סליחות אינעם דערפעל!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

סליחות אינעם דערפעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

בס''ד

אין פעלד ווי טעגליך זיץ-איך,
מיינע שעפעלעך באשיץ-איך,
אבער אין מיינע געפילן עפעס מער טוט-זיך,

א חשבון הנפש מען מאכט,
וואס מען האט אלס געטאן מען איבער טראכט,
סיי פון בייטאג און סיי פון ביינאכט,

ווען איך האב א מינוט טוה-איך-עס,
א חשבון הנפש איך מאך, איך זוך-עס,
ווייל עס איז שוין ווינציגער ווי א וואך צו סליחות,

איך עפען מיין מח, איך שפאר אויף מיין קאמער,
איך טראכט איבער וואס איז אלס געווען ביי-מיר,
דער שמש קלאפט שוין באלד אויף די שויבן מיט'ן האמער,

סליחות נאך אין דערפעל איך פארברענג,
אוי! נאכ'ן הייליגן רבי'ן אזוי איך בענק,
באלד פאר איך שוין אריין אין שטעטל ווי ענק,

אין דערפעל שפירט מען שוין דעם סליחות וועטער,
איך זיץ שוין אין פעלדעל מיט א סוועטער,
מיטן קוטשמע אויפן קעפל, אזוי ווי דער פעטער,

דער האלץ האקער איז שוין פארנימען,
צום וואלד אזויפיל מאל שוין געקומען,
אזויפיל ביימעלעך אוועק גענימען,

די פויערען זינגן זיך שוין אינטער,
עס קומט שוין דער לאנגער קאלטער ווינטער,
זאל עס נאר זיין א געזינטער,

זיי ווילן אלעמאל פארשטיין,
פארוואס ווען תשרי קומט צו גיין,
בלייבן זיי איבער אין דערפעל אליין,

דער גאנצער דארף פארט אינאיינעם,
נערים וזקינים,
אלע צען אידעלעך, מען לאזט נישטא קיינעם,

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא,
ער פארשטייט נישט קיין חילוק צווישן תשרי און ספירה,
איך האב שוין געדינגען אין שטעטל א קליינע דירה,

זיי קענען שוין מיין תירוץ פון אלע יארן,
אז איך טוה צום הייליגן צדיק פארן,
און אויף דעם טוה איך גארנישט שפארן,

איך וועל מיין פעדער איצטערט לייגן אין א זייט,
און גוט אויסניצן די צייט,
ווייל באלד 'המלך' שוין מען שרייט,

עס זאל אייך נישט באנק טאן און קלעמען,
איך וועל אייך צום שטעטל מיטנעמען,
צום צדיק וואס זיין נאמען טוט שם'ען,
****

לאזט מיר וויסן ווען איר זענט גרייט, דאן מיט פרייד, מ'גייט...!!!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

העי...! הערשעלע! ווארט נאר ווארט... איך קום מיט!!
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

ממש געשפירט אין דערפל
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

בענקעל האט געשריבן:העי...! הערשעלע! ווארט נאר ווארט... איך קום מיט!!

שרייט נישט אזוי ווילד,
איך ווארט אייך מיט געדולד,
אייער ווילן וועט ווערן ערפילט...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

אויפגעפרישט האט געשריבן:ממש געשפירט אין דערפל

דאן זענט איר געווען אויף א גוט פלאץ
:grin:
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שרייטס אלע! מ'גייט! מ'גייט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

איי.. ווען מ'קען אין דערפל צוריק גיין
איי.. די אמאליגע חן
ווי למשל איך טיה עס פארשטיין
טוסט עס דאך אבער אזוי גוט מסבר זיין

הערשעלע איך וויל אויך מיט ענק מיט גיין!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

ענדע צדיק! האט געשריבן:הערליך!
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

פאקטען האט געשריבן:איי.. ווען מ'קען אין דערפל צוריק גיין
איי.. די אמאליגע חן
ווי למשל איך טיה עס פארשטיין
טוסט עס דאך אבער אזוי גוט מסבר זיין

הערשעלע איך וויל אויך מיט ענק מיט גיין!

עס איז נאך דא פלאץ...
קומטס אלע חבירים מ'גיימער... אט אט ...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

געזוכט האב איך א פגם
א חיסרון אינעם גראם
אבער נישט געפינען און נישט סתם
ווייל וואס זאל איך זאגן? ס'איז אויסנאם
א דבר השלם בטוב דעת וטעם
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:געזוכט האב איך א פגם
א חיסרון אינעם גראם
אבער נישט געפינען און נישט סתם
ווייל וואס זאל איך זאגן? ס'איז אויסנאם
א דבר השלם בטוב דעת וטעם

האהא... איר זענט א מומחה,
און אלעס ''נאר מיט שמחה...''
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

לאמיר פארן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איי שוין סליחות, א ציטער
דער בורא, דער גוטער
פאר אונז אלעס טוט ער

אבער, מיר פארגעסן
לערנען נישט דעם לעסן
פארפאסן, לא תעשין ועשין

לאמיר זיך באקלערן
ערליך אפגעהיטן ווערן
נאר גוטס ער וועט אונז באשערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

farshlufen האט געשריבן:איי שוין סליחות, א ציטער
דער בורא, דער גוטער
פאר אונז אלעס טוט ער

אבער, מיר פארגעסן
לערנען נישט דעם לעסן
פארפאסן, לא תעשין ועשין

לאמיר זיך באקלערן
ערליך אפגעהיטן ווערן
נאר גוטס ער וועט אונז באשערן.

אוי ווי ריכטיג און אמת,
אין די טעג פון סליחות נישט אזוי גוט אייער שם-איז...
;l;p-
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”