אורות?! טיילט זיי מיט אנדערע..

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

גאלדענע פעדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

דיין פעדער פון גאלד
דיין טינט פון זילבער..

דיין פאפיר פון גלאנץ
דיין שורות פון ליכט..

דיין רייד פון צוקער
דיין ווערטער פון האניג..

דיין שריפט פון גן עדן
דיין השקפה פון תורה..

שקויעך!!
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

א דאנק פארען דאנק! און א דאנק אויף ציריק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

טאלאנט, טיט קוועלען
מען גייט אריין, אוין הויעכערע ספערען
נענטער צים באשאפער, טיט מען ווערען
מען קען זיך נישט געניג, שטעלען די זעט...

ווען יחיש שרייבט...

מען ליינט איבער, און איבער
ארויס צו נעמען, וועס מער
ציניץ קימען עס וועט, שפעטער
זיינע ווערטער, עפעס פון א אנדערע פלענעט...

ווען יחיש שרייבט...

ווי ליפט צו אטעמען
ווי א קינד דארף זיין טאטען
ווי די זין וואס טיט שיינען
ווי א טייך, וואס טיט בלויז ריינע וואסער קוועלען...

זענען דיינע ווערטער געגליכען...

הנאה מיר האבען, פון דיינע ווערטער...
מיר טיען זיך פרייען, מיט דיינע ווערטער...
מיר טיען אויפשיינען, מיט דיינע ווערטער...

פון טיפען הארץ באדאנקען, פאר דיינע ווערטער...
מיר האפען איר וועט ברענגען, מער פון דיינע ווערטער...
ווייל משתוקק מיר זענען, נאךדיינע ווערטער...

יחיש יחיש שרייב נאר שרייב...
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

דער אורות ווינקעל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ווען מען שפירט דערהויבען
אדער גאר, פארלוירען
שרייבט מען און אורות...

ווען מען טיט זיך פרייען
אדער גאר, קלאגען,
שרייבט מען און אורות...

ווען מען טיט לאכען
אדער גאר, וויינען
שרייבט מען און אורות...

ווען צום באשעפער שפירט מען נאנט
אדער חלילה גאר, ווייט
שרייבט מען און אורות...

ווען מען גייט דארעך זמנים שווערע
אדער גאר, גרינגע
שרייבט מען און אורות...

ווייל אורות, יעדער גלייכט...
ווייל אורות, יעדער ליבט...
ווייל אורות, דער נפש דערלייכט...
ווייל אורות, פאר יעדעם איז גיט...

ווייל אורות, זי שיינט...
ווייל אורות, חיזק געבט...
ווייל אורות, ווי א בריליאנט...
ווייל אורות, ווייטער שיינען וועט..

קימט'ס און שרייבט'ס און אורות!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

א שפאציר און גאט'ס נאטור....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ארויס פון אינזער וועלט
און דעם בריאה שפאצירען
און די נאטור פון גאט
ווי און גן עדן זיך שפירען...

אוועק פון די מענטשהייט
בלויז מיט די בריאה באגלייט
און א וועלט פון העכערקייט
זען גאט'ס ווינדער אזוי דערפריידט...

ווען איך באטראכט באשעפער
דיין ליכטיגע בריאה
יעדע זאך באזינדער
מאנט פאר אן עליה...

און א קילען וועטער
א ווינטעל עס בלאזט
צווישען ביימער און בלעטער
צווייגען און גראז...

וואלקענעס ווי פלעקען
אויף א הימעל א בלויען
די זין ווייזט איר שטראלען
פון צווישען די שפאלטען...

ווען איך באטראכט באשעפער
דיין ליכטיגע בריאה
יעדע זאך באזינדער
מאנט פאר אן עליה...

צו זעהן נאר ביימער
אן קיין עק און קיין צאל
ס'איז נישט דא, דא קיינער
ווער האט זיי געפלאנסט דא, אמאל? ....

צו הערען נאר פייגלען
וואס זיי זינגען א ליד
זי שפרינגען אויף צווייגען
און ווערען נישט מיד...

ווען איך באטראכט באשעפער
דיין ליכטיגע בריאה
יעדע זאך באזינדער
מאנט פאר אן עליה...

א לבנה טיט הענגען
אויף א הימעל א שווארצען
שטערענ'ס זיי באגלייטען
איר שווארץ, צו דערלייכטען....

די זון זי טיט שיינען
מיט אייפער אויף די ים'ען
וואלקענעס זי טיט באשאפען
פאר די וועלט צו ברענגען רעגען...

ווען איך באטראכט באשעפער
דיין ליכטיגע בריאה
יעדע זאך באזינדער
מאנט פאר אן עליה...
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פאר קריטיק און מיינונגען בנוגע דעם פאום, ביטע און דעם אשכול. viewtopic.php?f=3&t=28974 שכח.
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

געלט און געלט אין געלט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

אויסגעליידיגט, לער
העלפן, נישטא ווער
געבליבן נישט מער
ווי א הייסע טרער..

אין לי קעש
אבל שמחה יש

מיין באשעפער
גיב זיך א קער
זעה ווי שווער
עס קומט אהער..

אין לי קעש
אבל שמחה יש

א צובראכן פארקער
נאר העלפן קען ער
טאקע פון אויבן דער
אויבערשטער..

אין לי קעש
אבל שמחה יש

מיין תפלה הער
שטער דעם שטער
אזא גרויסן בער
דער בילד אונזער

אין לי קעש
אבל שמחה יש
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

איך בין נישט דיינס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

לאז מיר אפ, גענוג
כ'בין נישט אזוי קלוג
צו גרייכן א זיג..

גיי אראפ, הער אויף
דיינע כוחות נעמען צונויף
צו טרעטן אויף מיר ארויף..

די זעסט אז דורך איך פאל
און די קומסט צו מיר ווייל
ווילסט נעמען מיין לעצטן שטראל..

שוין אפגעמאכט, אזויפיל מאל
נישט ווערן פון דיר נתפעל
און נאכאלס, די מצב שמאל..

אוי טאטע, איין זאך איך געדענק
ווען פון נסיונות איז מיר קאלט און ענג
אז צו דיר נאך אלס איך בענק..

איך וויל נישט זיין ווי איך בין
עס איז אן אקט, אראפ פון זין
און נישט וועלנדיג אריינגעטראסקעט דערין..

יעדע דריי שעה איך בין זוכה
כדי ס'זאל נישט זיין קיין חזקה, בין איך מוחה
און איך שריי ברבים מיט א קול א הויעכע..

יצר הרע איך בין נישט דיינס..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

קום שוין ציריק ירושלים....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

די הייליגע שטאט, ירושלים
די שטאט פון פראכט, ירושלים
די שטאט פון גאלד, ירושלים
אינזער קשר מיט גאט, ירושלים

קום שוין ציריק ירושלים....

די האפענונג פון דעם יוד, ירושלים
צי וואס מיר בענקען אזוי, ירושלים
איך פארגעס נישט פון דיר, ירושלים
מיט די שכינה צו זיין, ירושלים

קום שוין ציריק ירושלים....

איר ערד איז מיט דיימאנטען געבענטשט, ירושלים
איר הימעל מיט א קאליר פון תכלת שיינט, ירושלים
אירע איינוואוינער מיט קדושה און פארכט, ירושלים
איר באדען איז מיט בערג געהאלדזט, ירושלים

קום שוין ציריק ירושלים....

א גאנצע נאכט איך וויין, ירושלים
צי מיין אלטער היים, ירושלים
איך קען מיך נישט טרייסטען, ירשלים
ווייל מיין הארץ איז ציבראכען, ירשלים

קום שוין ציריק ירושלים....

מיינע אויגן ווילען זעהן דיר זעהן, ירושלים
מיין הארץ וויל דיר שפירען, ירושלים
מיינע פיס ווילען צי דיר גיין, ירושלים
מיינע אויערען ווילען הערען, דיין געזאנג, ירושלים

קום שוין ציריק ירושלים....
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

שוין געלייגט ערגעץ אנדערש. אצינד באמערקט דעם ריכטיגן פלאץ לייג איך אים איבער.
געשריבן נאך א שווערע דיאגנאז [אויף קיין שום איד געדאכט]
אריגינעל אויף א ניגון [וואס ווערט געזונגען אויף "אונטערן בילד" דורך די 2 קינדער אין בית החיים. (איך בין נישט באקאנט מיטן מקור, אבער ס'איז מלא הארץ)]
[/size]
1] אוממעגליך צו געפונען -צו מיינע געפילן א פארגלייך
ניטאמאל טרערן רינען –אויסצודריקן מיין שפראך
חלילה נישט אראפגיין פון זינען –כאפן א נערוון קראך
ס'ווילט זיך ווערן אנטרינען -אין אפגרונד פון טייך
1] צוטרייסלט פארלוירן –ווייס נישט וואס איך שפיר
אלעס אנגעוואירן –זעה קיין אפן טיר
פארמאכטע אויגן און אויערן –מיין זעל פארהאקט אין איר
טונקעלע טויערן –מאט, אן קיין קאליר
2] ווי שווארץ עס זעט נאר אויס
א ביטערער דייעגנאז
דערדריקנדע געדאנקען אין קאפ –קלארקייט קיין טראפ
אומעטיגע געפילן –דער דמיון טוט צושפילן
אוי א בראך –מ'זעט זיך שוין דערנאך אוי אוי אוי
2] פון די קינדערלעך איך קלער
זארגן פאר זיי וועט ווער
אויסהערן וואס טוט זיי דריקן –אין חדר שיקן
אזא שרעקליך שווערע צייט –אין זומפ פון יאוש כמעט
פלוצלינג א ווארעמע שטימע ווי פון ווייט
1] השלך על השם –די פחדים דיין גאנצן קלעם
ווארף זיי אים אהין -ניטאמאל פרוביר צו טוהן
ווי נאר דו וועסט עס גלייבן -תיכף דיר אויפהייבן
האלטן אין זיין האנט –פארזיכערט און קראנט
2] פון אלעם בייזן –דיר אויסלייזן
ויחזור ויתן –פון אלעם גוטן –פולשטענדיג אפהיטן
דער עיקר נישט צו סטאפן –אין זיין טיר צו קלאפן
און אין אים זיך פעסט אנכאפן
[שוין מיט א שטיקל שמייכל, צו זיך אליין:]
1] אפילו דו ביסט -אן ערשעפטער, א מידער
רוהיגקייט פליסט -אין אלע גלידער
דאס הארץ איבער גיסט –די מוסקלען נאכגעלאזט ווידער
אן אמת'ע שמייכל, אלס וועט זיין מסודר
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בין איך נישט זיכער צו ס'דא ווער ס'זעט דא (נישט באקומען קיין פידבעק"ס אויף פרערדיגע פונדעסנוועגן לייג איך עפעס פריש עמער זעהן צו ס'דא בעלנים
ב"ה
ווען ס'גייט דיר גוט- קלער א מינוט
טראכט נישט ניין- פון זיך אליין- טוט אזוי גיין
דער מסבב כל- טוט פונקטליך פירן
וואס ס'זאל- מיט דיר פאסירן
טראג נאר דעם עול- דו זאלסט דאס שפירן
פארנעם, דערהייב- שפיר עס דערהער עס
פארשטיי, גלייב- שכינה מה אומרת
ס'א מעסעדזש דירעקט- צו דיר אין שטוב
מיט ווארעמקייט באדעקט- "איך האב דיך ליב"
הייב דיינע אויגן- צום הימל א בליק
דיין קאפ געבויגן - מיט הכנעה צוריק
אנערקענונג אים גיב- "טאטע איך האב דיר ליב"
טוה זיך אנשטרענגען- אלעמאל געדענקען
אז נישט נאר- ביי א ספעציעלן אור
נאר אויך אין געווענטליכע טעג- כסדרן תמידין
דאנקען מ'מעג- זיי זייער צופרידן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

@בוחר מען זעט און מען זעט

עס רייסט שטיקער וויאזוי א איד איז זיך מחזק אין אלע אומשטענדן
זייער שיין און ווארעם
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

שיינע סחורה יעדער דא
בוחר, אפשר מאכסטו עפעס א דיעל מיט'ן געלדענם פעדער ער זאל דיר באָלד'ירן דיינע גראמען לויט פעטערנ'ס, ער האט זיכער עפעס א סקריפט דערפאר, אנדערש פארשטיי איך נישט..
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

א יישר כח פאר די פידבעקס עמער אי"ה ממשיך זיין
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

מיין ברודער בוחר'ל..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

לכבוד מיין ברודער בוחר..

קודם וויל יחיש דערקלערן
דיין פארגעלעגנהייט צושטערן
און דיר לאזן פארשטיין און הערן
אז דיינע ווערק טוען געזעהן ווערן..

הער מיין ברודער בוחר..

ליידער, איז אזוי די וועלט
א מטבע, אויף די אויגן פארשטעלט
ווי לאנג ס'גייט גוט, און מ'קוועלט
האט דער טראכטן, זיך אפגעשטעלט..

און אט מיין ברודער בוחר..

איין זאך, די זאלסט געדענקן
כלל ישראל, טוט פון דיר געדענקן
און ווען דיינע אויגן, פון טרערן שווענקן
טוען מיר הייסע טרערן, פון אויגן שענקן..

אוי מיין ברודער בוחר..

ווען די וואלסט געזעהן, פארוואס
ס'איז געקומען יסורים, אן א מאס
וואלסטו פארשטאנען, אז ס'לוינט זיך דאס
און מיט טרערן פון שמחה, געפילט דער גלאז..

אבער מיין ברודער בוחר..

דאס מוז אזוי געשעהן
ווייל ווען די וואסט געקענט זעהן
וואלט קיין בחירה געווען..

געדענק מיין ברודער בוחר..

אז דער באשעפער דער וועלט פירט
און מיר מעגן נישט ווערן גערירט
פון וואס דער דאקטער זאגט און שפירט..

יא מיין ברודער בוחר..

ס'שוין געווען פעלער אן א שיעור
וואס דער באשפער האט געוויזן 'איך' פיר
אבער ער מאכט עס פארגעסן, פאר די בחירה פאר דיר..

ממילא מיין ברודער בוחר..

רעד צום אייבירשטן אליין
ווי א קינד צום טאטן גיב פארשטיין
אז ס'איז שווער פאר דיר אזוי צו זיין..

וועסטו זעהן מיין ברודער בוחר..

אז שנעלער ווי געראכטן אוועק וועט דיין פיין
און צוזאמען וועלן מיר אנטקעגן גיין
משיח צדקינו במהרה אמן..

פון: יחיש דיין ליבע ברודער..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

א ריזיגן דאנק אייך הער יחיש.
אגב, להעמדת ה'רעקארד על מכונו, ווי איך האב געשריבן אין מיין באגריסונג אריינקומענדיג צוערשט אין וועלטל, זענען די זאכן שוין פון אלטע ארכיוון.
דער דיאגנאזירטער הנ"ל איז שוין ב"ה ריין און געזונט פאר 4.5 יאר, יעזור השי"ת לעולם ווייטער לאנגע געזונטע שנים טובות.
כהיום יום, ווערט דער חיזוק שמועס ב"ה גענוצט אויף סך קלענערע פראבלעמען כן יעזור השי"ת אויף ווייטער.
און נאכאמאל א דאנק אייך אלע משתתפים.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

מיין הייליגע תורה..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

לער און פוסט..
איינזאם וויסט..
פארברענגט געשמועסט..
צו תאוות מ'גלוסט..
מיטן שטן געגריסט..
פון עוה"ז מ'געניסט..

מ'מיינט ס'איז א שפיל..
ליידיג די געפיל..
לעבן אנע ציל..

געוויסן פלאגט..
אינעווייניג נאגט..
אלס פאריאגט..
גייסט קלאגט..
נשמה נישט פארטראגט..

פאליטיק מ'פארשטייט..
שטותים פארשפרייט..
פארברענגען גרייט..
צו יעדע צייט..

- - - - - - - -

פון טיף פונדערווייט..
אידישע פונק שרייט..
לאז מיך נישט אין זייט..
גשמי מויערן צוגייט..
הארץ עפפנט ברייט..
תורה מיט זיסקייט באגלייט..

ווי א צוקער אויסגיס..
האניג זיס..
ס'גלוסט קיין שמועס..

רע צוגייט ווי שעווה..
פארשטילט די תאווה..
צו תורה א אהבה..

הרגישים לעכטיג..
לעבן איז פרעכטיג..
סברות מעכטיג..

מ'קען עס נישט באצאלן..
אוממעגלעך אויסצומאלן..
סברות בערג און טאלן..

די מח א קלארע..
א חידוש א סברה..
צו בור טפחים עשרה..
אדער שור שנגח את הפרה..
א תמצית אין גמרא..
די דין ביי א אשה הרה..

בור שיח מערה חריצין..
מ'טוט אויף דעם זיצן..
ר' נחמן טוט רב שטיצן..

אין פרייד אדער ליידן..
קיינמאל פון דיר נישט שיידן..
אייביג מיט דיר אנקליידן..

לעכטיגע אורה..
זיי אויף אונז שורה..
מיין הייליגע תורה..
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פארבינדן האט געשריבן:לער און פוסט..
איינזאם וויסט..
פארברענגט געשמועסט..
צו תאוות מ'גלוסט..
מיטן שטן געגריסט..
פון עוה"ז מ'געניסט..

מ'מיינט ס'איז א שפיל..
ליידיג די געפיל..
לעבן אנע ציל..

געוויסן פלאגט..
אינעווייניג נאגט..
אלס פאריאגט..
גייסט קלאגט..
נשמה נישט פארטראגט..

פאליטיק מ'פארשטייט..
שטותים פארשפרייט..
פארברענגען גרייט..
צו יעדע צייט..

- - - - - - - -

פון טיף פונדערווייט..
אידישע פונק שרייט..
לאז מיך נישט אין זייט..
גשמי מויערן צוגייט..
הארץ עפפנט ברייט..
תורה מיט זיסקייט באגלייט..

ווי א צוקער אויסגיס..
האניג זיס..
ס'גלוסט קיין שמועס..

רע צוגייט ווי שעווה..
פארשטילט די תאווה..
צו תורה א אהבה..

הרגישים לעכטיג..
לעבן איז פרעכטיג..
סברות מעכטיג..

מ'קען עס נישט באצאלן..
אוממעגלעך אויסצומאלן..
סברות בערג און טאלן..

די מח א קלארע..
א חידוש א סברה..
צו בור טפחים עשרה..
אדער שור שנגח את הפרה..
א תמצית אין גמרא..
די דין ביי א אשה הרה..

בור שיח מערה חריצין..
מ'טוט אויף דעם זיצן..
ר' נחמן טוט רב שטיצן..

אין פרייד אדער ליידן..
קיינמאל פון דיר נישט שיידן..
אייביג מיט דיר אנקליידן..

לעכטיגע אורה..
זיי אויף אונז שורה..
מיין הייליגע תורה..

הערליך. דאנק פאר מהנה זיין
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

פוילקייט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

איך ווייס, אבער איך ווייס
אז ס'איז גוט פאר מיר, גלייך
אבער פארוואס, פארוואס
קען איך נישט טון צו די זאך?!!

נו יחיש'ל, הייב שוין אן
די צייט טוט לויפן
עפעס תכלית טאן
עפעס איינקויפן...

די שכל וויל טון
אבער זי קען בשום אופן נישט
אן דעם גוף קומען אהין
דער מח צומישט..

נו יחיש, עפעס טוה שוין
מיט דיין ליידיגער טאג
אין ארבעט פלי שוין
פאר די באקומסט אן אפזאג..

איז ארבעט דען א בעסער'ן ניצן?
זיצן און וועלן, וועלן און זיצן
שוויצן און קוועלן, קוועלן און שוויצן
אין ווינטער די קעלט, אין זומער די היצן..

אוי יחיש, וועסטו אזוי פארבלייבן,
און ווייטער פאמעס שרייבן?
אדער דער פוילקייט פארטרייבן
און זיך צוזאמקלייבן..

טאטע, באניי דער פרישקייט פאר יעדעם
השבינו ה' אליך ונשובה, חדש ימינו כקדם..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

שיין שיין יחיש, זיי נישט פויל און קום אונז באזוכן אפטער 8.)
פאר קריטיק דריקט דא
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פארבינדן האט געשריבן:שיין שיין יחיש, זיי נישט פויל און קום אונז באזוכן אפטער 8.)

@יחיש דייני זאכען זענען מורא׳דיג ווארעם און קריעטעוו, און אין א פארמעסט וואלסטו געווען זעכער געווען פון די געווינער, אויב נישט די הופט געווינער!
און פארבינדן דייני ווערק זענען אויך געוואלדיג שיין און מלא תוכן, דיין ״מיין הייליגע תורה״ שטיקעל איז אסנאם אסנאם רייך!

בדרך אגב. כ׳האב שוין לאנג ציריק געזעהן דיין ״מיין הייליגע תורה״ שטיקעל. אבער זיך נישט באדאנקט גלייך, וויל איך דיר זאגען א פשוטע זאך, וואס איז כדי פאר נאך ניקים צי וויסען. לערען דיך אויס א כלל אז אפי׳ אסאך מאל באדאנקען זיך גאר ווייניג ניקים, מיינט עס נישט גארנישט, און האבען דאך גאר אסאך שטארק הנאה, נאר מחמת פאלקייט און נאך סיבות.. באדאנקט מען זיך נישט... דאס איז פארשטייצעך א טעות, אבער דער מענטש איז ליידער א בשר ודם מיט אסאך שוואכקייטען, און מידות פראבלעמען, אפשר טאקע יעצט און ימי הספירה איז א גיטע צייט צי ארבעטען אויף דעם.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

ביסט דאך גאל'ד גערעכט. איז לאמיר שוין פאלגן (כאטש בקיצור)

אונטערן איינדרוק
פונעם 'גילדרנעם' ניק
ווילן מיר זיך באדאנקען
פאר די הערליכע געשאנקען

אזוי הערליך שיין
ס'זינגט זיך און גראמט-זעך
מלא חן
פון יחיש לאמצך

לידער ספעציעלע
אויף פעסטע גרונדן
פונעם עושה פלא
#פארבינדן

און און אוודאי שאר (sure)
ווייסט דאך יעדער
זהב טהור
פליסט פון דיין פעדער

זאלן אייערע געדאנקען אייביג פליסן
די וועל'ט פון אייך געניסן
קיינמאל אפשטעלן
אייער טייך פון קוועלן
אכיה"ר
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:שיין שיין יחיש, זיי נישט פויל און קום אונז באזוכן אפטער 8.)

@יחיש דייני זאכען זענען מורא׳דיג ווארעם און קריעטעוו, און אין א פארמעסט וואלסטו געווען זעכער געווען פון די געווינער, אויב נישט די הופט געווינער!
און פארבינדן דייני ווערק זענען אויך געוואלדיג שיין און מלא תוכן, דיין ״מיין הייליגע תורה״ שטיקעל איז אסנאם אסנאם רייך!

בדרך אגב. כ׳האב שוין לאנג ציריק געזעהן דיין ״מיין הייליגע תורה״ שטיקעל. אבער זיך נישט באדאנקט גלייך, וויל איך דיר זאגען א פשוטע זאך, וואס איז כדי פאר נאך ניקים צי וויסען. לערען דיך אויס א כלל אז אפי׳ אסאך מאל באדאנקען זיך גאר ווייניג ניקים, מיינט עס נישט גארנישט, און האבען דאך גאר אסאך שטארק הנאה, נאר מחמת פאלקייט און נאך סיבות.. באדאנקט מען זיך נישט... דאס איז פארשטייצעך א טעות, אבער דער מענטש איז ליידער א בשר ודם מיט אסאך שוואכקייטען, און מידות פראבלעמען, אפשר טאקע יעצט און ימי הספירה איז א גיטע צייט צי ארבעטען אויף דעם.

וועל איך מיר אויך צושטעלן מיט א דאנק:

מיט גרויס התפעלות
פון דיינע וואונדערליכע מעלות
פון די הערליכע חרוזים
פון דיין כישרון א ריזן

דיינע ווערטער פערל שטיינער
עס דרינג אריין אין די ביינער
א יחיד מומחה ביסטו איינער
מיט א פעדער אזא שיינער

אראפגעלייגט מיטן גאנצן טעם
א ווארעם הארציגע גראם
קיין איין ווארט נישט סתם
ממש אן קיין אויסנאם

זיי ממשיך דיינע אורות מיטצוטיילן
די נשמה טוען זיי אויסהיילן
עס האט א השפעה אויף מיילן
נישט מעגליך צו דערציילן

יתן ה' לך כח
ועל כולם א קלארן מח
אזש זאל גיין א רויעך
א גרויסן שכוח
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

אוי טאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אוי טאטע די מצב איז שווער,
מ'קען שוין נישט מער,
וויפיל איז די שיעור,
וויפיל וועט נאך אריבערגיין אויף מיר.

נישטא דער פעדער צו באשרייבן,
די אלע פיין און ליידן,
די אלע דאגות און זארגן,
ווער ווייסט וואס וועט זיין מארגן.

כ'בעט דיר טאטע אין הימל,
קוק נאר צו דעם טומל,
השקיפה ממעון דיין הייליג ארט,
פון שְׁ‏מֵי מַעַל אויבן דארט.

ווען וועט שוין קומען דעם סוף,
צו אלע צרות וואס הערן נישט אויף,
ווען וועט מען אויפהערן לעבן אין שרעק,
פון די אלע מעשיות וואס כאפט א שרעק.

אמור למשחית הרף ועזוב,
שאינו מבחין בין רע לטוב,
רייסט אוועק טייערע נפשות,
שוין אזויפיל בשורות קשות.

ווען מחוץ תשכל חרב,
בבוקר יאמר מי יתן ערב,
מ'לעבט אין פחד און ציטער,
דער מצב איז ליידער אזוי ביטער.

אבער הנה לא ינום ולא יישן,
דער באשעפער וועט אונזער טרערן אפווישן,
ער וועט אונז נאך טרייסטן בניחומין,
ער איז דאך שומר אמונים.

ווען מ'שפירט אז מ'האלט עס מער נישט אויס,
דעמאלטס טאקע גייט מען פונעם צרה ארויס,
ווען דו אליין זעסט שוין נישט קיין ארויסגאנג,
דעמאלטס ווערסטו אויסגעלייזט מיט געזאנג.

טייערע ברודער אונזער ישועה איז שוין דא,
קרוב יום אשר הוא לא יום ולא לילה,
משיח שטייט שוין ביים שוועל,
ער קומט שוין צוגיין שנעל.

משיח איז שוין דא,
הנה זה בא,
לשנה הבאה,
בירושלים הבנויה.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

יישר כח טריסקער ליבער
פארן מהנה זיין דעם ציבור
זאל טאקע דער טאטע
אלעמאל שיקן מעתה
נאר שמחה מיט טובה
לחיים ולשובע
דיין פעדער שרייבן כיאות
נאר אויף פרייליכע מאורעות
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

טריסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

שלום עליכם, טריסקער
ער געט דאך אזויפיל חיזוק-ער
שורות איינס אין דער וועלט
אין אורות אהערגעשטעלט..

מיט א דאנק פאר יחיש'ן
א שמייכל א נצחון'שן
אנגעהויבן דעם אורות
נאך פאר דער תורות..

יחיש נעמט דעם ריסק
צו לויבן מיטן פיסק
דער צדיק פון טריסק..

דערנאך צום טאטן
געשריגן פון ווייטן
די שוידערליכע טהאטן
פון אלע צייטן..

ארויסגעברענגט פיזיק
אזויפיל חיזוק
מיט ווערטער ריזיג
צובלאזן דעם ניזוק..

יחיש נעמט דעם ריסק
צו לויבן מיטן פיסק
דער צדיק פון טריסק..

א ברכה פאר דיר
אינעם אורות קוואטיר
זאלסט דיין פעדער שארפן
און אורות אריינווארפן..

זיך אנשטרענגען
פון טריסק ברענגען
דעם שיין אויפהענגען
אינעם אשכול דעם ענגן..

יחיש נעמט דעם ריסק
צו לויבן מיטן פיסק
דער צדיק פון טריסק..

יישר כח טריסקער
יחיש,
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”