קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת יבמות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג מאי 10, 2016 5:20 pm

אז דו דערמאנסט דא די גמרא מיט ר' עקיבא האט מיר איינער צוגעוויזען אינעם ספר מגיד תעלומה (פון בני יששכר אויף מס' ברכות) א שיין ווארט אויף די גמ' אשריך שזכית לשם ועדיין לא הגעת לרועי בקר.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 10, 2016 5:57 pm

מיללער האט געשריבן:להתחדד,
אייגענס? בפשטות איז דער מתיב א המשך צו די תא שמע'ס ביז אהין, ונראה דוחק לחלק בין הדבקים.

עמיצער האט מיר נאכגעזאגט א תי' בשם "מפרשים" וואס איז מתקבל על הלב, והא לך לשונו של הנ"ל:
די מפרשים זאגן אז מ'דארף האבן ביידע תירוצים ווייל אויב נאר וועגן לא תתגודדו, וואלט איך געפרעגט, ווער זאגט אז די ב"ש דארפן נאכגעבן פאר די ב"ה אפשר פארקערט, דארף איך צוקומען צו די טעם פון בת קול אדער רוב, אבער אויב נאר אלס בת קול/רוב וואלט איך געזאגט אז די ב"ש דארפן זיך פירן ווי די ב"ה דארט וואו ב"ה איזלחומרא, אבער וואו די ב"ה זענען לקולא, פארוואס זאל נישט די ב"ש מעגן מחמיר זיין? וועגן דעם איז דא די לא תתגודדו


ווייסט איינער ווער פון די 'מפרשים' זאגן דעם הסבר?


אזוי האב איך געלערנט ביי איבערחזרן אז די קשיא איז אויף ר"ל
די דיוק פין מתיב האט מיך איינער געזאגט

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 10, 2016 6:20 pm

געהערט פין ר מאיר צוויבל אז רבי עקיבא האט געהאט 24000 תלמידים אין די וועלט איז גרויס 24000 מיל דעס האט ער אים געזאגט שמך הולך מסוף העולם עד סופו

ער האט עס נאך געזאגט פון איינעם איך געדעקנט נישט פין וועם

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

זיקה כארוסה או ככנוסה/נשואה?

תגובהדורך קושר כתרים » מיטוואך מאי 11, 2016 11:54 am

בסוגייתינו דנה הגמרא בפלוגתת ה[תנאים ו]אמוראים בעסק הזיקה של היבום ליבמתו. אם "יש זיקה" או "אין זיקה".

"יש" או "אין" זיקה נוגע לכמה ענינים, כגון לאסור את היבם על קרובותיה של היבמה כמו קרובות אשתו ממש [ובדיון הגמרא: "אמה אסורה או מותרת לאחר מיתתה"], או אם עושה צרת ערוה בזיקה, ואם יש זיקה [והוי ככנוסה ממש] אז מת נולד ויבום גם כן מותרת לר' שמעון, שעל ידי הזיקה של שמעון לאשת ראובן אחיו המת, נמצא שלוי הנולד אחר מיתת ראובן מצאה בהיתר ושוב לא הוית ערוה של אשת אח שלא הי' בעולמו, ואשת שמעון - לאחר מיתת שמעון - לא הוית צרת אשת אח שלא הי' בעולמו, ועוד.

ולהלן בפרקים הבאים יש עוד כמה נידונים במחלוקת זו, כגון דין הפרת נדרי היבמה קודם ייבומה או חליצתה, ובמקרה (המובא ברש"י כאן) שומרת יבם שקידש אחיו את אחותה אם אומרים לו המתן עד שיעשה אחיך מעשה, דאמרו בפרק החולץ דאתי רק כמ"ד יש זיקה, אבל למ"ד אין זיקה תצא היבמה משום ערות אחות אשתו.

אמנם על עצם הדין-ודברים של "יש זיקה" או "אין זיקה", מצינו לכאורה קצת סתירה בדברי רש"י בדף י"ז ע"ב.

שבדברי רב בד"ה אין זיקה כתב רש"י: זיקת יבמתו שמתה "לא אלימא למיהוי כארוסה" להאסר אמו עליו משום חמותו.
הרי שדעת רש"י שאם אמרו יש זיקה, הזיקה עושה את היבמה "כארוסה" - ולא כנשואה - להיבם, וכיון שרב ס"ל דאין זיקה על כן כאן "לא אלימא למיהוי כארוסה".

אבל בסוף העמוד, בדברי רב יהודה דס"ל יש זיקה, כתב רש"י: "זיקת ייבום הויא ככנוסה" ואוסרת אמה על היבם משום חמותו.
מבואר בדעת רש"י דזיקה כנוסה/נשואה עושית, ולא רק ארוסה. וכמובן שיש בזה כמה נפק"מ בין ארוסה לנשואה, ויש לעיין.

וכך הוא לשון הגמ' (להלן י"ח ע"ב) שאמרו לדעת ר' שמעון דיבם נולד ומת מותר האשת אח שלא הי' בעולמו במיתת ראובן, היכי משכחת לה אשת אחיו שלא היה בעולמו שאסור, ותירצו כשלא היה לראובן אחים ונולד לו אח לאחר מיתתו, שאסור האח החדש באשתו של ראובן, אי נמי בתרי ולא יבם ולא מית, והקשו בשלמא יבם ואח"כ נולד כי אשכחה בהתירא אשכחה אלא נולד ואח"כ יבם מאי טעמא, קסבר יש זיקה וזיקה ככנוסה דמיא .

ובכן לכאורה צ"ע דברי רש"י שכתב בריש הסוגיא דזיקה מיהוי כארוסה.

(דיון זה נוגע לסוגיית הגמ' במס' נדרים דף ע"ד ע"א, ובתוס' יו"ט נדרים פ"י מ"ו).

נ.ב. המימרא על כ"ד אלף תלמידי ר"ע ומאמר אתה הוא עקיבא ששמך הולך מסוף העולם ועד סופו, מובא בס' חמרא טבא מהרה"ק מבארנוב ז"ל, בקונ' אורה ושמחה על ל"ג בעומר.
דבר בעתו בפרוס ל"ג בעומר, כי הרבה דברים נחמדים ישנם שם, מתוק לחיך וטעום לגרון.

הוספה: אחרי כותבי מצאתי ברש"ש כאן שמדייק גם הוא כן, אבל לא תירץ כלום ביישוב דברי רש"י. וכתב לעיין במש"כ ברמב"ם הל' אישות על השעה"מ בקונטרס חופת חתנים בס"ד.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 11, 2016 12:01 pm

הרב הקושר, אולי רצה רש"י לומר שלדברי האומר "אין זיקה" לא אלימא הזיקה אפי' כארוסה, ולדברי האומר "יש זיקה" אלים הזיקה אף ככנוסה

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מיטוואך מאי 11, 2016 12:15 pm

מיללער האט געשריבן:הרב הקושר, אולי רצה רש"י לומר שלדברי האומר "אין זיקה" לא אלימא הזיקה אפי' כארוסה, ולדברי האומר "יש זיקה" אלים הזיקה אף ככנוסה

הערה מצויינת. אך לכאורה לא הי' לו לרש"י לסתום אלא לפרש.
ובפרט בנידון זה שיש כמה וכמה מהלכים בראשונים מה הזיקה עושה, [שבודאי לא הוית כאשתו גמורה להתחייב משום אשת איש, ובתורה נאמר רק לאו דלא תהיה אשת המת החוצה].

נשוב ונעיין בסוגיא ונתפלל לה' שנחזור עם ביאור וליבון בהבנת דברי רש"י על בוריים.

בכל אופן, מבהיל לראות התמדת המוני המונים "בעלי בתים" עסוקים בכל ראשם ולבם בליבון סוגיות קשות של זיקת, צרות, ערוה, יבמה, וכו' וכו'. - אשרי הדור שאלו הם בעלי-בתך.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:38 pm

אין די סוגיא פון יש זיקה/אין זיקה, וואו מיר האלטן דערווייל עכ"פ, זעהט מען אז אפי' להשיטות הסוברים יש זיקה, ווערט די זיקה נפקע דורך יבום וחליצה, סיי פונעם מייבם וחולץ זעלבסט און סיי פון זיינע ברודער, ד.ה. אז דאס איז קלאר אז דער חולץ אדער זיינע ברודער מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די חלוצה (נאר אחות חלוצה איז אסור מדרבנן שנראה כאחות גרושה), און דאס זעלבער די ברודער פון א מייבם מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די געוועזענע שומרת יבם. לעומת זה, זעהט מען בדף י"ח ע"א אז מיתה איז נישט מפקיע די זיקה, ווייל "זיקה לא פקעה בכדי" (אגב, בירושלמי יש דעה שאף מיתה מפקיע את הזיקה אף להמא"ד יש זיקה).

לכאורה אויב איך האלט אז חז"ל האבן געמאכט די זיקה אזוי שטארק ככנוסה, וואס דערפאר ווערט עס נישט מותר לאחר מיתה אזוי ווי חמותו ווערט נישט מותר לאחר מיתת אשתו, וואס איז אנדערש לאחר חלוצה?

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג מאי 12, 2016 1:32 pm

מיללער האט געשריבן:אין די סוגיא פון יש זיקה/אין זיקה, וואו מיר האלטן דערווייל עכ"פ, זעהט מען אז אפי' להשיטות הסוברים יש זיקה, ווערט די זיקה נפקע דורך יבום וחליצה, סיי פונעם מייבם וחולץ זעלבסט און סיי פון זיינע ברודער, ד.ה. אז דאס איז קלאר אז דער חולץ אדער זיינע ברודער מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די חלוצה (נאר אחות חלוצה איז אסור מדרבנן שנראה כאחות גרושה), און דאס זעלבער די ברודער פון א מייבם מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די געוועזענע שומרת יבם. לעומת זה, זעהט מען בדף י"ח ע"א אז מיתה איז נישט מפקיע די זיקה, ווייל "זיקה לא פקעה בכדי" (אגב, בירושלמי יש דעה שאף מיתה מפקיע את הזיקה אף להמא"ד יש זיקה).

לכאורה אויב איך האלט אז חז"ל האבן געמאכט די זיקה אזוי שטארק ככנוסה, וואס דערפאר ווערט עס נישט מותר לאחר מיתה אזוי ווי חמותו ווערט נישט מותר לאחר מיתת אשתו, וואס איז אנדערש לאחר חלוצה?


האחרונים מאריכין בזה עיין כאן שמביא כמה מהלכים.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג מאי 12, 2016 1:43 pm

איך גלייב אז יעדער איינער קען די מעשה פון שלמה המלך מיט די צוויי פרויען וואס זענען געקומען צו די"ת וועמענס קינד עס איז, האב איך היינט געזעהן א חידוש אין מאירי אז דאס איז גאר א יבמות מעשה. מאירי טור ב באמצע

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מוצ"ש מאי 14, 2016 10:59 pm

יז. איכא דאמרי כי אמריתה קמיה דשמואל א"ל לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר בה' בגדו כי בנים זרים ילדו.

עיין בקרן אורה שמשמע שעשאום כעובדי כוכבים אפילו להקל ומתמה ע"ז, ומכאן ראיה למש"כ החת"ס בהגהותיו או"ח סי' לט, ונראה לפע"ד שיש כח בכלל ישראל להוציא המורדים מכלל האומה ויחזרו לגוים גמורים אף להקל עיי"ש, והוא דבר פלא.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג מאי 15, 2016 12:46 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:יז. איכא דאמרי כי אמריתה קמיה דשמואל א"ל לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר בה' בגדו כי בנים זרים ילדו.

עיין בקרן אורה שמשמע שעשאום כעובדי כוכבים אפילו להקל ומתמה ע"ז, ומכאן ראיה למש"כ החת"ס בהגהותיו או"ח סי' לט, ונראה לפע"ד שיש כח בכלל ישראל להוציא המורדים מכלל האומה ויחזרו לגוים גמורים אף להקל עיי"ש, והוא דבר פלא.


לכאורה אינו ראי׳ מכאן, דמ״ש כאן בתרמוד שהי׳ ממזרים לכו״ע, או כדברי רש״י שנטמעו בגוים, ולא נזהרו ונשא זה אחותו או בתו והרי הן ממזרים גמורים.

אבל סתם פושעים מאן יימר.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג מאי 15, 2016 1:05 am

מיללער האט געשריבן:אין די סוגיא פון יש זיקה/אין זיקה, וואו מיר האלטן דערווייל עכ"פ, זעהט מען אז אפי' להשיטות הסוברים יש זיקה, ווערט די זיקה נפקע דורך יבום וחליצה, סיי פונעם מייבם וחולץ זעלבסט און סיי פון זיינע ברודער, ד.ה. אז דאס איז קלאר אז דער חולץ אדער זיינע ברודער מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די חלוצה (נאר אחות חלוצה איז אסור מדרבנן שנראה כאחות גרושה), און דאס זעלבער די ברודער פון א מייבם מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די געוועזענע שומרת יבם. לעומת זה, זעהט מען בדף י"ח ע"א אז מיתה איז נישט מפקיע די זיקה, ווייל "זיקה לא פקעה בכדי" (אגב, בירושלמי יש דעה שאף מיתה מפקיע את הזיקה אף להמא"ד יש זיקה).

לכאורה אויב איך האלט אז חז"ל האבן געמאכט די זיקה אזוי שטארק ככנוסה, וואס דערפאר ווערט עס נישט מותר לאחר מיתה אזוי ווי חמותו ווערט נישט מותר לאחר מיתת אשתו, וואס איז אנדערש לאחר חלוצה?


שטארקער דיוק הרב מסקרענטן.
ולאידך גיסא חזינן דלמ״ד יש זיקא, אמרינן דכשמת ראובן, ולא יבם אותה שמעון, ונולד לוי ואח״כ מת, לא זה בלבד שלוי אסור לייבם את אשת ראובן, אלא אפי׳ אשת שמעון שהי׳ בעולמו אסורה לייבם, משום צרת אשת אחיו שלא הי׳ בעולמו בזיקה. וזהו חידוש גדול, שיהי׳ כאן ג׳ שיטות בנולד ולא יבם (ולא עשה מאמר) ומת.

1) לרבי שמעון לרב אושעיא (לוי) מייבם אשה שירצה (ביבם אחד סובר דזיקה ככנוסה).
2) לרבי שמעון (לרב פפא החולק על רב אושעיא): (לוי) מייבם אשת שמעון.
3) לרבנן האומרים יש זיקה: אסור לייבם. וחולץ לאשת שמעון ולא מתייבמת.

ניק נקי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

תגובהדורך ניק נקי » זונטאג מאי 15, 2016 1:09 am

ווי אזוי האט דער עולם געלערענט פשט פון "אקשי (ר' יונתן לר' עקיבא) ליה ואוקמיה"?
ואוקמיה ר'עקיבא האט אים גע'ענטפערט,
אדער ר' יונתן האט אים געשטעלט ר' עקיבא און פלאטץ (נישט האבענדיג וואס צו ענטפערן)??

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג מאי 15, 2016 1:16 am

ניק נקי האט געשריבן:ווי אזוי האט דער עולם געלערענט פשט פון "אקשי (ר' יונתן לר' עקיבא) ליה ואוקמיה"?
ואוקמיה ר'עקיבא האט אים גע'ענטפערט,
אדער ר' יונתן האט אים געשטעלט ר' עקיבא און פלאטץ (נישט האבענדיג וואס צו ענטפערן)??


רבי עקיבא תירץ לו כל הקושיות.

ניק נקי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

תגובהדורך ניק נקי » זונטאג מאי 15, 2016 1:19 am

מיללער האט געשריבן:אין די סוגיא פון יש זיקה/אין זיקה, וואו מיר האלטן דערווייל עכ"פ, זעהט מען אז אפי' להשיטות הסוברים יש זיקה, ווערט די זיקה נפקע דורך יבום וחליצה, סיי פונעם מייבם וחולץ זעלבסט און סיי פון זיינע ברודער, ד.ה. אז דאס איז קלאר אז דער חולץ אדער זיינע ברודער מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די חלוצה (נאר אחות חלוצה איז אסור מדרבנן שנראה כאחות גרושה), און דאס זעלבער די ברודער פון א מייבם מעגן חתונה האבן מיט די מאמע פון די געוועזענע שומרת יבם. לעומת זה, זעהט מען בדף י"ח ע"א אז מיתה איז נישט מפקיע די זיקה, ווייל "זיקה לא פקעה בכדי" (אגב, בירושלמי יש דעה שאף מיתה מפקיע את הזיקה אף להמא"ד יש זיקה).

לכאורה אויב איך האלט אז חז"ל האבן געמאכט די זיקה אזוי שטארק ככנוסה, וואס דערפאר ווערט עס נישט מותר לאחר מיתה אזוי ווי חמותו ווערט נישט מותר לאחר מיתת אשתו, וואס איז אנדערש לאחר חלוצה?

לכאורה איז פשט אז חלוצה אדער יבום פון איין ברודער איז עוקר למפרע די זיקה פון די אנדערע ברודער'ס, ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז ס'איז געווען זקוק דוקא צו די ברודער, משא"כ במיתה..
און ביים חולץ זעלבסט איז דאך פשוט אז נאכן חלוצה איז עס נפקע..

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג מאי 15, 2016 8:59 am

נאטרוליסט האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:יז. איכא דאמרי כי אמריתה קמיה דשמואל א"ל לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר בה' בגדו כי בנים זרים ילדו.

עיין בקרן אורה שמשמע שעשאום כעובדי כוכבים אפילו להקל ומתמה ע"ז, ומכאן ראיה למש"כ החת"ס בהגהותיו או"ח סי' לט, ונראה לפע"ד שיש כח בכלל ישראל להוציא המורדים מכלל האומה ויחזרו לגוים גמורים אף להקל עיי"ש, והוא דבר פלא.


לכאורה אינו ראי׳ מכאן, דמ״ש כאן בתרמוד שהי׳ ממזרים לכו״ע, או כדברי רש״י שנטמעו בגוים, ולא נזהרו ונשא זה אחותו או בתו והרי הן ממזרים גמורים.

אבל סתם פושעים מאן יימר.


גם ממזר הוא ישראל גמור לכל הדברים, וא"כ ראיה מכאן שיש מושג להפוך ישראל לגוי אפילו לקולא, ואיה"נ לא שמענו שעושים את זה לכל פושע.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג מאי 15, 2016 9:01 am

נאטרוליסט האט געשריבן:
ניק נקי האט געשריבן:ווי אזוי האט דער עולם געלערענט פשט פון "אקשי (ר' יונתן לר' עקיבא) ליה ואוקמיה"?
ואוקמיה ר'עקיבא האט אים גע'ענטפערט,
אדער ר' יונתן האט אים געשטעלט ר' עקיבא און פלאטץ (נישט האבענדיג וואס צו ענטפערן)??


רבי עקיבא תירץ לו כל הקושיות.


איך האב געלערנט אז יונתן האט אים פארענטפערט אלעס ווי ר' דוסא האט געזאגט שיש עמו שלש מאות תשובות בצרת הבת, און וועגן דעם האט ער געזאגט צו ר' עקיבא ועדיין לא הגעת לרועי בקר.

ניק נקי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

תגובהדורך ניק נקי » מאנטאג מאי 16, 2016 1:25 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
ניק נקי האט געשריבן:ווי אזוי האט דער עולם געלערענט פשט פון "אקשי (ר' יונתן לר' עקיבא) ליה ואוקמיה"?
ואוקמיה ר'עקיבא האט אים גע'ענטפערט,
אדער ר' יונתן האט אים געשטעלט ר' עקיבא און פלאטץ (נישט האבענדיג וואס צו ענטפערן)??


רבי עקיבא תירץ לו כל הקושיות.


איך האב געלערנט אז יונתן האט אים פארענטפערט אלעס ווי ר' דוסא האט געזאגט שיש עמו שלש מאות תשובות בצרת הבת, און וועגן דעם האט ער געזאגט צו ר' עקיבא ועדיין לא הגעת לרועי בקר.


תשובות מיינט ראיות צו זיך (שיטת בית שמאי בצרת הבת) נישט תירוצים אויף זיינע קשיות, ודו"ק..

ניק נקי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

תגובהדורך ניק נקי » מאנטאג מאי 16, 2016 1:33 pm

גמ' דף יז: צריכא הן אחים והן יחדיו..
צ"ע פארוואס זאגט נישט די גמרא אז פון יחדיו אליינס וואלט איך געמיינט אז אויך אחיו מן האם (יחדיו, דשניהם ירשו נחלה אחת) צריכא אחים לומר רק אחים מן האב כמו ביעקב??
פארוואס דארף זיך די גמרא ארומפלאגן אז די הו"א וואלט געווען אחיו מן האב ומן האם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 18, 2016 6:59 am

ניק נקי האט געשריבן:גמ' דף יז: צריכא הן אחים והן יחדיו..
צ"ע פארוואס זאגט נישט די גמרא אז פון יחדיו אליינס וואלט איך געמיינט אז אויך אחיו מן האם (יחדיו, דשניהם ירשו נחלה אחת) צריכא אחים לומר רק אחים מן האב כמו ביעקב??
פארוואס דארף זיך די גמרא ארומפלאגן אז די הו"א וואלט געווען אחיו מן האב ומן האם?

אחים מן האם ירש'נן נישט איינע פון די אנדערע, וכדברי רש"י בד"ה המיוחדין בנחלה: הראוין לירש זא"ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 18, 2016 7:08 am

בדף כ' איז די גמ' דן בחייבי לאוין לגבי חליצה ויבום צו מה"ת זענען זיי אסור ביבום אדער נאר מדרבנן. די גמ' זאגט אז אויב איז די אעסור מה"ת קען איך נישט זאגן 'אם בעלו קנו'.

אסאך פרעגן אויף די גמ' פארוואס קען איך נישט זאגן אז פונט ווי קידושין תופסין בחייבי לאוין כאטש עס איז אסור מה"ת, די זעלבע ביי יבום אפי' היבום אסור מה"ת אבער אם בעלו קנו, ועי' בקובץ הערות סי' כ"א אות ח' שנתקשה בזה והניח בצ"ע ועי' גם ברש"ש פה

אבער באמת איז דא אין דעם דברים נפלאים ומתוקים בתורת רבינו הגדול הנודע ביהודה זצ"ל, עס איז געדרוקט בסוף מהדו"ק פון שו"ת נו"ב בתשובה לחתן המחבר, און א המשך צו דעם שמועס איז דא במהדו"ב חאו"ח סי' קל"נ וקל"ו פון די קינדער פונעם נו"ב, וועלכע זענען זיך מפלפל בדברי אביהם הגדול זצ"ל.

דער שפיץ איז אז במקום ווי די תורה אסר'ט בפירוש יבום, ווי אין די הו"א וואס איך לערן ארויס חייבי לאוין פון 'יבמתו' שאין עולין ליבום, איז נישט שייך צו זאגן אז בדיעבד ארבייט די יבום ועיי"ש באריכות

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך מאי 18, 2016 8:48 am

די גמ' פרעגט דאך עס אויך אויף רבא וואס אסר'ט אלס אפשר לקיים שניהם וואס דארט איז עס נישט ממועט במפורש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 18, 2016 9:02 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:די גמ' פרעגט דאך עס אויך אויף רבא וואס אסר'ט אלס אפשר לקיים שניהם וואס דארט איז עס נישט ממועט במפורש.

ריכטיג געפרעגט, אויף דעם זאגט דער נו"ב אז דארט ווי דער עשה איז נישט דוחה די ל"ת מכח אפשר לקיים שניהם, אויב טוט ער יא די מצוה איז עס א מצוה הבאה בעבירה, וממילא אין כאן מצות יבום בכלל ולא קנה עיי"ש באריכות

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך מאי 18, 2016 4:07 pm

ייש"כ פאר די מראה מקומות.

והיוצא מכל הנ"ל, דער נודע ביהודה זאגט די נקודה אז פונעם לימוד יבמתו שעולה לחליצה ואינו עולה ליבום קומט די דין אם בעלו לא קנו.

בסימן קל"ה מבנו ר' יעקב טוט ער אויף א חידוש אז א מצוה הבא בעבירה במקום וואס די עבירה איז לא ניתן לחזרה איז מען יא מקיים די מצוה, איי ועסטו פרעגן מסוגייתינו שאם בעלו לא קנו כאטש וואס די ביאה איז שוין אפגעטון, זאגט ער אויך אז דא איז אנדערשט ווייל ס'איז דא א מפורש'ע מיעוט נישט אלס מצוה הבא בעבירה.

בסימן קל"ו פרעגט אים זיין ברודער ר' שמואל פון רבא וואס זאגט אלס אפשר לקיים שניהם און די גמ' פרעגט פון אם בעלו לא קנו, לכאורה די ביאה איז דאך שוין אפגעטון איז דאך נישט שייך שלא קנו משום מצוה הבא בעבירה, איי וועסטו זאגן אלס יבמתו זאגט ער ניין, יבמתו גייט נישט אויף אלמנה מן האירוסין, ווייל אנעם פסוק ווייס איך אז עס איז עולה לחליצה, דהא בדיעבד עולה ליבום, איי וועסטו זאגן אז לכתחילה אינו עולה לחליצה כיון דלכתחילה אינו עולה ליבום, זה אינו דאם אינו עולה לחליצה שוב עולה ליבום דהא א"א לקיים שניהם, וע"כ שהגמ' מקשה משום מצוה הבא בעבירה, עכתו"ד.

ווען איך האב געלערנט די גמ' איז מיר שווער געווען טאקע דעם חשבון וויאזוי קען מען זאגען שמצוות יבום אינו דוחה כיון שאפשר בחליצה הא כל שאינו עולה ליבום אינו עולה לחליצה, און דאס וואס ר' שמואל בן הנו"ב זאגט אז מזה שאינו עולה ליבום ממילה שמעינן שעולה לחליצה דאל"כ שוב עולה ליבום, וואס די הסבר לכאורה איז אז אזויפיל איז די יבום דוחה אז איך זאל נישט זאגן שאינו עולה ליבום, איז באמת אין תוס' ו. ד"ה הכשר מצוה איז מבואר נישט אזוי ווייל תוס' פרעגט אויף רש"י וואס איז מפרש אז יבום איז נישט דוחה צוליב וואס אפשר בחליצה פרעגט תוס' הא כל שאינו עולה ליבום אינו עולה לחליצה, ועיין בברכת שמואל סי' ג' ששאל מהגר"ח קושיא הנ"ל דא"כ שוב יעלה ליבום עיי"ש.

האב איך גזעהן אין חידושי הרי"ם אז ער רירט אן די אלע נקודות, מצוה הבא בעבירה, אם בעלו לא קנו, און ער לערנט יא אז ווען איך זאג שאינו דוחה משום שאפשר לקיים שניהם, דארף איך צוקומען צו יבמתו לחייב חליצה, ולפי"ז הכל ניחא.

הלימוד זה יהא לעילו נשמת יצחק בן צבי ז"ל חיים בן ישראל ז"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 20, 2016 5:37 pm

יישר כח הרב הבוחר פאר הרחבת הדברים-

-

אגב,אינטערעסאנט די לעצטע פאר וואכן לערנט מען אינעם שיעור זאכן וואס האב א שייכות לפרשת השבוע, אנגעהויבן דריי וואכן פרשת אחרי, נאכדעם קדושים און די וואך אמור. עס לערנט זיך גאר אנדערש חומש רש"י


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט