הערות בשיעור מוסר - מסילת ישרים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

הערות בשיעור מוסר - מסילת ישרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עד שידמו רוב בני האדם שהחסידות תלוי באמירת מזמורים הרבה ווידויים ארוכים מאד


די מסילת ישרים זאגט חסידות איז נישט זאגן מזמורים, ווידוים
איז די מהלך פין זאגן אין פארשידענע ערטער אויך אין קהילת ברסלב אסאך תפילות און דיבורים צום באשעפער אוועקגעגאנגען פון די מהלך פינעם מסילת ישרים?
אדער מיינט דער רמח"ל עפעס אנדערש
לעצט פארראכטן דורך רצון טוב אום דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מזל טוב צום פרישען ברסלב אשכול והקב"ה יעזור עס זאך האבן אריכות ימים ושנים טובים
איך גלייב נישט אז דיין כוונה צו מאכן נאך אזא אשכול אבער דאס איז וואס עס גייט געשען
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

פרידן האט געשריבן:מזל טוב צום פרישען ברסלב אשכול והקב"ה יעזור עס זאך האבן אריכות ימים ושנים טובים

ס'מיינט נישט דוקא ברסלב, ס'דא ביי נאך פלעצער
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

רצון טוב האט געשריבן:
עד שידמו רוב בני האדם שהחסידות תלוי באמירת מזמורים הרבה ווידויים ארוכים מאד


די מסילת ישרים זאגט חסידות איז נישט זאגן מזמורים, ווידוים
איז די מהלך פין זאגן אין ברסלב אסאך תפילות און דיבורים צום באשעפער אוועקגעגאנגען פון די מהלך פינעם מסילת ישרים?
אדער מיינט דער רמח"ל עפעס אנדערש

לעצם קשיא ברסלבע חסידות איז נישט באמירת מזמורים הרבה ווידויים ארוכים מאד, אין ברסלב האט מען געהעריג געלערנט אויך נאר געווען א ענין צו זאגן תורה פונקט ווי אונז וויס מיר אז ארויס זאגן די ווערטער פין זוהר אדער אור החיים הק' אפי ווען מען פארשטייט נישט הייליגט אין איז מתקן די נשמה, די זעלבע איז מיט כל התורה ובפרט משניות, אין זעכער בעסער ווי נישט טוען דאס אויך נישט, אבער נישט דאס איז ברסלב אין נישט דאס איז חסידות ביי חסידים האט מען געהאט א ענין אפי' צו זאגן ווען מען פארשטייט נישט, למשל אז ביי חסידים איז דא ענין צוגיין ביים דאווענען מיט א גארטעל אין אויך לאמיר זאגן תפלת ר"ר אלימלך מיינט עס נישט אז ביי חסידים מיינט דאווענען א גארטעל אין זאגן תפלת ר"ר אלימלך,
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:47 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

האמת היא, כי עיון גדול צריך על כל הדברים האלה לדעת אותם באמת, ולא על צד הדמיון והסברה הכוזבת, כל שכן לקנות אותם ולהשיגם.


די מס"י זאגט אז אויב אויף צו וויסען די ריכטיגע דרך און נישט לעבן אין דמיון און פאלשע דרכים דארף מען אזויפיל זיכען און הארעווען צו וויסן די אמת
איז א ק"ו אז דאס למעשה אויסצופירן איז זיכער שווער
וואס איז פשט פון די ק"ו
קען נישט זיין אז די נסיון און שוועריקייט וואס די באשעפער האט געמאכט אנצוקומען צום ריכטיגן דרך איז נאר אינעם זיכן די דרך הישר ?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”