַרשאַפט.

פארטאגס שוין אנגעפולט די גאסן
קיינער וויל עס נישט פארפּאַסן,
מען וואַרט געלאַסן
אויפן רעגן דעם נאַסן.

א קול שמחה וצהלה
ביי מענטשן אלע,
ס'זעט זיך אן א בליץ
מ'פילט שוין א שפריץ!

די וואס שטייען אויפן הויכן דאך
זענען נענטער צום הימל אסאך,
געכאפט פון די מים ראשונים
עליונים ששו ותחתונים.

יעדער לויפט ארויס פון די הייזער
פונעם קינד ביז צום קייזער,
מ'וויל עס אליין טאַפּן
ווי מער רעגן-וואסער איינזאַפּן.

מ'גייט ארויס לקראת חתן
ושאבתם מים בששון,
צייט קיינער פאַרפּאַטשקעט
אינעם רעגן-וואסער מ'פּלאַטשקעט.

עס שפרינגען ווי רינדער
נישט נאר די קינדער,
יעדער לויפט אהער-אהין
זיך צו קענען שפעטער אויפטון.

נישטא קיין ארבעט נישטא קיין חדר
ס'ווערן דורכגעווייקט די קליידער,
מי יתייסר, ווי נאַסער
אלס גרעסערע רייסער.

אויך די אלטע זינגען און טאנצן
ווי זיי וואלטן נישט געווען אינגאנצן,
50 יאר צוריק שוין געזען דעם מנהג
ווי אלטע לויפן ארום ווי וואנזיניג.

קיינער בלייבט נישט פארשוויגן
הערנדיג דעם נייעם ניגון,
אין א כאר יעדער אויסשיסט
'ס'רעגנט ס'גיסט'...

צו הימל אויסגעשטרעקטע הענט
די מערסטע וואס געקענט,
ווייזן אז די ברכה מ'איז מקבל
פונעם זיסן געשמאקן מבול.

די גאנצע וועלט
גענצליך אפגעשטעלט,
מ'פריידט זיך מ'קוועלט
קיינער בלייבט נישט אין געצעלט.

אינעם רעגן איז גרויס נחת
יפה קורת רוח שעה אחת,
פונעם רעגן מ'פולט אָן כד וצפחת
דאס וואסער זאל נישט גיין לשחת.

===

לכבוד'ן מאורע יעדער געשוירן פריש
מ'זעצט זיך צום געדעקטן טיש,
עסן א סעודה אינגרויסן
און דווקא אינעם רעגן אינדרויסן.

דאס רעגן מאנטל מ'טוט אויס בחליצה
מ'ווארפט אוועק די חציצה,
אויך די שירעם דער מסך המבדיל
אזוי ארום דעם טראַסק להגדיל.

מ'איז פיין דורכגענעצט
אבער ווער טראכט פון דעם יעצט?
פיוטים און זמירות
מ'זינגט צו השי"ת שירות.

מ'דאנקט על חיים חן וחסד שחוננתנו
על כל טיפה וטיפה שהורדת לנו,
יעדער איז מלאים זיו ומפיקים
רביבים בו מריקים.

די הויכע געזאנגען
טוען ווייט אפקלאנגען,
מ'דאנקט מיט טומל
אויפן שפע פון הימל.

ס'פול יעדנ'ס געדאנקען
נישטא גענוג ווערטער צו דאנקען,
פאר 50 יאר אנפולן די רעזערוואַרן
טריליאנען גאלאנען אריינשאַרן.

יעדער כאפט אריין דאס מערסטע
אפילו ביים גאָס די שווערסטע,
יעדער מוז מיטהאלטן די וואונדער
ווייל ווען דען אויב נישט אצינדער?

מעמדות אין כינוסים אנגעגרייט
מיט מוזיק באגלייט,
אינעם רעגן תחת כיפת השמים
וואונטשט מען לחיים.

אין רעגן א טובל
איינמאל א יובל,
אזא דערהויבענע פעולה
איז די גרעסטע סגולה.

די שמחה שטייגט
ווי מער דורכגעווייקט,
ס'ברענגט גליק און פריידן
מ'קען זיך דערפון נישט שיידן.

אינעם געגענט, וועמען מ'באגעגנט
בשעת עס רעגנט,
א ווארעמע ברכה מ'טוט געבן
דעם קומענדיגן רעגן צו דערלעבן.

מ'וואונטשט זיך מיט טרערן
אין 50 יאר זיך נאכאמאל אומקערן,
געזונט און פריש אן א שטעקן
זיך קענען מיט רעגן-וואסער באלעקן.

===

דער מלך בכבודו
דער פרעזידענט ירום הודו,
שיקט ארום א טוויט
די אנטוויקלונגען ער האלט מיט.

ער באקומט א כסדר'דיגע אפדעיט
וואס ס'טוט זיך אין יעדע סטעיט,
אמעריקע ווערט צוריק גרעיט
ס'קיינמאל נישט צו שפעט.

מיר בעטן פונעם מעלה נשיאים
אז די וואלקנס הויך אין די רקיעים,
זאלן האבן א קיום
כאטש ווי די ימי המילואים.

ס'דאך ממש א שאד
זאל רעגענען וואכנס גראד,
מ'וויל נאך האבן די שווארצע עננים
נישט זימן שחורים ומצא לבנים.

זאל זיך דער רעגן לאנג אנהאלטן
ארויסרינען פון די הימל שפאלטן,
די זון זאל זיך פארזוימען עד בוֹש
אין זכות פון די שפעטע מלקוש.

יעדער טוט צושטימען
ווי לענגער אלס בעסערע סימן,
מ'וויל נאך און נאך באקומען
יעדער איז איבערגענומען.

===

איינער מחשבות זרות האט אין קאפ
ער זאגט עס הויך א טראפ:
א וועטער אזוי זויער
אומעטיג און ברענגט טרויער.

א רעגן אזוי נעסטי
גרויליג און פּעסטי,
פאר נאסקייט ווער איז גרייט?
מ'דארף דאך זיין צעדרייט!

נאר די זון איז אזוי פּרעכטיג
שמייכלדיג און לעכטיג,
כ'וואלט געבליבן טרוקן
פון די שטראלן זיך דערקוויקן.

אינעם רעגן בין איך פאר'צער'ט
אינדערהיים בלייב איך איינגעשפּאַרט,
אזא וועטער אַן עקלהאפט
מוחל דאס וואסער דעם גאנצן זאפט!

כ'וויל עס צוריקשיקן צום ווענדער
ריטורן טו סענדער,
דאס רעגן, טוט מיר אויפרעגן
סתם ס'פארפלייצט אלע וועגן!

יעדער ארום וויל אים די הויט שינדן
הענט און פיס אים פארבינדן,
מ'פארשרייעט אים אין אויפברויז
ער באלאנגט אין משוגעים הויז.

איז דער מענטש נארמאל
אדער צעדרייט טאטאל?
ער מוז זיין גייסטיש אומסטאַביל
אויפן באליבטן מבול, מאכן א בלבול!

א ריכטיגער מוציא דיבה
ארויפגעברענגט לפומא מליבא,
ער פאר'הרג'עט די עקסטאז
ממש א מוציא לעז.

אַן ארטיקל ער טוט אנגרייטן
זיינע שיטות וויל ער פארשפרייטן,
אויף אייוועלט געגעבן א דרוק
אויפן קנעפל 'שיק'.

פאר אזא שייגעץ-שטיק
ער באקומט א פליק אויף צוריק,
אין א אויגן-בליק
מ'איז חוסם זיין ניק...

===

ברוך השם ס'רעגנט אָפט
אבער זיך אליין מ'בלאָפט,
מ'געבט א קרעכץ
כאילו ס'איז עפעס שלעכטס.

די גאנצע גוסטע
איז אויפן שווארצן ליסטע,
'ס'איז נישט מיין טאג' מ'דערקלערט
אנגעצויגן און פארכמורעט מ'ווערט.

ס'האט א גרויסע אפעקט
יעדע פראבלעם אין דעם שטעקט,
ס'טוט זיך אין די הייזער אפשפיגלען
דעם מוד צום שלעכטן פארזיגלען.

ניין! לאז נישט דאס געוואוינהייט
ברענגען גלייכגילטיגקייט,
האלט אויפן געדאנק
רעגן איז אַן אויסטערלישע געשאנק.

א רעגנדיגער טאג א מעלה פארמאגט
די זון-גלעזער נישט מ'טראגט,
א הערליכע וועלט ווערט אנטפּלעקט
נישט א שטיק שווארץ אנגעפלעקט.

נעם אויף די רעגן שטורעמס
מיט אפענע ארעמס,
שכל נוץ, קוק אויפן גוטס
וואס איז אין יעדן שפריץ.

אויסדרוקן א דאנק איז א חובה
זיי נישט א כפוי טובה,
כעבד שרבו מוזג לו מים
ושופך לו קיתון מנה אחת אפים.

דיינע קינדערלעך צום פענסטער נעם
אן א צייכן פון קלעם,
ווייז זיי א וועטער אזא שיינער
א אַנגענעמער א פיינער.

אפילו אויב ביסט פון די עוברי דרכים
זיי נישט אַן אויבער-חכם,
געב נישט א געשריי, אוי וויי!
ס'וועט נישט העלפן סיי-ווי-סיי.

מיט א שטראלנדע צורה
זע דעם חסד שבגבורה,
גוטס וואס קומט ברבות הימים
ארויס פונעם גבורות גשמים.

כ'דארף נישט די זאך צולייגן
דיר איבערצוצייגן,
ווי רעגן איז לעבנס-וויכטיג
זיך אפרעדן דערויף איז נישט ריכטיג.

רעגן איז ממש מנפלאות הבורא
קרוב צו א נס לכאורה,
הטבע איז בגימטריא אלקים
ועצת ה' היא תקום.

גדול יום הגשמים
ממש א תשועת עולמים,
ס'ברענגט אינעם טריקעניש
פאר עצמות היבשות א דערקוויקעניש.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

wow. הערליך שיין. ווי עס פאסט פאר א איינמאליגע געשעעניש אין פופציג יאר.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אנריעל וואס טאלאנט דא ליגט, אין די קאנצעפט, אין די שעפערישע גראמען און אין די וועג וויאזוי דאס ווערט ארויסגעברענגט. א מייסטערישע פיעס אוו ארט!
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

!!!!!!!!!!!Wowwww!!!!!!!!!!
נישטא קיין ווערטער . ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

WOW!! א מעסטער פיעס!

עקסטער די געדאנק און עקסטער די גראמען!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Wow wow, דא ליגט אסאך טאלאנט
יישר כח
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

WOW, די געדאנק נאך מער פון די גראמען.
קריעטיוו.
טענקס.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליך שיין יישר כח
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

איך לערן יעצט תענית מיט די תלמידים, WOW איז דאס פאסיג
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

wow wow!
הערליך שיין!
A+ פאר די נקידה, אין A++++++ פאר די גראמען
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

WOW
וואס דער חוח האט אויף אונז אויסגעגאסן
יעדער אות ווי א רעגן טראפ..
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

און חוח האט אונז נישט אנטוישט!

א רעגן פון שעפערישקייט, איינמאל אין פופציג יאר...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

שרייזשע האט געשריבן:wow wow!
הערליך שיין!
A+ פאר די נקידה, אין A++++++ פאר די גראמען
שויתי ה' לנגדי תמיד
בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

Goodmorning האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:wow wow!
הערליך שיין!
A+ פאר די נקידה, אין A++++++ פאר די גראמען
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

אנבעליוועבל!
טאלאנט וואס איך האב נאכנישט געזען דא.
הרב חוח איך האב פשוט נישט קיין ווערטער!!
וכאן המקום דיך צי באדאנקען פאר די "זעקס נעמען" פרויעקט. ממש א סופער דזשאב.
די איידיע, די אויסשטעל, די ווערטער, ממש ממש איינס אין די וועלט בליעה"ר
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

נאכאמאל א גרויסן ישר כח
פאר ידידנו הרב חוח
לייגט אריין קאפ און מח
עס זאל זיין לריח ניחוח
אזא טאלאנט פון ימי נח
וגו וכו וגו וכו......
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הערלך שיין, נישט דא קיין ווערטער!!!!! די גראמען און די נקודה

איך וואלט נאר געוואלט ביי די נעקסטע רעגן שטיין נעבן חוה אולי וועט עס העלפן..... אבער שטארקע נקודה, גיימער אנהייבן ארבייטן דערויף
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

נישט נארמאל שיין. זייער זייער קריעיטיוו און קלאר
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

amazing

יישר כח פארן נעמען די צייט און מיה. סופער דזשאב
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

ערשטנס מוז איך זאגן די ערשטע זאך
דיינע ווערטער האבן מיר געקאסט א לאך
מ'מיז זיין זייער א געריבענע פיגור
אזא פאום איז דא איין מאל אין 50 יאר


די ווערטער האבן גוט ארויסגעברענגט
וויאזוי צו אזא קלייניקייט קען מען ווערן פארבענקט
ס'האט מיר געכאפט א ציטער נאר צו טראכטן פון דעם
נאר איין מאל אין לעבן רעגן צו זען

ס'וואלט געווען א גאנצע בארימעריי
פאר די יונגע אין פאר די עלטערע פין זיי
איך האב שוין געפילט רעגן ביי די 2 חדשים גלייך
די ביסט נעבעך געבוירן געווארן נאך די גאנצע זאך


אין דערפאר וואונטש איך אייך חשוב'ער ר חוח
זאלסטו ווייטער ניצן דיין פאנטאזיע צי געבן פאר אידן כח
איר האט ארויפגעברענגט אויף אסאך פנימער א שמייכל
סאיז אינטערעסאנט צו הערן געדאנקען פון אייער אייגנארטיגע שכל


איך בין איינער פין די אויסגעקליבענע יחידי סגולה
וואס האבן שוין מיטגעהאלטן מער ווי איינס פון די מעמדים אפילו
סאיז געווען א פארגעניגן אייערע ווערטער צו באגעגענען
איך האף אז אלע שיכח'ס וועלן טאקע ווייטער רעגענען
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך וואלט היינט געוואלט מיינען אז סרעגנט נאר איינמאל אין 50 יאר.....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אלטער האט געשריבן:איך וואלט היינט געוואלט מיינען אז סרעגנט נאר איינמאל אין 50 יאר.....

גיי ארויס אינדרויסן, טו אויס די שיך, די זאקן לאז אנגעטון להגדיל השמחה, און הייב אן טאנצן אין א פּאָדל-וואסער "ועצר את השמים - קוועטש אויס די הימל - we want more!"
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:איך וואלט היינט געוואלט מיינען אז סרעגנט נאר איינמאל אין 50 יאר.....

גיי ארויס אינדרויסן, טו אויס די שיך, די זאקן לאז אנגעטון להגדיל השמחה, און הייב אן טאנצן אין א פּאָדל-וואסער "ועצר את השמים - קוועטש אויס די הימל - we want more!"

כהעט עס ווען געטון אבער איך בין צו אנגעזעצט פון דו רעגן קען איך נישט.....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

דער געדאנק, די גראמען, א שלימות. שכויח גדול בענקים.
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג... קרעדיט ליפא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”