דער מארגן...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

דער מארגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

צו מיין טייערער פריינט ---


וואו אימער איך גיי און פאשע

און פרעג איבער די זעלבע קשיא

טרעף נישט קיין תירוץ אין גמרא תוספות רש"י

פארוואס איז דער מארגן אזא סטראשע



דו ווייסט אז מיר איז ווירקליך גענוג

נישט צו זיין אזוי געמיין און נידריג

זאל מען נאר וויסן אז איך בין געווען קלוג

און דער מארגן אלס געווען מיט מיר אין קריג



קום מיר אין רוים מיר אריין אין אויער

בארואיג אביסל דעם טיפן טרויער

מאך אביסעלע זיס דאס וואס איז זויער

דער מארגן וועט מער נישט זיין אזוי שווער אומגעהויער



זאג מיר אז איך האב נישט מער וואס צו קרומען

אויף אלס וואס די וועלט טוט אויסרימען

ווייל מען האט שוין געטון באשטימען

דער מארגן וועט שוין מער נישט קומען



נישט דא מער מיט וואס צו טריאומפירן

נישטא די וועלט נישטא די וואס דעזיגנירן

די זון איז פארביי מיט אירע פאלשע קאלירן

דער מארגן איז עפעס וואס מען וועט שוין נישט שפירן



אדער לאז זיך מיט א געדאנק הערן

די פראבלעמען אוועקצוקערן

זיך צו קענען אפווישן די טרערן

אז דער מארגן זאל נישט איבלען און שטערן

דיין חבר ---
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

הערליכע פאעזיע!!!
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הערליש!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

הערליך פאיעטיש!!
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זיס.
ווייל ס'מאכט שפירן די זיסקייט פונעם היינט.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 17, 2019 7:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיקער »

שיין. הערליך.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

פאכמאניש.
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

שיין געשריבן!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”