אורות?! טיילט זיי מיט אנדערע..

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

אורות?! טיילט זיי מיט אנדערע..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

בס"ד
אה.. דאס איז אן אור..
דאך אזוי גוט פארן היינטיגן דור..
א שאד איך קען עס נישט אויסשמועסן..
פאר נאך אידן עס לאזן וויסן..

האט איר אמאל אזוי געשפירט..
אז א מחשבה, געדאנק, האט אייך בארירט..
אייך געברענגט צו אן אנדערע געצעלט..
און אויפגעהויבן צו אן אנדערע וועלט..

זיכער אז יא, און דאס מיז זיין..
ווייל מיר אלע זענען מענטשן מיטן זעלבן פלאן..
גרייט צו הערן און געבן, א ראיה, אז איר האט אייך געשטעלט..
צו זיין א ניק אין אונזער וועלט..

שלום עליכם צו אונזער אשכול דעם נייער..
ווי איר וועט קענען ארויסגעבן די אורות אייער..
פארוואס זאל דאס בלייבן אין קעמערל ביי אייך..
ווען איר קענט מיט דעם אויפטון גאר אסאך..

מיר זענען אלע קינדער פון איין טאטן..
און האבן פארשידענע געפילן און צייטן..
טא פארוואס זיך נישט ארויסגעבן..
און א צווייטן מיט דעם געדאנק, אויך אויפלעבן..

אבער ביטע נישט מאכן פונעם אשכול א קרעפל..
און זיך האלטן אויסדריקלעך, נאר צום קעפל..
אורות?! פארוואס זאלן זיי סתם וואנדערן..
טיילט זיי אויך מיט, מיט אן אנדערן..

איר קענט פאר אייער געדאנק אפילו גראמען זוכן..
אבער פראבירן נישט פונעם פונקט פארקריכן..
קאמענטארן און קאמפלימענטן זענען אויך וואויל..
אבער טענה'ריי און שמועסן, פאר אן אנדערע אשכול..

און מיט א תפילה ארויף צום באשעפער איך שיק אים..
איך זאל קענען מעורר זיין אויך אנדערע ניקים..
כתיבה וחתימה טובה, ברכות נאך און נאך..
וואונטשט אייער נייעם פריינט, יחיש לאמצך..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

אין ליכן פון טראגעדיע..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

שלום צו דיר מיין ליבע יחיש'ל..

יא.. נאך א טראגעדיע..
נאך דריי נפשות..
נישט קיין קאמעדיע..

איי יחיש'ל יחיש'ל..

מ'טוט דיר קלאפן..
איך, פון אויבן..
די זאלסט דיר אויפכאפן..

אוי יחיש'ל יחיש'ל..

עס קומט ראש השנה..
הייליגע טעג פאר דיר..
פון מיר א מתנה..

פרעג איך, יחיש'ל יחיש'ל..

צו וועסטו עס אויסניצן..
אינזין האבן דעם דאווענען..
און מיט גוטס עס דורכשוויצן..

ענטפער, יחיש'ל יחיש'ל..

קוק צו עס לוינט זיך..
ווי קוקט דען אויס א מענטש..
וואס אליין שוינט זיך..

איך בעהט דיר, יחיש'ל יחיש'ל..

די וואך אין די תורה..
ובחרת בחיים..
זאלסט האבן פון מיר מורא..

יא, יחיש'ל יחיש'ל..

די ברכות זענען פאר דיר..
געזאגט געווארן..
קום נאר נענטער צו מיר..

ניין, יחיש'ל יחיש'ל..

די וועסט אזוי מער נישט גיין..
נאר טוישן דיין לעבן..
טריט ביי טריט, איין נאך איין..

אזוי, יחיש'ל יחיש'ל..

וועל איך דיר געבן..
פרנסה, נחת..
געזונט און לעבן..

וואונטשט, יחיש'ל יחיש'ל..

דיין טאטן פון אויבן..
וואס די ווילסט צו אים האפן..
און אין אים גלויבן..

זעה מיין הארץ, יחיש'ל יחיש'ל..

און איך זאג דיר קלאר..
אז מיט דעם קבלה וועסטו האבן..
א גוט געבענטשט יאר..

זיי געזונט מיין יחיש'ל, און געדענק.. איך פארלאז דיר קיינמאל, און צו דיר איך בענק..
לעצט פארראכטן דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ אום מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 9:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

זייער שיין און בארירנד. (קוקט אויס ווי אן אלטע ניק האט זיך באנייעט. אדער א נייער וואס האט זיך אסאך דא געדרייט שוין.)

א גוטע געדאנק צו עפענען אזא אשכול, וואס לויט מיין אינפארמאציע איז נאך נישט דא, ווי יעדער קען ארויסגעבן זיינע אורות.

לגבי דעם שוידערליכע עקסידענט.
איך האב געהערט נעכטן א מעשה פון באבא סאלי וואס קומט נישט אריין דווקא דא ביי דעם עקסידענט נאר ביי יעדע השגחה פרטית. [און איז אפשר אן אור אויך...]

ווי ס'באקאנט איז ביים באבא'ן געווען אפענע רוח הקודש, איז ער אמאל געפארן אויפן וועג און געזעצן און געלערנטווען מיטאמאל פארט אריבער א טרעילאר וואס האט געפירט עפלעך.

דער באבא הייבט אויף דעם קאפ פון ספר און הייסט דעם דרייווער פון זיין קאר אז ער זאל נאכיאגן דעם טרעילאר און ווען ער שטעלט זיך אפ [ביי א רויט לייט וכדו'] זאל ער אים פייפן ווייל ער וויל רעדן צום דרייווער (א איד).

כך הוה ער האט אים געכאפט און דער באבא עפנט דעם פענסטער און בעהט דעם טרעילאר דרייווער ער זאל אים געבן אן עפל.

דער דרייווער קוקט אן געם באבא ווי אראפ פון זינען, גיי קויף אן עפל אין סטאר, אבער דער באבא האט נישט נאכגעלאזט און געבעטן נאכאמאל, דער דרייווער איז ווייטער געפארן נישט זיך צוהערנדיג צום צדיק.

אפאר מינוט שפעטער האט מען געהערט אז א טרעילאר האט געקראכט און דער דרייווער איז אוועק....

האט דער באבא געזאגט 'איך האב געזעהן דעם מלאך המוות אויפן טרעילאר, האב איך אים געוואלט בעטן אן עפל און מאכן א ברכה און אים מזכה זיין מיט אן אמן, אבער ער האט נישט געוואלט, נו וואס קען איך טון....'

איך האב גענומען צוויי מורא'דיגע לימודים פון דעם מעשה
1 וואס איין אמן קען אויפטון, ראטעווען א לעבן...
2 אז ווען ס'געשעהט אן עקסידענט קומט עס נאר פון אויבן און נישט אז דער האט בטעות געמאכט א נישט גוטן דריי א.ד.ג. וק"ל

א שכויעך נאכאמאל!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

יחיש, זייער שיין!
הק' איש ימיני
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יחיש, אהער מיט דיין אלטע ניק... כקענעס נוצן... הערליך שיין...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

איך זיך, זיך, אין זיך..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

איך זיך א דרך אויף דער וועלט
וואס וועט מיר העלפן, און מיר אויפלעבן

איך זיך א עצה אויף דער וועלט
א פינטעלע אמת, וואס וועט מיר חיות געבן

איך זיך א גענעראל, אויף דער וועלט
וואס זאל גיין מיט מיר, שטיין מיר דערנעבן

איך זיך א ווינקל אויף דער וועלט
ווי איך קען זיין אפן, אויסצופירן מיין שטרעבן


איך זיך, זיך, אין זיך..


איך זיך א לעכטל, אויף דער וועלט
וואס זאל מיר באלייכטן, מיין וועג דעם שווארצן

איך זיך א חבר אויף דער וועלט
וואס זאל מיינען מיר, פון טיעפן הארצן

איך זיך א רעדל אויף דער וועלט
צום אמתן וועג, עס זאל מיר דרייען

איך זיך ווערטער אויף דער וועלט
מיט וואס איך זאל מיר קענען, ארויסשרייען


איך זיך, זיך, אין זיך..


איך זיך א ניגון אויף דער וועלט
מיינע אמת'ע געפילן, ארויסברענגן

איך זיך א בריק אויף דער וועלט
וואס צום גליק, טוט זי הענגן

איך זיך א בארג אויף דער וועלט
צום בעסערן צוקונפט, זיך נישט אנשטרענגן

איך זיך א פאפיר אויף דער וועלט
ווי איך זאל קענען, מיינע ווערטער ברענגן


איך זיך, זיך, אין זיך..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

האבען מיר באקומען א פרישע מאסטראו אין פאעזיע, חזק ואמץ, קיעפ דע אורות קאמינג!!!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:האבען מיר באקומען א פרישע מאסטראו אין פאעזיע, חזק ואמץ, קיעפ דע אורות קאמינג!!!

איך ווייס נישט וואס מאוסטראו מיינט אבער דער יחיש איז א כוכב מכוכב שאין כמוהו לכוכב בכל הכוכבים...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יחיש, זייער זייער שיין!

בפרט די "איך זיך" שטיקל, גינגאלד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די לעצטע שטיקל פון איך זוך איך זוך איז עפעס אויסטערליש שיין! הערליך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הערליך הערליך, אלע אין די רייע.
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

יחיש וועט פראבירן אן די קייטעלעך..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

בס"ד
שלום מיין טאטע..

עס קומט א נייע יאר
און ס'איז ביי מיר קלאר
אז איך בין נישט געווען
ווי אזוי געדארפט מיר צו זעהן..

און קלאר איז אויך ביי מיר
אז אין דעם נייעם יאר, וואס פריער
וועל איך נישט קענען שטיין
און ווייטער נישט גוט זיין..

אבער יעצט, יעצט אויף דעם חודש
שפיר איך, אז איך וויל זיין כולה קודש
טאטע, צו מעג איך פאר איין חודש גוט זיין
און צו וועסטו אנעמען מיין אור, מיין שיין..

יא מיין קינד..
איך גיי איין געשווינד..
וואס א איד קען אויפטון איז סוד'יש
אפילו נאר אין א חודש..

האלבן חודש איז שוין פאראיבער
שוין פארגעסן פון דעם חיבור
ניין, איך בין נישט געווען
ווי אזוי די האסט מיר געוואלט זעהן..

און די קומעדיגע האלב ווי אויך
גייט נישט גיין ווי געברויך
איך קוק, און שווארץ עס ווערט
יא, מיינט אויערן האבן גוט געהערט..

אבער יעצט, יעצט אויף דעם היינטיגן טאג
וויל איך ניצן מיינע כוחות וואס איך פארמאג
טאטע, צו מעג איך פאר איין טאג גוט זיין
און צו וועסטו אנעמען מיין אור, מיין שיין..

יא מיין קינד..
איך גיי איין געשווינד..
איי ווען איך זאל דיר נאר געבן א זאג
וואס די קענסט אויפטון אין איין טאג..

האלבן טאג פארביי
אוי אוי אוי.. איי איי איי..
נישט אנגעהויבן פונדאסניי
רעדן איז נישט כדאי..

די אנדערע האלב גלייך איך באקרוין
ווי אזוי זי וועט אויסזעהן, ווייס איך שוין
שוין איך וועל שוין נישט גוט זיין
בלייבן לעבן אין זעק פון פיין..

אבער יעצט, יעצט אויף דעם שעה
איך וויל זיין וואויל, הושיעה נא..
טאטע, צו מעג איך פאר איין שעה גוט זיין
און צו וועסטו אנעמען מיין אור, מיין שיין..

יא מיין קינד..
איך גיי איין געשווינד..
אויבן אין הימל דא..
רעכנט מען אנדערש א שעה..


האלבן שעה געלאפן
אין זעלבן מצב זיך געטראפן
די מציאות שרייט אפן
'די האסט שוין נישט אויף וואס צו האפן'..

פון די צווייטע האלב שוין נישט איך רעד
ס'קלאר אז אזוי בלייבן וועט
שוין לאמיר שנעל פארטרייבן
איך וועל שוין אזוי אייביג פארבלייבן..

אבער יעצט, יעצט אין דעם מינוט
"טאטע איך וויל זיין גוט"
טאטע, צו מעג איך פאר איין מינוט גוט זיין
און צו וועסטו אנעמען מיין אור, מיין שיין..

יא מיין קינד..
איך גיי איין געשווינד..
צו ווייסטו וואס א איד אויפטון טוט
אין איין איינציגער מינוט..


ס'קומט יעצט א טאג, מיינע ברודער
וואס יחיש ווערט צוקלאפט ווידער און ווידער
ער וויל דאווענען מעריב די ערשטע נאכט
אבער גלייך קומט ארויף.. 'לאז געמאכט'..

די האסט דאך גאנישט געדאוונט א גאנץ יאר
אפשר דא דארט, תפילות אפאר
און די פלאנסט דאך אויך נישט אויף ווייטער
צו דאווענען ערליכער און שטייטער..

אבער יחיש האט שוין אין הימל געפרעגט
אויב נאר איין מעריב כאפן געמעגט
און מען האט אים גענפערט דייטליך
אז די חודש, טאג, שעה, מינוט, האבן נישט קיין קייטלעך..

זיי זענען נישט געבינדן איינער אין צווייטן
יחיש ווייסט שוין וואס דאס טוט באדייטן
אז אפילו מ'האלט שוין ביי מנחה דעם טאג די צווייטן
קען מען אזויפיל אויפטון מיט נאר אביסעלע עפענען די קייטן..

יחיש'ל יחיש'ל.. קוק וואס פאר א זיסע טאטע די האסט
פארוואס, פארוואס האסט דיך פאר'נער'ן געלאזט
קער זיך אום מיט אט די געדאנק, און פארמעק די אייטערליך
און געדענק 'די חודש, טאג, שעה, מינוט, האבן נישט קיין קייטעלעך'..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הערליך! נישטא קיין ווערטער! די מוסר השכל און התחזקות פון די ווערטער זענען דאך עפעס אין לשער!
---
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א פיינע פישל געכאפט דא. הערליכע שטיקער
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

געלעגער האט געשריבן:א פיינע פישל געכאפט דא. הערליכע שטיקער


עצה טובה: ליתן ריוח בין פרשה לפרשה, לאז איינזאפען איינס, און דערנאך געב א טראסק אריין די צווייטע.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

אה וואה!! דאס איז דאך געוואלדיגע אורות וואס שיינען דא.

יישר כח
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נא_שכל האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:א פיינע פישל געכאפט דא. הערליכע שטיקער


עצה טובה: ליתן ריוח בין פרשה לפרשה, לאז איינזאפען איינס, און דערנאך געב א טראסק אריין די צווייטע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איינס ביי איינס באמבעס, אבער ווי אנדערע האבן דערמאנט, לאז עס אביסל אריין זאפן.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

יחיש! פיינע נייעס..

אבער פארוואס זיך לאזן איינזאפן?? נאך נאך....

איך ליין עס מיט דורשט און האב שוין געמאכט גוטע קבלות אויך....

יחיש קיפ אפ!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

יעצט איבערגעליינט די שטיקל פון 'איך זיך' ,ווען פאעזיע פארמעסט גייט יעצט אן וואלט עס מסתם דעווינען פירסט פלעיס.
ארט , קריעטיוויטי, און פליסיגקייט .
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:יעצט איבערגעליינט די שטיקל פון 'איך זיך' ,ווען פאעזיע פארמעסט גייט יעצט אן וואלט עס מסתם דעווינען פירסט פלעיס.
ארט , קריעטיוויטי, און פליסיגקייט .

יאפ, שטארק מעגליך!! עס איז ריכטיגע פאעזיע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

הערליך שיין אלע איינס ביי איינס !!!

ייש"כ, האלט אן מיר האבן שטארק הנאה.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

נו יחיש..?! עפעס אורות פאר יום כיפור?!

געב ארויס עפעס פון די גאלדענע סחורה...
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

ווער בין איך? {א שרעקליכע גילוי}

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ »

בס"ד

טרערן רינען..
כ'קען נישט געווינען..
אויף דער וועלט ערשינען..
אבער איך קען מיר נישט געפונען..

יחיש, יחיש, נו?! ווער ביזטו?!
אויף דער שלעכטע וועלט וואס טוסטו?!
זיך פארדויבן, רעדן ל"ה פאליטיק מוזטו?!
ווער ס'וועט געווינען, פאטאקי אדער קריסטי?!

זיכן צימת לב, איויטש.. א פראסק אין פנים!
קוק אין שפיגל, אבער דער גוף אויסטאן אים!
פראביר מיט לייכט, זיך צו באטראכטן אן אים!
אה.. דאס קומט יעצט אריין.. בירח האיתנים!

דיין נפש אנטפלעקט זיך.. אזוי שיין..
דאן פארוואס אנטלויפן פון זיך אליין..
יחיש, בלייב שוין מיטן באוואוסטזיין.. אין פאראיין..
און טוה פארשטיין.. אז די ביזט נישט געמיין.. נאר הערליך ריין..

אבער פארוואס מיז יחיש לעבן אויף אטענשן?!
פארוואס איז דאס ווי גאז פארן ענדשזן?!
טוט עס דען זעטיגן.. צו לוינט זיך צו בענטשן?!
דאן פארוואס נאך א מינוט, ווייטער קראצן אויף מענטשן?!

אפילו ווען 'וואס א חילוק' מיט 'גערעכטער'!
און 'פלטיאל' א קאמפלימענט אן עכטער!
'א גראם מיט טעם' זיינע ווערטער פלעכט ער!
און 'מה פתאום' גייט 'לכתחילה אריבער' דעם וועכטער!

דער 'ענדע צדיק' איז דא 'להודיע' אז ס'איז גוט..
און 'בשבילי נברא' מיט 'געלעגער' אויך אריינפיט..
'נא_שכל' אן עצה מיט שכל און אפעטיט..
און דער 'הבוחר בטוב', 'יענקעלע קליגער' שקויעך וואס איר טוט..

אבער פארוואס טוט עס נישט יחיש'ן זעטן?!
צו האסטו נאכנישט געזוכט אויף אלע פארמעטן?!
צו זעהסטו נישט אז מ'טוט שוין פון דיר שפעטן?!
און פאר דיר א גרוב טוסטו זיך אויסבעטן?!

די אלע קאמפלימענטן זענען זייער זיס!
אבער נאר פאר די מינוט פון די שמועס!
א מינוט דערנאך, אוועק ווי מיטן וואסער פליס!
און זיך שפירן אזוי אומב'טעם'ט און מיס!

יחיש זוכט פארוואס.. קוקט אין זיך..
קלעטערט טיף אין די קעמערלעך פון מיך..
וואס האט מיר געפעלט? אז אזויפיל איך זיך..
-איינע פון די אפטיילונגען פון "ווער בין איך"..-
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

אויפן וועלטעל בינעך בלויז עטליכע מאנאטן...
שוין פול געלונגענע שרייבעריי מיטגעהאלטן, זיך געהאלטן ביי די זייטן..
אבער יחיש וועלעך מיט קיינעם פארבייטן...

יחיש! לאז נישט אריין לופט צווישן איין מייסטערווערק און די צווייטע! פאעעזיע אויף די שטאפל האבן מיר קיינמאל מיטגעהאלטן, און מיר גארן פאר נאך.

א דאנק
פאר קריטיק דריקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”