סיעתא דשמיא

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

סיעתא דשמיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

(על הניגון, עוד ינגנו, של חיים ישראל)


טרערעלעך ס'גיסט,
מיטן צדיק ער שמועסט,
- זיך אויס זיינע ווייען, אזוי פארקלעמט,
צום ווארט קוים קומען קען,
שטיל בלייבט ער ווען,
- ער טראכט פון זיין מצב, וויאזוי מ'פארנעמט,

רבי, איך בין צומישט,
וואו אנצוהייבן ווייס איך נישט,

אויף וואס צו בעטן פארהאן אזוי סאך איז,
צו זאל איך וויינען אויף אידיש נחת,
און אויף אלע חולי ישראל, דארף מען בעטן,

ארויסצוברענגען ארים די שפראך איז,
שוועריקייטן וואס איך מיט מאך עס,
צו זאל איך בעטן, אז איך זאל פון גוטן וועג, קיינמאל אפטרעטן,

צו זאל איך קרעכצן אויף די נסיונות גאר שווערליך,
מיין נשמה זאל בלייבן ערליך,
אוי, ס'הערשט דאך אזא בלבול המוחות,
און אויף מזוני, זיך נישט דארפן מוטשען,
די פרנסה גיין זאל גוט-שוין,
באשעפער זיסער, אוי, ווי נעמט מען די כוחות,

...

הער מיך צו גוט,
דער צדיק ער טוט,
- ענטפערן דעם איד, אזוי, מיט געפיל,
דארפסט גוט פארשטיין,
אז דו בעטסט די זאך איין,
דארפסטו נישט טראכטן אזויפיל,

אלע בקשות ליגט שוין אין איר,
שריי נאר באשעפער זיי מיט מיר,

נעם דיר א וועג א נייע,
בעט אויף סיעתא דשמיא,
ווען דער באשעפער איז מיט דיר, האסטו שוין אלעס
דו דארפסט מער נישט זארגן אויף גארנישט,
קיין קשיות קיין פראגעס נישט דא נישט,
ווי א קינד אינעם טאטנס הענט, בהתגלות,

...

און אזא צומישעניש,
קיין קלארע מוח איז - שוין - נישט,
- דא, אין די היינטיגע וועלט, אזוי פאריאגט,
אין א מינוט פון טונקלקייט,
א איד צום ווינקל גייט,
מיט א תהלים'ל אין האנט, אזוי, צום באשעפער ער זאגט,

טאטע, איך בין צומישט,
וואו אנצוהייבן ווייס איך נישט

נעם, די מהלך די דעה,
בעט אויף סיעתא דשמיא,
ווען דער באשעפער איז מיט דיר, האסטו שוין אלעס
דו דארפסט מער נישט זארגן אויף גארנישט,
קיין קשיות קיין פראגעס נישט דא נישט,
ווי א קינד אינעם טאטנס הענט, בהתגלות!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

הערליך האסט א רייך פעדערעל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”