דער פארמאט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

דער פארמאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

איר געדענקט נאך מיין חבר פון 'דער מארגן' אשכול דא אין פאעזיע? נאך עטליכע העפטיגע דעבאטעס דא אויפן וועלטל איבער פארשידענע נושאים האט ער געשריבן ס'פאלגענדע...


וועב און וועב
נאך א געדאנק נאך א שטרעב
קלעב און קלעב
אראפ נעם און צוגעב

און דאן גיב א קוק
אויף די מחשבה שטריק
ווי זי ציט דיר צוריק
און פארטונקלט דיין בליק

געדאנקען אנע האפט
געדאנקען וואס נאר ווייטאג געשאפט
געדאנקען מיט א פיינפולער קראפט
געדאנקען וואס שטעלן דיר פארגאפט

אויף צוריק איך גיב א טאנץ
זיך געשפירט ווי א שוואנץ
נישט באקומען קיין שאנס
מיין הארץ צושאסן שוין לאנג נישט גאנץ

מיין בליק זי קוקט אוועק
און דערמאנט מיר פון די שרעק
ווען צו די פיין נישטא אן עק
די גערוך פון דעפרעסיע איך שמעק
איבערגעלאזט אויפן לעבן א פלעק
נישט מעגליך סתם צו געבן א פארמעק
יעדע שטיק צייט עס גיבט זיך אן ערוועק
און פירט מיר אראפ פון טרעק

ווען איך וואלט ווען פארמאגט דעם שליסל
צוצוקומען צום שיסל
פון טרויער און אראפנעמען אביסל
נישט אינגאנצן, נאר גיסן א קליין גיסל
וואלט מען געקענט צוהאקן דאס שווערע ניסל
און פארנייען יעדן ריסל
און צוהאקן דעם צער מיט א שטיסל
נאר דאס פעלט מיר, וויסן דאס קליין וויסל

ווען איך וואלט ווען כח געהאט
צו צוקנאקן דעם פארמאט
וואס האט זיך געשאפן מיט די צייט
וואלטן זאכן געפארן מער גלאט

אבער וויבאלד איך האב דאס נישט
האט עס פילע לעבנס צוחושט
און פון געוויסע אפילו פארווישט
ביזדערווייל אינעםזעלבן שיסל ארום מען מישט

א קינד מיט ווייטאג ער שרייט
אז קיינער אים נישט פארשטייט
אריין אין זיך טיפער און טיפער ער גייט
ווי קומט אזויפיל שלעכטס צו די מענטשהייט?

זאג נישט אז עס זאל נישט באנג טאן
אויך זאג נישט אז עס גייט דיר נישט אן
ווייל חוץ פאר די עליטע וואס טראגן דעם פאן
האט דער פארמאט קיין גוטס נישט געטאן

וואס צו טון קיינעם נישט פרעג
לאז יעדן זיך אויסטרעטן זיין וועג
ווייל יעדער האט א רעכט און יעדער מעג
פארוואס מוז אלס ווערן א געשלעג?

אויב וועט מען אזוי טוען
און די גאנצע וועלט וועט לייכטן און בליען
און וועט נייע בריות צוציען
עס איז א שאד אויף סתם זיך צו מיען...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”