מיר וויינען צו דיר טאטע
אבער מיר זינגען צו דיר קעניג
מיר האבן געזינדיגט טאקע
אבער געווען קנעכט אונטערטעניג
דיך מצער געווען טאטע
אבער דיך געדינט מלך
דיך פארשעמט טאקע
אבער אויך געווען ערליך
מיר האבן געהאט ירידות טאטע
אבער עליות צו דיר אין הימל
דיך דערווייטערט טאקע
אבער זיך דערנענטערט מיט עמל
מיר זענען געווען ווידערשפעניג טאטע
אבער מיר שטרעבן צו דיר קעניג
מיר האבן דיר ווי געטאן טאקע
אבער דיך אויך געשאפן תענוג
מיר האבן דיר נישט געפאלגט טאטע
אבער דיך באשיינט ווי א מלך
מיר האבן זיך פארפלאנטערט טאקע
אבער דיר אויך געמאכט פרייליך
מיר האבן באשאפן עבירות טאטע
אבער אויך גוטע מלאכים און הימל
זיך געלאזט פונעם יצר המפתה
אבער מאך אונז ריין ווי א רך הנימול
אם כבנים טאטע
אם כעבדים מלך
דערנענטער אונז לעת עתה
דיר צו קענען דינען מכאן ואילך
אם כבנים אם כעבדים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- קיטשי
- שר האלף
- תגובות: 1623
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
- לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין
אם כבנים אם כעבדים
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק