ולשמחה, מה זו עושה?

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

ולשמחה, מה זו עושה?

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:14 pm

די פייערונג איז און שוואנג איך בין שוין א שר אזי שר אזוי
פרעג איך מיר נאר ולשמחה מה זו עושה, וואס איז די גרויסע שמחה

די גמרא ברענגט שוין די סתירה פון ולשמחה מה זו עושה קעגן ושבחתי אני את השמחה עד כדי כך אז מהאט געוואלט גונז זיין ספר קהלת
אבער קוקנדיג אין אבן (מיט א חיריק אונטער א) עזרא אויפן פסוק שרייבט ער אזוי:
לשחוק. אמרתי כי הנוטה לשחוק שהוא מהולל ואמרתי בעבור השמחה מה זה עושה מה תועיל ומה טוב תעשה והלמ״ד כמו למ״ד אמרי לי אחי הוא:
נישט ווי מטייטש נארמאל וואס איז די שמחה דא, נאר אמרתי איך זאג פאר די שמחה וואס טוט עס אויף, וועלכע טובה האב איך פון דעם.

נאר צולייגן דעם כל מקום שצריכה למד בתחילתה הטיל לה הכתוב ה׳ בסופה אנשטאט ולשמחה מיט א למ״ד שרייבט מען ושבחתי את השמחה מיט א ה.
ווען איינער קומט צו זיין א שר העשר מאה אלף ואלפיים, אויב שטעלט ער זיך אפ מאכן א חשבון ער מאכט א למ״ד בתחילתה וואספארא טובה האב איך אהער געברענגט מה זו עשה דעמאלטס איז טאקע ושבחתי אני את השמחה מיט א ה - השם בסופה.

איך געב מיר א דריי
און איך בין שוין דריי
געווארן גרעסער
לאמיר האפן אז בעסער

פרעג איך מיר באמת
די שמחה וואס איז עסו
לשמחה מה זו עושה
וואס איז די הרמת כוסה

אז די נומבער טוט שטיין
אין די זייט אזוי אליין
קיין פרייליכקייט איז עס
אפשר נאר בושות

מיין נומער דערציילט מיך
וויפל מאל ליידיג איך דריי זיך
יעדער טוט מיטהאלטן 
איך קען עס נישט בהאלטן

און דאס איז דאך וואר
עס איז זייער קלאר
סאיז דאך ניטאמאל קיין העכטע
פול מיט פארשיקטע און געמעקטע 

נאר א סברה א קליינע
די שמחה איז פאר די איינע
א נישטיגע א ליידיגע
נישט געטראפן א צווייטע

דו ביסט דאך א פריינד
איך האב דיר אין מיינד
און אף דער פיינט
זיך איבערבעטן גרייט

מ׳דארף דאך אמאל געניסן
זיך זעצן רואיג שמועסן
על כוס יין א גרויסע
די גוטע און די הויכע

לחיים אמאל געבן
לאנג צו לעבן
און צוריק דיין וואונטשן
וויל איך אמאל געניסן

ביי דיין שמחה קומען
אין באטראכט נישט גענומען
אויך דיין טאג פון געבארן
איז ביי דיר באגראבן

בלייבן מיר נאר שטיין
ווען מיר רייסן זיך אין פיין
און זיך באקענען בפנים
חלילה, נטאמאל אין חלום

האב איך מיר צולאכט
און אפגעמאכט
די נומבערס וועט זיך הייבן
לאמיר הענט רייבן

לחיים א כוס
על כל זאת
אויף די לופט 
טאקע ליידיג פוסט

לחיים לאמיר מאכן 
זיין פריייליך און לאכן
און אויב ווילסטו א טרינקע
זאל דיר זיין צום געזינטע

איז אבער דאך גרעכט
דער משורר וואס פרעכט
מה זו עושה השמחה
אויב איז עס א ליידיגע א פוסטע

דו טוהסט זיך פרייען
אז דו קענט אנדרייען
אדער גאר דאס
אז די האסט נישט מיט וואס

האב איך מיר פאטראכט 
און געטראכט א גאנצע נאכט
עס איז קיין פארדאכט
דא ליגט א פראכט

מען דארפן דאס אפשטייטשן
מיט די רכיטיגע באדייטן
נישט פארבייטן
מיט פשט א צווייטן

שרייבט דער אבן
אט אזוי טוט ער מסבירן
און אזוי אנרירן
די נקודה צו קלירן

ואמרתי בעבור השמחה
מה טובה ומה זה עושה
מה תועיל כל זה
ומה טוב תעשה 

מ׳דארף ליינען ריכטיג
ס׳איז זייער וויכטיג
סאיז שיין און ציכטיג
גארנישט ליפטיג

סאיז נישט א שאלה
וואס איז די מעשה
נאר צום שמחה ער פרעגט
וואס האט דיר עס געברענגט

און ער טוט אויך צולייגן
נישט זיך גרייזן
והלמ״ד דער משמש
כמו אמרי לי אחי ממש

א מענטש דארף זיך פרעגן
וואס טוה איך געבן
איך האב אנגעקליבן א זאק
אויך צרות א פאק

איך דריי מיר שוין דא לאנג
איך גיי שוין באלד
האב איך דא אויפגעטון
אדער נאר אפגעטון

האב איך צוגעגעבן
אדער צודרייט די לעבן
האב איך נארמאל געשמועסט
אדער נאר געברענגט מיסט

איז מיין תגובה מלא תוכן
אדער בין איך סתם טוחן
איז עס ווערד א גראצער
אדער ס׳איז געמאלן וואסער

האב איך נאר געשריבן
מיינע נומערן זיך רירן
אדער אויך צוגעגיבן
עפעס אנצופילן

קוק איך מיר ארום
איך זעה אז סוף כל סוף
אין ים וואס איך שווים
יא דא עפעס א שנאפס

און דעמאלטס ווען ער פרייד זיך
א חשבון מאכט זיך
ולשמחה דאס איך בין א שר
מה זו עושה איך בין קיין נאר

איי די געמעקטע
צומאל זענען זיי די בעסטע
מען טוט זיי פארשפארן
עין הרע צו פארמיידן

סאיז אמאל א נקודלע
אדער א שנירעלע
וואס דארף ווערן געזאגט
כאטש ער האט זיך געפלאגט

ווען מהאט עס פארמעקט
עני וועי צו שפעט
די מטרה איז שוין געטון
יענער גייט שוין פון זין

צומאל אפילו א נשמה
קומט אראפ נאר מיט איין מטרה
אראפ דא געפלויגן 
נאר צוריקצוגיין אויבן

נאכן חשבון הנפש
בטיט ורפש
אויב איז דאך עפעס געבליבן
נישט אלעס פאשריגן

דעמאלטס קען ער זאגן
זיך פרייען און נישט קלאגן
ושבחתי אני אותה
די שמחה איז טאקע א הויכע

ולשמחה די גרויסע
מה זו עשה?
סאיז דא פון מיר עפעס טובה
קען איך יעצט זיין שותה

נאר וויכטיג צולייגן
וואס דער אבן עזרה טוט פאשרייבן
ער זאגט עס קלאר
ס׳איז אמת און וואר

והלמ״ד מען דארף לערנען
כמו אמרי לי אחי
דאס ליבשאפט פארמערן
די ברודערשאפט נישט צושטערן

אויב הטיל למ״ד בתחילתה
לערנט זיך און טראכט
דעמאלטס איז ושבחתי את השמחה
א אמת׳ע א פרייליכע

נאך דערצו
אז ס׳קומט צו
א ה׳ בסופה
לאמיר טרינקען א כוסה!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:20 pm

בילד

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:21 pm

מזל טוב!!!

און שכו'ח פאר א יעדע "איינס"יגע תגובה!!!
אַ געשעפט האָב איך............

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:27 pm

לחיים! מזל טוב! זייער שיין.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

תגובהדורך בלעכענער פנים » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:30 pm

;l;p- ;l;p-
מזל טוב

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6073
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:32 pm

לחיים לחיים טובים ולשלום, גענוג נאך צו שיקן און שרייבן, אן חרטה.

און מזל טוב (?) צום דרייער׳ל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
די מערסטע
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:00 am

תגובהדורך די מערסטע » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:33 pm

356632.gif
356632.gif (214.84 KiB) געזעהן 1207 מאל
געלט האב איך נישט... אבער "די מערסטע" בין איך!!

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:46 pm

געוואלדיג!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:56 pm

וועל איך נישט אנשטעלן קיין בלעכענע פנים ווען די עולם גיסט מיר אן מיט מיים חיים
ספילט זיך היימיש און כמעט ווי אין ימות המשיח ווען משמייכלט צוזאם אן קיין ענדע

אוי..
די מערסטע וויכטיגסטע האב איך אויסגעלאזט....
ברוכים הבאים די מערסטע יונעם לך שהותך כאן
וועלכע פראגראם איז געמאכט די gif?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 10:37 am

פיינעלי...

Screen Shot 2020-01-16 at 10.35.59 AM.png
Screen Shot 2020-01-16 at 10.35.59 AM.png (19.97 KiB) געזעהן 1081 מאל

Screen Shot 2020-01-16 at 10.36.05 AM.png
Screen Shot 2020-01-16 at 10.36.05 AM.png (7.87 KiB) געזעהן 1081 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2020 5:28 pm

תגובהדורך יאסל קעניג » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 10:50 am

Wow
איינס אבער א גוטס!!
מלך שהשלום שלו

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג ינואר 17, 2020 2:19 pm

Wow. ערשטוינט.
דיינע טאלאנטן איז צום באוואונדערן.
מזל טוב, און זאל דיר דער באשעפער געבן אלעס גוטס.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט