האט איר 'סטרעס' ביי דער ארבעט...?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
האט איר 'סטרעס' ביי דער ארבעט...?
באמת איז עס ניטאמאל קיין שאלה
ס'איז א מציאות אזוי טרוקן
איך, דו, און מיר אלע
טוען זיך צום 'ארבעט – סטרעס' בוקן
און וויבאלד איר זענט
אין דעם אשכול אריינגעקומען
האט איר געהויבן הענט
און מודה געווען דערינען
אז 'יא' איר האט
פון דער ארבעט סטרעס
און נאר איין ג-ט
אוועקנעמען קען עס
אמאל טאקע ווייניגער אבער אמאל מער
פאר יעדעם איינעם ס'איז א שטער
צומאל איז עס גאר אן אויפהער
און מ'שפירט אז מ'קען שוין נישט מער
אבער טון השתדלות מיר דארפן
ביסט דאך נישט דער איינציגסטער מסתמא
לאמיר זיך איינעם דעם צווייטען אויסשארפן
צרת רבים חצי נחמה
האסט א חיזוק, א געדאנק, א עצה
קום ביטע קלאר אריין
לייג צו א פלייצע
און ראטעווע דיין חבר פון זיין פיין
ס'איז א מציאות אזוי טרוקן
איך, דו, און מיר אלע
טוען זיך צום 'ארבעט – סטרעס' בוקן
און וויבאלד איר זענט
אין דעם אשכול אריינגעקומען
האט איר געהויבן הענט
און מודה געווען דערינען
אז 'יא' איר האט
פון דער ארבעט סטרעס
און נאר איין ג-ט
אוועקנעמען קען עס
אמאל טאקע ווייניגער אבער אמאל מער
פאר יעדעם איינעם ס'איז א שטער
צומאל איז עס גאר אן אויפהער
און מ'שפירט אז מ'קען שוין נישט מער
אבער טון השתדלות מיר דארפן
ביסט דאך נישט דער איינציגסטער מסתמא
לאמיר זיך איינעם דעם צווייטען אויסשארפן
צרת רבים חצי נחמה
האסט א חיזוק, א געדאנק, א עצה
קום ביטע קלאר אריין
לייג צו א פלייצע
און ראטעווע דיין חבר פון זיין פיין
-
- שר מאה
- תגובות: 202
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm
אילו זכינו האט געשריבן:באמת איז עס ניטאמאל קיין שאלה
ס'איז א מציאות אזוי טרוקן
איך, דו, און מיר אלע
טוען זיך צום 'ארבעט – סטרעס' בוקן
און וויבאלד איר זענט
אין דעם אשכול אריינגעקומען
האט איר געהויבן הענט
און מודה געווען דערינען
אז 'יא' איר האט
פון דער ארבעט סטרעס
און נאר איין ג-ט
אוועקנעמען קען עס
אמאל טאקע ווייניגער אבער אמאל מער
פאר יעדעם איינעם ס'איז א שטער
צומאל איז עס גאר אן אויפהער
און מ'שפירט אז מ'קען שוין נישט מער
אבער טון השתדלות מיר דארפן
ביסט דאך נישט דער איינציגסטער מסתמא
לאמיר זיך איינעם דעם צווייטען אויסשארפן
צרת רבים חצי נחמה
האסט א חיזוק, א געדאנק, א עצה
קום ביטע קלאר אריין
לייג צו א פלייצע
און ראטעווע דיין חבר פון זיין פיין
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
זייער שיין.
די שטערקסטע (אמונה דארף מען האבן, און די באשעפער האט געהייסן טוהן מענטשליכע השתדלות) טול אוועקצינעמען סטרעס איז א 'טעסק ליסט' אדער ריפט מען עס א 'טא דא ליסט'.
די וועג וויאזוי עס ארבעט איז:
אנגרייטן א טאג פריער אלע טעסקס פארן נעקסטן טאג, אדער טוט מען עס די ערשטע זאך אינדערפרי.
פאר עמערדשענסי פליס קאלל ניין וואן וואן, נישטא קיין עמערדשענסי'ס, אויב עס קימט אריין א פרישע טעסק זאל מען עס ארויף לייגן אויפ'ן ליסט, און פאר דווקא נישט טוהן אויפן פלאץ, ווייל דאס פארהארגעט די סדר און לייגט דיך אריין אין סטרעס.
ועוד נשאר בקולמוס.

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
די עיקר געדאנק איז געווען ארויסצוברענגן אז דאס איז פשוט נארמאל צו האבן אביסל סטרעס ווען מ'האט אסאך ארבעט צו טון
און איינמאל מ'ווייסט אז דאס איז נארמאל איז די גאנצע זאך שוין אנדערש, און מ'קען פאקאסירן דערויף מיט א ניכטערן בליק.
א דאנק פאר אלע עצות אויף למעשה ביז אהער, און מ'ווארט מיר מיט שפאנונג פאר נאך...
און איינמאל מ'ווייסט אז דאס איז נארמאל איז די גאנצע זאך שוין אנדערש, און מ'קען פאקאסירן דערויף מיט א ניכטערן בליק.
א דאנק פאר אלע עצות אויף למעשה ביז אהער, און מ'ווארט מיר מיט שפאנונג פאר נאך...
איין עצה וואס איך נוץ צומאל,
איז צו איינעמען א יאוש..... יא! יאוש,
זשאסט סימפל אויפגעבן, און אריינעמן א טיעפע אטעם,
נאכדעם קען מען צוריק אנהייבן ארבעטן סטעפ ביי סטעפ, וויפיל איך קום אן איז הכל רויח, וויסענדיג אז איך ארבעט יעצט נאר ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט וועגן די פריערדיגע ציל, טא איך דאך עס שוין אויפגעגעבן,
אזוי האט מער מער מוחין צו פאקעסן אויף די דיטעילס, און נישט ווערן געשטערט טראכטן'דיג פונעם גרויסן ציל,
למעשה קען מען נאך אנקומען סך מער ווי אָנדעם
(דו"ק ותשכ"ח)

The Divided States Of America
- שמואל אלצווייסער
- שר האלף
- תגובות: 1318
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
Graphic24 האט געשריבן:אז מען שפירט סטרעס איז דאס א סימן אז ס׳צייט צו ארבייטן אויף בטחון...פאר עמערדשענסי פליס קאלל ניין וואן וואן, נישטא קיין עמערדשענסי'ס
נישט יעדער האט די לוקסוס צו גיין ערליך מיט א ליסט; געוויסע סארט ארבייט איז אזוי אויסגעשטעלט אז ס׳לויפט מיט עמערדשענסי׳ס, ווי למשל ׳גרעפיקס׳...
RT. נאר בטחון! איך בין נישט אין גרעפיקס אבער אין די פעלד ווי איך בין איז אלעס איין שטיק פרעשור. (ווער ס׳טוט נאר אין ריעל עסטעיט און קאנסטרוקציע קען מעיד זיין...) פארשטייט זיך אז מען דארף פרובירן צו זיין ארגאנאזירט און האבן א ׳געים פלען׳ אבער מ׳ברויך איבערגעבן די לייצעס פארן אייבערשטער.. ער פירט עס סייווי! מ׳דארף עס פשוט אנערקענען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
יש בו האט געשריבן:איין עצה וואס איך נוץ צומאל,
איז צו איינעמען א יאוש..... יא! יאוש,
זשאסט סימפל אויפגעבן, און אריינעמן א טיעפע אטעם,
נאכדעם קען מען צוריק אנהייבן ארבעטן סטעפ ביי סטעפ, וויפיל איך קום אן איז הכל רויח, וויסענדיג אז איך ארבעט יעצט נאר ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט וועגן די פריערדיגע ציל, טא איך דאך עס שוין אויפגעגעבן,
אזוי האט מער מער מוחין צו פאקעסן אויף די דיטעילס, און נישט ווערן געשטערט טראכטן'דיג פונעם גרויסן ציל,
למעשה קען מען נאך אנקומען סך מער ווי אָנדעם
(דו"ק ותשכ"ח)
זייער גוט גאזאגט!
דא האסטו עס ממש מיט א בילד...
- אטעטשמענטס
-
- 1.jpg (86.66 KiB) געזען 3448 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:RT. נאר בטחון! איך בין נישט אין גרעפיקס אבער אין די פעלד ווי איך בין איז אלעס איין שטיק פרעשור. (ווער ס׳טוט נאר אין ריעל עסטעיט און קאנסטרוקציע קען מעיד זיין...) פארשטייט זיך אז מען דארף פרובירן צו זיין ארגאנאזירט און האבן א ׳געים פלען׳ אבער מ׳ברויך איבערגעבן די לייצעס פארן אייבערשטער.. ער פירט עס סייווי! מ׳דארף עס פשוט אנערקענען.
איין אויסקלארונג:
אין יעדע פעלד איז דא פרעשור...
אנגעהויבן פונעם מלמד, מנהל, שרייבער, גרעפיקער, ריעל עסטעיט בראקער.. ואטו כי רוכלא ליזל וליחשב
אבער Thats Life... וויינען דארף מען ווען ס'איז נישט אנגעשטרענגט.. אך און וויי פאר ווער ס'האט נישט קיין סטרעס און ער שוויצט נישט אביסל....
איך האב אמאל געזען זייער א גוטע Quote וואס איך האב מיר אוועקגעלייגט, עס לויטעט אזוי:
פון די שוויץ וואס דו האסט זיך איינגעשפארט יונגערהייט, וועט אין דיינע עלטערע יארן ווערן איינגעטוישט אויף טרערן...
- אטעטשמענטס
-
- japanese-proverb-what-you.jpg (89.29 KiB) געזען 3440 מאל
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7783
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
Graphic24 האט געשריבן:אז מען שפירט סטרעס איז דאס א סימן אז ס׳צייט צו ארבייטן אויף בטחון...פאר עמערדשענסי פליס קאלל ניין וואן וואן, נישטא קיין עמערדשענסי'ס
נישט יעדער האט די לוקסוס צו גיין ערליך מיט א ליסט; געוויסע סארט ארבייט איז אזוי אויסגעשטעלט אז ס׳לויפט מיט עמערדשענסי׳ס, ווי למשל ׳גרעפיקס׳...
(למשל ביי גרעפיקס)אויסער אויב מען איז אין ביזנעס, און מען האט א פראסעס וויאזוי מען נעמט אן און סערווירט קלייענטס
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.