סיום חצי ש"ס

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בראשית ברא האט געשריבן:עפעס כאפסטו נישט אבער ס'איז גוט.
האט מען נישט אנגעהויבן מס' פסחים?

ניין מ'האט אנגעהויבן ברכות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ווען איז פורים?.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מי יודע האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:עפעס כאפסטו נישט אבער ס'איז גוט.
האט מען נישט אנגעהויבן מס' פסחים?

ניין מ'האט אנגעהויבן ברכות

דא אויף אייוועלט האט זיך עס אנגעהויבן שפעטער זעט אויס
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

farshlufen האט געשריבן:ווען איז פורים?.

צווישן בבא קמא י"ג-י"ד.
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

farshlufen האט געשריבן:ווען איז פורים?.

מענין לענין
תורתך האט זיך אריבערגעכאפט קיין ראדני...
א אינגערמאן פארציילט מיר ער איז נעכטן נאכט געווען אין ראדני אפנעמען פון זכרו די סנהדרין גמרא אין האט זיך געטראפן אינדערהיים מיט א בבא קמא פון תורתך שעשועי
ווארשיינליך א דעליווערי טעות
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווען איז פורים?.

מענין לענין
תורתך האט זיך אריבערגעכאפט קיין ראדני...
א אינגערמאן פארציילט מיר ער איז נעכטן נאכט געווען אין ראדני אפנעמען פון זכרו די סנהדרין גמרא אין האט זיך געטראפן אינדערהיים מיט א בבא קמא פון תורתך שעשועי
ווארשיינליך א דעליווערי טעות

קיינמאל קיין ערגערס, נאר אזעלעכע טעותים
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווען איז פורים?.

מענין לענין
תורתך האט זיך אריבערגעכאפט קיין ראדני...
א אינגערמאן פארציילט מיר ער איז נעכטן נאכט געווען אין ראדני אפנעמען פון זכרו די סנהדרין גמרא אין האט זיך געטראפן אינדערהיים מיט א בבא קמא פון תורתך שעשועי
ווארשיינליך א דעליווערי טעות

וואו שיין איז כלל ישראל!!!
איים עי דזשו, ענד פראוד טו!!!!
די לעכטיגקייט פון כלל ישראל!!!!
די מוראדיגקייט פון כלל ישראל!!!!
וואו איז דער הייליגער בארדיטשובער?..
וואו איז משיח?!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מיינע צוויי צענט אויפן נעכטיגן סיום, איך ווייס נישט, ס׳איז אבער נישט געווען מיין טעיסט בכלל. כ׳וועל זיך ערלויבן צו רעדן אביסל אפן, סינס כ׳רעד אין א שטילע ווינקל. כ׳מיין עס אבער אמת׳דיג.

דאס נעמען דעם עבידנא יומא טבא לרבנן און עס עביוזן, מאכן א סעודה וואס קוקט אויס ענליך ווי די פאַדי פון די חסד ארגעניזאציע פאר זייערע מעמבער, אדער ווי א נאכטמאל פאר פאלעטישנס. חור כרפס ותכלת געדעקטע טישן, סערווירט כל מיני בשורות טובות, בשר בהמה אויפגעשטעלט טפח על טפח ברום טפח ומקפות חומה.. איך ווייס נישט, ס׳איז נישט מיין טעיסט.

פון מיין זייט גרייט צו א סעודה אין פאליש מיט ווייס געדעקטע טישן, שטערנס בילקעלעך מיט פיש פון ר׳ משה פאלקאוויטש באגלייט מיט שירה וזמרה דורך די סאטמארע קאפעליע.

כ׳בין נישט דערקעגן, אדרבה. שטעלסט צו א סעודה וואס ביי דיר מיינט עס רייך? כל הכבוד. די פראגראם איז מיר אבער אויך נישט געפאלן אינגאצן, די דרשה פון טשעטשניווער רב איז געווען גראדע די הויעך פונקט. אפילו גאליציאנע רעדנערס קומט ביי מיר הערשט נאך א דרשה פון לדוגמא הרב ר׳ מאיר צוויבל שליט״א. דאך איז עס אבער געווען גאר א געלונגענע דרשה. [ר׳ חיים יעקל איז א אויסגערופענע גוטע בעל דרשן]

רבינו שליט״א איז ערשיינען אין זאל בצהלות פניו, שטארק אויפגעלייגט שטייענדיג נאך אזא היסטארישע פארהער. כ׳האב געהערט פון א איינעם וואס איז געווען אויבן אינעם פריוואטן שטובל פון רבין, נאכן פארהער האט זיך די רבי אויסגעדריקט ״מ׳קען שעפן חיות דקדושה ביי אזא פארהער״.

טשעטשניווער רב האט זיך אוועקגעזעצט נאך זיין דרשה, די רבי האט מיט אים געהאט א שיינע שמועס.. גייט אדורך עטליכע מינוט, זעצט מען אוועק עפעס א ליטפאק נעבן רבין. כ׳האב נישט קיין השגה וואס דער וואס האט אים דארט אהינגעזעצט האט געקלערט.

מ׳הויבט אן זינגען ניגונים וואס איז ממש ווי די מעין דיש. מ׳ווייסט נישט וויזוי מ׳עסט דאס. פארוואס נישט זינגען עפעס נארמאל?.. דער יו״ר ר׳ מרדכי אלעזר הירש, ביים אויפגראמען די חשובע נגידים ופטרונים פונעם חבורה, מ׳קלאטשט. מיינע אויערן זענען רויט געווארן. איך האב געוויזן מיין שכן, שעפעלע, בידים מאכט מען דעם רבין אומבאקוועם. פארוואס פארוואנדלען אזא ערענסטע מעמד אין א צערעמאניע?

ר׳ יצחק׳ס דרשה, דאונט געט מי ראנג, איך בין א נאנטער ידיד מיט ר׳ יצחק. יעדעס ווארט פון זיין דרשה איז געקומען מעומק לבבו. ר׳ יצחק מיט חבורת תורתך איז איינס. ער נעמט דאס מורא׳דיג פערזענדליך, און מיט א אמת׳דיגקייט. פארוואס אבער ביים מייקראפאון - פריים טיים - פארענט פון צוויי טויזענט לומדים?.. כ׳רעד שוין נישט פון דעם אז אויפן סקעדזשעל איז געשטאנען אז ער גייט רעדן הערשט נאכן רבין.

נישט קיין ווינדער די רבי לאזט וויסן אז ער איז גרייט צו גיין, שטעלט מען זיך אויף טאנצן, ווידער אויף עפעס א כ׳ווייס נישט וואספארא ניגון.. וואס ווילסטע, די רבי זאל נאך בלייבן זיצן דארט?

ווידער, איך האב גארנישט קעגן אויפרייסערישע מעמדים, דאך שפיר איך אז כ׳פארשטיי זייער גוט פארוואס אזא שיינע מעמד האצעך אזוי געענדיגט. נישט אז ס׳איז געווען א טאטאלער דורכפאל, ס׳איז אבער פארט יא געווען א דורכפאל, און אזאלכע מענטשן ווי איך וואלטן געטראכט צוויי מאל ביפארן קומען אויב ווייסעך ווען פון פאראויס אז די רבי גייט נישט אויפטרעטן.

דער אמת איז אבער אז דאס אלעס נארישקייטן. דער עיקר איז, מהאמער ב״ה זוכה געווען מסיים צו זיין חצי ש״ס. מודה אני לפניך ששמת חלקינו מיושבי ביהמ״ד, ויהי רצון שכשם שזכיתי לסיים, כך אזכה להתחיל ולסיים מס׳ וספרים אחרים. אמכי״ר.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיינע צוויי צענט אויפן נעכטיגן סיום, איך ווייס נישט, ס׳איז אבער נישט געווען מיין טעיסט בכלל. כ׳וועל זיך ערלויבן צו רעדן אביסל אפן, סינס כ׳רעד אין א שטילע ווינקל. כ׳מיין עס אבער אמת׳דיג.

דיין ווייטאג איז אויך אונזער ווייטאג, וואס זאל מען טון, מ'לעבט תש19
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווען איז פורים?.

מענין לענין
תורתך האט זיך אריבערגעכאפט קיין ראדני...
א אינגערמאן פארציילט מיר ער איז נעכטן נאכט געווען אין ראדני אפנעמען פון זכרו די סנהדרין גמרא אין האט זיך געטראפן אינדערהיים מיט א בבא קמא פון תורתך שעשועי
ווארשיינליך א דעליווערי טעות

עוז והדר האט בטעות געשיקט א באקס (אדער מער) פון די ב"ק גמרות צו די "זכרו" סיום (די אויבנאן האט באקומען בבא קמא גמרות מיט די לאגא פון תורתך שעשועי!)
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיינע צוויי צענט אויפן נעכטיגן סיום, איך ווייס נישט, ס׳איז אבער נישט געווען מיין טעיסט בכלל. כ׳וועל זיך ערלויבן צו רעדן אביסל אפן, סינס כ׳רעד אין א שטילע ווינקל. כ׳מיין עס אבער אמת׳דיג.

דאס נעמען דעם עבידנא יומא טבא לרבנן און עס עביוזן, מאכן א סעודה וואס קוקט אויס ענליך ווי די פאַדי פון די חסד ארגעניזאציע פאר זייערע מעמבער, אדער ווי א נאכטמאל פאר פאלעטישנס. חור כרפס ותכלת געדעקטע טישן, סערווירט כל מיני בשורות טובות, בשר בהמה אויפגעשטעלט טפח על טפח ברום טפח ומקפות חומה.. איך ווייס נישט, ס׳איז נישט מיין טעיסט.

פון מיין זייט גרייט צו א סעודה אין פאליש מיט ווייס געדעקטע טישן, שטערנס בילקעלעך מיט פיש פון ר׳ משה פאלקאוויטש באגלייט מיט שירה וזמרה דורך די סאטמארע קאפעליע.

כ׳בין נישט דערקעגן, אדרבה. שטעלסט צו א סעודה וואס ביי דיר מיינט עס רייך? כל הכבוד. די פראגראם איז מיר אבער אויך נישט געפאלן אינגאצן, די דרשה פון טשעטשניווער רב איז געווען גראדע די הויעך פונקט. אפילו גאליציאנע רעדנערס קומט ביי מיר הערשט נאך א דרשה פון לדוגמא הרב ר׳ מאיר צוויבל שליט״א. דאך איז עס אבער געווען גאר א געלונגענע דרשה. [ר׳ חיים יעקל איז א אויסגערופענע גוטע בעל דרשן]

רבינו שליט״א איז ערשיינען אין זאל בצהלות פניו, שטארק אויפגעלייגט שטייענדיג נאך אזא היסטארישע פארהער. כ׳האב געהערט פון א איינעם וואס איז געווען אויבן אינעם פריוואטן שטובל פון רבין, נאכן פארהער האט זיך די רבי אויסגעדריקט ״מ׳קען שעפן חיות דקדושה ביי אזא פארהער״.

טשעטשניווער רב האט זיך אוועקגעזעצט נאך זיין דרשה, די רבי האט מיט אים געהאט א שיינע שמועס.. גייט אדורך עטליכע מינוט, זעצט מען אוועק עפעס א ליטפאק נעבן רבין. כ׳האב נישט קיין השגה וואס דער וואס האט אים דארט אהינגעזעצט האט געקלערט.

מ׳הויבט אן זינגען ניגונים וואס איז ממש ווי די מעין דיש. מ׳ווייסט נישט וויזוי מ׳עסט דאס. פארוואס נישט זינגען עפעס נארמאל?.. דער יו״ר ר׳ מרדכי אלעזר הירש, ביים אויפגראמען די חשובע נגידים ופטרונים פונעם חבורה, מ׳קלאטשט. מיינע אויערן זענען רויט געווארן. איך האב געוויזן מיין שכן, שעפעלע, בידים מאכט מען דעם רבין אומבאקוועם. פארוואס פארוואנדלען אזא ערענסטע מעמד אין א צערעמאניע?

ר׳ יצחק׳ס דרשה, דאונט געט מי ראנג, איך בין א נאנטער ידיד מיט ר׳ יצחק. יעדעס ווארט פון זיין דרשה איז געקומען מעומק לבבו. ר׳ יצחק מיט חבורת תורתך איז איינס. ער נעמט דאס מורא׳דיג פערזענדליך, און מיט א אמת׳דיגקייט. פארוואס אבער ביים מייקראפאון - פריים טיים - פארענט פון צוויי טויזענט לומדים?.. כ׳רעד שוין נישט פון דעם אז אויפן סקעדזשעל איז געשטאנען אז ער גייט רעדן הערשט נאכן רבין.

נישט קיין ווינדער די רבי לאזט וויסן אז ער איז גרייט צו גיין, שטעלט מען זיך אויף טאנצן, ווידער אויף עפעס א כ׳ווייס נישט וואספארא ניגון.. וואס ווילסטע, די רבי זאל נאך בלייבן זיצן דארט?

ווידער, איך האב גארנישט קעגן אויפרייסערישע מעמדים, דאך שפיר איך אז כ׳פארשטיי זייער גוט פארוואס אזא שיינע מעמד האצעך אזוי געענדיגט. נישט אז ס׳איז געווען א טאטאלער דורכפאל, ס׳איז אבער פארט יא געווען א דורכפאל, און אזאלכע מענטשן ווי איך וואלטן געטראכט צוויי מאל ביפארן קומען אויב ווייסעך ווען פון פאראויס אז די רבי גייט נישט אויפטרעטן.

דער אמת איז אבער אז דאס אלעס נארישקייטן. דער עיקר איז, מהאמער ב״ה זוכה געווען מסיים צו זיין חצי ש״ס. מודה אני לפניך ששמת חלקינו מיושבי ביהמ״ד, ויהי רצון שכשם שזכיתי לסיים, כך אזכה להתחיל ולסיים מס׳ וספרים אחרים. אמכי״ר.

אנטשולדיגט פארן אטאקירן פערזענליך אויף א פובליק פלאטפארמע,

אבער אז איך זעה אז איר האט נישט קיין פראבלעם ווען יחידים עסקנים געבן זיך אוועק פאר א זאך זייער לייב לעבן און געלט בלויז אז אידן זאל לערנען די הייליגע תורה, און מען טוט א זאך נישט אינגאנצן ווי איר האט זיך פארגעשטעלט און אויספלאנירט, אטקירט איר זיי ברבים.

קודם זעהט אויס פון אייער תמצית אז איר זענט אנגעקומען צום סיום נישט אלס א מסיים חצי ש"ס נאר אפשר עטליכע דפים אדער בלויז געקומען אומגערופן זיך פרייען מיט אייער באקאנטן וועמען איר זענט שטארק מקנא אז ער האט זוכה געווען נאך שווערע האראוואניע פון 6 יאר צו לערנען, חזרן און זיך שטעלן צום פארהער אויף "האלב ש"ס"
יא! הונדערטער "בעלי בתים העוסקים על המחי' ועל הכלכלה" קענען האלב ש"ס. איך בין אייך דן לכף זכות.

ווייל ווען איינער איז זיך באמת געקומען פרייען מיט זיין שמחה האט הנאה געהאט און זיך באמת געפריידט, און נישט באמערקט אזויפיל קריטיק און פרבלעמען ווי איר האט זוכה געווען צו טרעפן.
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

רבינו שליט"א האט זיך היינט אויסגעדרוקט פאר הרב חיים יעקב רובין ביים תנאים אין קרית יואל
"עס איז געווען נעכטן א שיינע מסיבה, הערליך שיין, א שאד איר זענט נישט געווען פריער ווי דער עולם האט געלערנט און דערנאך זיך פארהערט"
לעצט פארראכטן דורך וואס הערט זיך אום מאנטאג מארטש 04, 2019 11:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

וואס הערט זיך האט געשריבן:רבינו שליט"א האט זיך היינט אויסגעדרוקט פאר הרב חיים יעקב רובין ביים תנאים אין קרית יואל
"עס איז געווען נעכטן א שיינע מסיבה, הערליך שיין, א שאד איר זענט נישט געווען פריער ווי דער עולם האט געלערנט און דערנאך זיך פארהערט"

די סיום פון שפעטער האט ער נישט באוונדערט?????
גראדע רעדט מי יודע אביסל צו שארף, ער איז אבער גערעכט. ס׳איז תש19.
מיין שוואגער איז אוועק געגאנגען נאכן סדר הלימוד, ומהאי טעמא.
(איך בין נישט דארט געווען בכלל, איך לערן נישט אין תורתך שעשעיו(
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

קלאץ קשיא האט געשריבן:

די סיום שפעטער האט ער נישט באוונדערט???

מיין שוואגער אוועק געגאנגען נאכן סדר הלימוד, ומהאי טעמא.

ליינט איבער
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

וואס הערט זיך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיינע צוויי צענט אויפן נעכטיגן סיום, איך ווייס נישט, ס׳איז אבער נישט געווען מיין טעיסט בכלל. כ׳וועל זיך ערלויבן צו רעדן אביסל אפן, סינס כ׳רעד אין א שטילע ווינקל. כ׳מיין עס אבער אמת׳דיג.

דאס נעמען דעם עבידנא יומא טבא לרבנן און עס עביוזן, מאכן א סעודה וואס קוקט אויס ענליך ווי די פאַדי פון די חסד ארגעניזאציע פאר זייערע מעמבער, אדער ווי א נאכטמאל פאר פאלעטישנס. חור כרפס ותכלת געדעקטע טישן, סערווירט כל מיני בשורות טובות, בשר בהמה אויפגעשטעלט טפח על טפח ברום טפח ומקפות חומה.. איך ווייס נישט, ס׳איז נישט מיין טעיסט.

פון מיין זייט גרייט צו א סעודה אין פאליש מיט ווייס געדעקטע טישן, שטערנס בילקעלעך מיט פיש פון ר׳ משה פאלקאוויטש באגלייט מיט שירה וזמרה דורך די סאטמארע קאפעליע.

כ׳בין נישט דערקעגן, אדרבה. שטעלסט צו א סעודה וואס ביי דיר מיינט עס רייך? כל הכבוד. די פראגראם איז מיר אבער אויך נישט געפאלן אינגאצן, די דרשה פון טשעטשניווער רב איז געווען גראדע די הויעך פונקט. אפילו גאליציאנע רעדנערס קומט ביי מיר הערשט נאך א דרשה פון לדוגמא הרב ר׳ מאיר צוויבל שליט״א. דאך איז עס אבער געווען גאר א געלונגענע דרשה. [ר׳ חיים יעקל איז א אויסגערופענע גוטע בעל דרשן]

רבינו שליט״א איז ערשיינען אין זאל בצהלות פניו, שטארק אויפגעלייגט שטייענדיג נאך אזא היסטארישע פארהער. כ׳האב געהערט פון א איינעם וואס איז געווען אויבן אינעם פריוואטן שטובל פון רבין, נאכן פארהער האט זיך די רבי אויסגעדריקט ״מ׳קען שעפן חיות דקדושה ביי אזא פארהער״.

טשעטשניווער רב האט זיך אוועקגעזעצט נאך זיין דרשה, די רבי האט מיט אים געהאט א שיינע שמועס.. גייט אדורך עטליכע מינוט, זעצט מען אוועק עפעס א ליטפאק נעבן רבין. כ׳האב נישט קיין השגה וואס דער וואס האט אים דארט אהינגעזעצט האט געקלערט.

דער אמת איז אבער אז דאס אלעס נארישקייטן. דער עיקר איז, מהאמער ב״ה זוכה געווען מסיים צו זיין חצי ש״ס. מודה אני לפניך ששמת חלקינו מיושבי ביהמ״ד, ויהי רצון שכשם שזכיתי לסיים, כך אזכה להתחיל ולסיים מס׳ וספרים אחרים. אמכי״ר.

אנטשולדיגט פארן אטאקירן פערזענליך אויף א פובליק פלאטפארמע,

אבער אז איך זעה אז איר האט נישט קיין פראבלעם ווען יחידים עסקנים געבן זיך אוועק פאר א זאך זייער לייב לעבן און געלט בלויז אז אידן זאל לערנען די הייליגע תורה, און מען טוט א זאך נישט אינגאנצן ווי איר האט זיך פארגעשטעלט און אויספלאנירט, אטקירט איר זיי ברבים.

קודם זעהט אויס פון אייער תמצית אז איר זענט אנגעקומען צום סיום נישט אלס א מסיים חצי ש"ס נאר אפשר עטליכע דפים אדער בלויז געקומען אומגערופן זיך פרייען מיט אייער באקאנטן וועמען איר זענט שטארק מקנא אז ער האט זוכה געווען נאך שווערע האראוואניע פון 6 יאר צו לערנען, חזרן און זיך שטעלן צום פארהער אויף "האלב ש"ס"
יא! הונדערטער "בעלי בתים העוסקים על המחי' ועל הכלכלה" קענען האלב ש"ס. איך בין אייך דן לכף זכות.

ווייל ווען איינער איז זיך באמת געקומען פרייען מיט זיין שמחה האט הנאה געהאט און זיך באמת געפריידט, און נישט באמערקט אזויפיל קריטיק און פרבלעמען ווי איר האט זוכה געווען צו טרעפן.

אינגערמאן.. קאל איט אפפפ

כקען ניקס רב טשאדעלע אבער אני לכשעצמי האט גענימען בחינות אויף רוב פין די איבער טויזענט בלעטער! און יא, כקען רבי יצחק אין כבין אים מכיר טובה פארו מייסד זיין דעי חבורה.
אין ניין. סאיז נישט קיין סתירה מיטן דיסקאסן די סיום ווי נארמאלע מענטשען, אין שמועסן וואס מקען בעסער מאכן קימענדיגס מאל. קיינער רייסט נישט דא אינטער די עסקנים!

רב טשאדעלע, כעגרי מיט אייך. אחוץ די לאנגע דרשות אין די עיקר דרשה וואס האט געפעלט - וואס האט מיר שטארק געבאדערט- אבער אפילו די נגונים קאלעקשען.. סיריעסלי? מיטן סקווערן שישו ושמחו ווילסטו הייבן סאטמארע אידן? ביים קלימאקס פונעם אווענט ווילסטע מזאל טאנצן אויף נגונים וואס מקען נישט? עגעין, סהאט געפעלט בעיסיק עווענט פלענינג.

כלפי פלייש דיסעגרי איך קאמפליטלי. סאיז א מאטרליסטישע וועלט, און כבין א שטארקע חסיד פון ניצן די עולם התאווה להתענג על השם. אין שמחה אלא ביין. אין שמחה אלא בבשר. ווען טויזענטער אידן ענדיגן טויזענטער בלעטער מעג מען אהערשטעלן אן מאסיוון סיום לכבוד התורה!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טשאדעלע, איך מיין אז איר זענט אביסל צו שארף. מ'ברויך פארשטיין אז א חלק ניכר פון די לומדים זענען בעל הבת'ישע אינגעלייט, און געפילטע פיש וכדו' רעדט נישט צו זיי. א סיום אונטערגעבעט מיט בחינות אויף סדר מועד און נשים איז א גרויסע זאך, און עס איז נישט עק וועלט אז מען שטעלט אהער די סעודה אויף אן עלעגאנטן פארנעם.

לגבי די אויסוואל פון ניגונים בין איך מסכים. ביי די פאריגע מסיבות האבן די ניגונים בעסער געקלאפט. נעקסט טיים (ווען??) שיק שירה ליפטערן און ברענג אריין די מעקרים!

די דרשה פונעם ראש החבורה וואלט מען געברויכט לייגן אחר דרשת רבינו. (ודי)

#האקט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כלל וכלל האט געשריבן:אינגערמאן.. קאל איט אפפפ

כקען ניקס רב טשאדעלע אבער אני לכשעצמי האט גענימען בחינות אויף רוב פין די איבער טויזענט בלעטער! און יא, כקען רבי יצחק אין כבין אים מכיר טובה פארו מייסד זיין דעי חבורה.
אין ניין. סאיז נישט קיין סתירה מיטן דיסקאסן די סיום ווי נארמאלע מענטשען, אין שמועסן וואס מקען בעסער מאכן קימענדיגס מאל. קיינער רייסט נישט דא אינטער די עסקנים!

רב טשאדעלע, כעגרי מיט אייך. אחוץ די לאנגע דרשות אין די עיקר דרשה וואס האט געפעלט - וואס האט מיר שטארק געבאדערט- אבער אפילו די נגונים קאלעקשען.. סיריעסלי? מיטן סקווערן שישו ושמחו ווילסטו הייבן סאטמארע אידן? ביים קלימאקס פונעם אווענט ווילסטע מזאל טאנצן אויף נגונים וואס מקען נישט? עגעין, סהאט געפעלט בעיסיק עווענט פלענינג.

כלפי פלייש דיסעגרי איך קאמפליטלי. סאיז א מאטרליסטישע וועלט, און כבין א שטארקע חסיד פון ניצן די עולם התאווה להתענג על השם. אין שמחה אלא ביין. אין שמחה אלא בבשר. ווען טויזענטער אידן ענדיגן טויזענטער בלעטער מעג מען אהערשטעלן אן מאסיוון סיום לכבוד התורה!

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קלאץ קשיא האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:רבינו שליט"א האט זיך היינט אויסגעדרוקט פאר הרב חיים יעקב רובין ביים תנאים אין קרית יואל
"עס איז געווען נעכטן א שיינע מסיבה, הערליך שיין, א שאד איר זענט נישט געווען פריער ווי דער עולם האט געלערנט און דערנאך זיך פארהערט"

די סיום פון שפעטער האט ער נישט באוונדערט?????
גראדע רעדט מי יודע אביסל צו שארף, ער איז אבער גערעכט. ס׳איז תש19.
מיין שוואגער איז אוועק געגאנגען נאכן סדר הלימוד, ומהאי טעמא.
(איך בין נישט דארט געווען בכלל, איך לערן נישט אין תורתך שעשעיו(

מ'האט זיך אנגעכאפט אויף איין ווארט פון טשאדעלע וועגן רייכע סעודה, מ'זעמיר מסכים אויף די בשר, ס'איז יומא טבא לרבנן, ואין שמחה אלא בבשר, איך גלייב אז טשאדעלעס ווייטאג איז נישט די בשר, דאס איז געווען לעצטע מאל אויך, און דאכט זיך ביי יסודי התורה סיומים איז עס אויך דא, זיין ווייטאג איז אויף די סעטאופ דאס מאל וואס האט דיסעפינטעט א גרויסן חלק פונעם ציבור הנבחנים, איך שרייב נישט דיטעילס אבער ווער ס'איז געווען דארט פארשטייט פון וואס מ'רעדט.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גראדע האב מיר אמאל געהערט הגה"צ דעם בעל דרשן'ס זון [אויך דארט געווען] זיך אפרעדן אויף די סארט אכילה ביי סיומים, גענוי ווי טשאדעלע.

מונאוויטש האט געשריבן:
די דרשה פונעם ראש החבורה וואלט מען געברויכט לייגן אחר דרשת רבינו.

און אזוי איז טאקע געוועזן דער פלאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

גם אני מצטרף

פון איין זייט איז געווען א קידוש השם ווען פילע הונדערטער אידן האבן געלערענט א שעה נאך א שעה בלי הפסק מה נהדר היה המראה

אבער די מעמד הסיום וואלט געמעגט זיין בעסער אויסגעארבעט

מיר באדערט לגמרי נישט קיין בהמה פלייש און רייך געדעקטע טישן פארקערט גאר עס איז לכבוד התורה
יעדע פשוטע איווענט מאכט מען א גאנצע צירקוס זאל מען פונקט ביי א סיום מחסר זיין, געבן געפילטע פיש? ניין.

אבער דא קומט דער גרויסע אבער עס איז געווען זייער געשטיפט אין זאל וואס גיבט א נעגעטיווע אימפרעשען הגם איך פארשטיי אז עס זענען נישט געווען צופיל אנדערע אפציעס.

די דרשות זענען געווען זייער לאנגווייליג בפרט פונעם מייסד החבורה וואס האט גראדע גוט גערעדט אבער פארוואס רעדן מער פון 15 מינוט דאס גייט מיר נישט אין קאפ.
אין גם אחד וואס קען אפשמועסן א זייגער ווי לאנג די דרשה זאל נעמען נאכדערצו ווען עס איז געווען אויפן חשבון פונעם רבינס דרשה

נאך א זאך פארוואס לייגט מען די סיום די לעצטע זאך אויפן ליסט דער סיום דארף פארקומען גלייך ווען די רבי ערשיינט צום מעמד דאס איז דאך דער עיקר פונעם מעמד.

שירה איז זייער גוט געווען שושנת יעקב פון מאדזיץ האבן זיי זייער שיין אראפגעלייגט אבער עס איז אמת אז ביים טאנצן די פאר מינוט זינג ניגונים וואס דער עולם קען

ואחרון וויל איך מיך באדאנקן פאר ר יצחק שווארץ דער מייסד החבורה פארן געבן די געלעגענהייט צו זיין אנגעשלאסן אין אזא טייערע חבורה. אשריך ר׳ יצחק
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

איך האלט נישט אז איינער וואס איז געגאנגען צו דעם סיום האט געטראכט פאר איין מינוט אז מ'גייט דארט סארווירען געפילטע פיש, בכלל איז מיין מיינונג אז דאס וואס מ'רעדט פון די אלע זייטיגע זאכן איז נאר עצת היצר מ'זאל נישט זיין פארנומען מיט דאס וואס מ'דארף ווען רעדן.

מ'איז אנגעקומען דארט אנפאנג נאכמיטאג, עס זיצען הינדערטער הינדערטער אינגעלייט בעלי בתים וואס זענען עוסק על המחי' ועל הכלכלה און האקן שטיקער, די קול תורה איז געווען בוקע רקיעים, דערנאך די בחינה פומבית אינגעלייט זאלן זיין גרייט צו נעמן א פארהער ברבים אויף גאנץ מס' קידושין בע"פ דאס איז עפעס וואס איז ווערט מ'זאל רעדן דערפון. דערנאך די קורצע דרשות פון דריי נבחנים, ר' יואל הירש האט זייער פיין גערעדט ערנסט געמישט מיט יומאר און אזוי אויך די אנדערע צוויי רעדנערס און זיי האבן זיך דערנאך באדאנקט פאר ר' יצחק פארן זיי ברענגען ביז אהער.

אבער אנשטאט צו רעדן פון דעם איז מען פארנומען אז די פלייש איז געווען איבערגעטריבן, די דרשה לאנגווייליג, די בחור'ליך קומען אהיים פון ישיבה פארציילען אז ר' יצחק האט גערעדט אזוי און אזוי, דאס ברענגט איין זאך אז אנשטאט א בחור זאל ארויפקוקען אויף דעם איד און טראכטען הלוואי קען איך אויך זיין א חבר אין די חבורה, טראכט ער צו זיך דאס איז נישט פאר מיר ס'איז דאך קינדיש. ודי בזה פאר דערווייל.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אויב האט איינער חלילה אויסגעטייטש מיין תגובה ווי א מחאה, אינו אלא טועה. כ׳האב ס״ה אויסגעשמועסט א געדאנק, און ס׳איז ס״ה עניות דעתי.

כ׳בין נישט קעגן אזאנע סארט אויפרייסערישע סיומים, כ׳שרייב קלאר פארקערט, אויב שטעלט ער צו א סעודה וואס ביי אים הייסט דאס רייך, געזונטערהייט. אני הקטן - חבר החבורה - ברויך דאס נישט זייער וויכטיג, אלטס סעודת מצווה קעמען זיך באגענוגן מיט קלענערס פון דעם.

דאס וואס מאנאוויטש שרייבט אז א חלק ניכר פון די לומדים זענען בעל באטישע יונגעלייט, אמת, און דאס איז אייגענטליך די תירוץ פארוואס ס׳פעלט אפשר יא אויס זיך בעסער אהערצושטעלן.

פארט איז אבער אויך פארהאן א חלק ניכר פון לומדים וואס לערנען יא מיטן רעקל אנגעטאן, און חוץ דאס זיין אנגעשלאסן אין תורתך שעשועי, זיצן זיי אויך ביי שאלעשידעס יעדע וואך און גייען צום רבין׳ס טיש פרייטאג צונאכטס. די זעלבע חלק ניכר לומדים וואס האבן זיך נישט באטייליגט ביים נאכטמאל פאר די תורתך שעשועי קאפעלס.. [וד״ל וק״ל] איר פארשטייט וואס איך רעד?

ווידער, איך בין זייער מכיר טובה ר׳ יצחק פאר זיין געטריישאפט צו ״זיין״ חבורה, שכרו הרבה מאוד, תורתך שעשועי האט געשטעלט אסאך מענטשן אין פלאץ. און אלעס גייט אויף זיין פיקל! און מיט טויזענט פערצענט רעכט!

און ס׳איז מעגליך אז דייקא די מאדנעם צוגאנג צו אלעס ארום די חבורה איז עפעס וואס שלעפט פאקטיש צו פרישע לומדים, און אויב איז דאס ריכטיג, אדרבה. זאל ער ביים קומענדע סיום שעכטן. בהמה פאר יעדע מסיים באזינדער להאכילן לשונות בחרדל. איך רעד אבער מטעם די אנדערע חלק ניכר, וואס זיי האבן נישט יענע סארט בעלבאטישע געשטעל.

און אין מיין תגובה מיינעך בכלל נישט דייקא ארויסצוברענגען דעם נקודה. איך רעד פונעם אופן די סדר המעמד איז געווען, און וויזוי די ס׳האט זיך אויסגעשטעלט, די פראקטישקייט, און די ״נישט״ דברות קודש.

אבער די חלק פונעם סדר היום און די נאכפאלגענדע פארהער, דאס איז א צענע וואס איז געווען אומבאשרייבלעך. ווער עס האט דאס נישט מיטגעהאלטן פון די נאענט וועט דאס נישט פארשטיין, און ווי כ׳האב שוין געברענגט אויבן די ווערטער וואס די רבי האט זיך אויסגעדריקט נאכן ארויסקומען פונעם פארהער.

ובזה סיימתי את דברי בנידון זה.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג מארטש 05, 2019 11:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר אדיר »

ווען די דרשות אין סדר המעמד וואלטן געווען ביי א כא כסלו מסיבה וכדומה וואלט דער עולם געבליבן זיצען ביזן סוף.
ווען סוואלט נישט געגאנגען א שניי און דער עולם וואלט געוואווינט נאנט צום זאל וואלט דער עולם געבליבן זיצען.

די פאקט איז אז דער רבי שליט"א איז שוין מערערע מאל געזיצען ביי די דרשה פון ר' יצחק שווארץ הי"ו און טראץ וואס האט גענומען די זעלבע לאנג, און דער עולם.., דאך האט דער רבי שליט"א געזאגט די דרשה ביים סיום.
און היות רבינו שליט"א געלייכט נישט צו רייזען אין די סארטן ווערטערס, און אודאי נישט אריינשטעלן דעם ציבור אין א סכנה, האט ער זיך געוואלט ארויסלאזן אהיים ווי פריער, און יעדע מינוט האט געציילט.

ר' יצחק שווארטץ'עס דרשה טראץ וואס ער האט אונז אלע גוט אויסגע'מוסר'ט איז עס געווען די בעסטע דרשה אויף הלכה למעשה פונעם סיום.
מיר האט די מערסטע אריינגעדרינגען אין הארץ אויף הלכה למעשה די דרשה פון רבי יצחק שווארטץ, צו קומען ווייטער צו די פארהערס מידי חודש בחדשו, לערנען אלע זייטיגע צייטן און עס אויסנוצען ווי עס דארף צו זיין.

די ניגונים איז נישט גוט געווען. ביטע זינגען ביים סיום הש"ס די ניגונים וואס סאטמארע אידן קענען גוט. א ווארימע והערב וואס שלעפט אריין אין התעוררות די גאנצע זאל, צו זינגען א שנעלע אדער שטאטע והאר עינינו בתורתיך, מקען נעמען א ר' עמרם אקער מיט א היימישע שפילער. און דער עולם וועט האפקענען לכבוד ושמחת התורה.

עס איז געווען זייער שיין אין רייך צוגעשטעלט, כבוד התורה בתפארתה. ישר כח הנהלת תורתך ובפרט ר' יצחק שווארטץ מנהל החבורה זכות הרבים תלוי בכם!!!!
לעצט פארראכטן דורך עושר אדיר אום דינסטאג מארטש 05, 2019 11:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

איך מיין מען זאל מאכן א תקנה אז צו שרייבן אין דעם אשכול דארף לייגן א בילד פונעם תורתך זייגער אדער בענטשער האלטער
דערווייל זעהט אויס ווי דא טענה'ען זיך אפאר פרעמדע כולל אינגעלייט ודי
מאכענדיג נעכטן די בחינה האב איך געהערט פון מענטשן ארום מיר שטארקע פידבעק אויפן סיום ביז 9 אזייגער, די אלע פראבלעמען ווערן נולד דא אויף וועלטל....
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

כ'טשאעדעלע ועוד לקרא!
איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, אבער ס'ברויך א תיקון גדול! אלעס האט שיעור ביז ווי דער עולם שלינגט אראפ
איך רעד נישט פון די מעניו, וואס איז א טפל צום פראבלעם! האו קערס צו ס'איז געפילטע פיש, צו ס'איז בשר בהמה?

אין פאר ר' יצחק קומט זיך זיין קרעדיט פארן אויפקומען אין שטיפן דעם געדאק פון תורתך שעשועי שכרו הרבה מעוד
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”