בלאט 1 פון 1

הערליך קלאר! חשבון התקופות לשה"ק און אידיש!!!

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 4:20 pm
דורך קושר כתרים
באקומען היינט אויף בחצרות דעם גליון חשבון התקופות, צו פארשטיין די גמרא אויף דף נ"ט ע"ב

דעם גאנצן חשבון התקופות פון קידוש החמה אראפגעשריבן קורץ און קלאר אין בלויז צוויי זייטן, אין א געשמאקן לשה"ק, הערליך גרינג צו פארשטיין.

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 4:30 pm
דורך ישמחו
ה-ע-ר-ל-י-כ-ע ארבעט!!!

אין דריי מינוט פארשטאנען וואס איך פארשטיי שוין נישט מיום עמדי על דעתי! (און איך בין שוין נישט קיין אינגערמאן, כ'געדענק נאך ווי ר' זלמן בינער ע"ה דער מנהל אין בניני זופניק פלעגט מסביר זיין די חשבונות מיט זיין לעכטיגע שטימע. כ'מיין ער האט אויך ארויסגעגעבן א קונטרס מיט אלע חשבונות, געשריבן אויף זיין טייפרייטער זי"ע).

טייערע חבירים, לומדי יסודי התורה, פרינטס דאס ארויס און גייט דאס איבער מיט אייער חברותא, ס'וועט זיך אזוי געשמאק לערנען די רש"י.

אפשר וואלט געווען אן הצעה אז מ'זאל דאס איבערשרייבן אויך אויף אידיש?
קען דאס אפשר איינער בעטן פונעם מו"ל ומסדר?

יישר כח נאכאמאל.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 2:56 pm
דורך מי יודע
דורכגעקוקט דעם שבת, הערליך געוואלדיג ;l;p-

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 3:51 pm
דורך נא_שכל
איך זעה אז דער בלעטל איז געשריבען געווארען דורך ר' שאול יחזקאל רייכמאן, מען קען זאגען אויף עהם לגבי דעם ענין אז ער איז "מזה בן מזה", זיין פאטער הרב ר' אברהם שליט"א לערנט דאך דאס אויס פאר אלע זיינע תלמידים, עס איז ממש א פלא ווי זיינע תלמידים קליינע קינדער פון כתה ה' אדער ו' קענען די אלע ענינים מיט א שמוץ אריבער ממש להפליא, עס וואלט געווען א פאסיגע זאך אז איינער זאל ארויפלייגען די אלע חומר וואס ר' אברהם שליט"א האט צוזאם געשריבען אויף די אלע זייטיגע ענינים.

חשבון התקופות אין "אידיש"!!!

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2014 4:03 pm
דורך קושר כתרים
ישמחו האט געשריבן:אפשר וואלט געווען אן הצעה אז מ'זאל דאס איבערשרייבן אויך אויף אידיש?
קען דאס אפשר איינער בעטן פונעם מו"ל ומסדר?.



אז מ'בעט שיין, באקומט מען...

דער חשובער מסדר ומו"ל האט אנגענומען ישמחו'ס הצעה דאס איבערצושרייבן אויך אויף אידיש...

אט האט איר דעם "חשבון התקופות" אין די אידישע שפראך

אויסגעשטעלט אין נאך א שענערן פארמאט לתועלת הלומדים החשובים.

יעצט באקומען אין אימעיל ותשואת חן חן פארן מסדר ומו"ל.

פרינטס דאס ארויס, און דערקוויקט אייך און אייערע חברים.

איר קענט דאס ווייזן אויך פאר אייערע קינדער, זיי וועלן זיך באלעקן און דאס פארשטיין קליפ און קלאר. גאראנטירט.

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2014 6:30 pm
דורך ישמחו
ה-ע-ר-ל-י-כ-ע א-ר-ב-ע-ט #2

שקויעך. שקויעך. שקויעך.

כ'האב עס דורכגעקוקט, שטארק הנאה געהאט,
כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, זייט פאריגע וואך מיטוואך מיטשע איך מיך דאס צו פארשטיין געבן פאר מיין חברותא, אבער נישטא צו וועמען צו רעדן.
אוי וועט ער זיך יעצט באלעקן די פינגער צו קענען מאכן א סיום אויף "גאנץ" מסכ' ברכות, אן דארפן אויסלאזן א געשמאקן שטיק גמרא וואס איז "נישט פאר אים".

שיינע דאנקע נאכאמאל.