קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת יבמות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 01, 2016 2:50 pm

yahoo האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בדף י. רב אשי אמר לעולם לית ליה לרבי הני כללי "ובפלוגתא קמיירי" וכו' מ"ט לא דייקת מתני' דמתני' רבי יהודה היא דקתני שש עריות חמורות וכו'

פשט איז אז פון די קומענדיגע משנה איז קלאר אז מתני' רבי יהודא, ממילא איז,שוין נישט שייך צו פרעגן פארוואס,שטייט נישט אין די משנה ט"ז עריות.

וצ"ע פון אנהייב זאגט די גמרא בדף ט' אז פארדעם רעכנט ער נישט אויס ט"ז ווייל אנוסת אביו פלוגתא דר"י ורבנן ו"בפלוגתא לא קמיירי", און יעצט ווער איז מכריח אז מתני' רבי יהודה הייסט עס אז בפלוגתא קאמיירי, ער האט דאך באלד פון אנהייב געקענט זאגן מתניצין רבי יהודה היא און פטור אנייסעק?


תוס' בדף י. ד"ה דקתני שש עריות חמורות מאלו פרעגט די קשיא

למדתי דברי התוס' קודם שהקשיתי, ולא זה היתה קושיתי, מה שקשה לי הוא בלי דיוק מסיפא, למה לא תירץ הגמ' מעיקרא שמתני' רבי יהודה היא?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג מאי 01, 2016 3:23 pm

די תירוץ פון תוס' איז נישט גילטיג פאר דיין קשיא?

(קען זיין אז כ'פארשטיי נישט אינגאנצען וואס דו פרעגגסט..)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 01, 2016 3:30 pm

yahoo האט געשריבן:די תירוץ פון תוס' איז נישט גילטיג פאר דיין קשיא?

(קען זיין אז כ'פארשטיי נישט אינגאנצען וואס דו פרעגגסט..)


ניין, עס איז נישט גילטיג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 03, 2016 4:10 pm

איבער די ענין פון; צרת סוטה (רב), צרת מחזיר גרושתו, צרת ממאנת (שמואל), צרת איילונית (רב אסי).

די גמ' אויבן בדף ג: זאגט אז די משנה איז ממעט לכה"פ צוויי פון די פיר דעמאנטע קאטעגאריעס, און שפעטער בדף י"אב-י"ב האבן מיר שיטות אויף יעדע פון די איינע אז די צרות זענען אסור/פטור פון יבום/חליצה. מיינע ספקות זענען אליבא דמא"ד; 1. איז עס אן איסור אדער א פטור 2. פון חליצה אויך אדער נאר פון יבום 3. אליבא דמתניתין וואס איז די הלכה

אויך דארף מען קלערן איבער די סוטה/גרושה/איילונית/ממאנת אליינס וואס די הלכה איז

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג מאי 03, 2016 4:36 pm

מיללער האט געשריבן:נאך א שיינע הערה מענינא דיומא, זעה איך בקובץ הערות לרבי אלחנן זצ"ל-הי"ד (סי' י"ז אות ב'), ער פרעגט פארוואס ביי די הלכה אין פסחים קח. בן אצל אביו צריך הסיבה זאגן די ראשונים די טעם ווייל סתם אב מחיל ליה ליקריה גבי בנו, ווייזט אויס אז אויב דער טאטע איז יא מקפיד טאר דער זון זיך נישט אנלאנען משום כיבוד אב, לכאורה די גמ' זאגט דאך דא אין יבמות ה: אז כיבוד אב איז נישט דוחה קיין שום מצוה (ואפי' מצוה דרבנן כמבואר ברמב"ם הל' ממרים פ"ו הי"ב), ונשאר שם בקושיא.

דער לשון השאילתות דארט איז, 'בן אצל אביו צריך הסיבה, סתמא דמילתא לא קפיד עליה'. בפשטות איז דער פשט אז וועגן דעם האבן איהם די חכמים מחייב געווען בהסיבה ווייל עס איז נישט דער דרך פון די טאטע מקפיד צו זיין אויף דעם, און ס'איז מותר אפילו א גאנץ יאהר, אויב וואלט געווען די דרך פון'ם טאטן מקפיד צו זיין, וואלטן איהם די חכמים נישט מחייב געווען מיט דעי מצוה
יעצט למעשה איינמאל ער איז שוין מחוייב, האלט דער חק יעקב באמת אז אפילו ער איז מקפיד בטלה דעתו אצל כל אדם, ווייל די סדר איז נישט מקפיד צו זיין
[איך פארשטיי זיינע ווערטער אזוי, אז דאס איז זיכער בכל השנה אויב דער טאטע איז מקפיד איז נישט שייך ביי דעם בטלה דעתו, נאר דא איז די שאלה, צו זאג איך אז ווי באלד דער דרך פון זיין טאטע איז צו מקפיד זיין, איז ער קיינמאל נישט נתחייב געווארן מיט מצות הסיבה לגבי זיין טאטע, אדער בטלה דעתו, און ממילא קען איהם דער טאטע נישט הייסן נישט צו מסיב זיין, אזוי ווי ביי אלע מצות, און דער חק יעקב האלט טאקע אז בטלה דעתו, ממילא איז עס אנדערש ווי א גאנץ יאר]
נאר די פרמ"ג איז יא עפעס חושש בצירוף דעת הראבי"ה אז עס איז נישטא היינט קיין חיוב הסיבה
עכ"פ לענ"ד כד מעיינת היטב בשורש הך דינא בסי' תע"ב אין כאן מקום קושיא כלל

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 03, 2016 11:24 pm

דף יב.  אמר רב אסי צרת אילונית אסורה שנאמר והיה הבכור וכו'
איז רש"י ד"ה שנאמר מסביר פארוואס איז די צרה אסור ווייל וויבאלד די אילונית איז פטור בלייבט די איסור אשת אח איז די צרה א צרות ערוה
אויב אזוי פאר וואס דארף די גמרא א לימוד אויף צרת סוטה אז עס איז אסור? אז די סוטה איז אסור איז דאך די צרה אן צרת ערוה פין אשת אח, און וואס האלטן די חולקים פארוואס איז די צרה מותר?
די זעלבע איז אויף המחזיר גירשתו די גמרא האט אן איבעי לויט רבי יוסי בן כיפר צי די צרה איז אסור, פארוואס איז די צרה נישט אסור אלטס צרות ערווה פין אשת אח ?


הער איך ווי איינער זאגט די יובמות איז אזוי ווי די "רוביקס קיוב" מען דארף דריין און ציזאם שטעלן יעדע מעשה...

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 03, 2016 11:50 pm

דף י - יא
ביי החולץ ליבמתו האלט ר"ל אז אויב ער איז יעצט מקדש די צרה איז דא כרת
שפעטר זאגט די גמרא הבא על יבמה ובא אחד מן האחין על צרתה איז לויט ריש לקיש דא כרת, זאגעט רש"י ד"ה "ומ"ד בכרת" אז אויב די ברידער וואס האט מייבם געווען איז בא על צרתה איז עובר אן עשה. פארוואס דא איז נישט דא כרת? וואס איז די חילוק פין החולץ ליבמתו?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 04, 2016 8:25 am

להתחדד האט געשריבן:דף יב.  אמר רב אסי צרת אילונית אסורה שנאמר והיה הבכור וכו'
איז רש"י ד"ה שנאמר מסביר פארוואס איז די צרה אסור ווייל וויבאלד די אילונית איז פטור בלייבט די איסור אשת אח איז די צרה א צרות ערוה
אויב אזוי פאר וואס דארף די גמרא א לימוד אויף צרת סוטה אז עס איז אסור? אז די סוטה איז אסור איז דאך די צרה אן צרת ערוה פין אשת אח, און וואס האלטן די חולקים פארוואס איז די צרה מותר?
די זעלבע איז אויף המחזיר גירשתו די גמרא האט אן איבעי לויט רבי יוסי בן כיפר צי די צרה איז אסור, פארוואס איז די צרה נישט אסור אלטס צרות ערווה פין אשת אח ?




קודם דארף מען וויסן צו סוטה און מחזיר גרושה זענען טאקע אסור אויפן ברודער (לויט איין וועג האט די גמ' יא: אן איבעיא אין דעם זעלבסט), אבער נניח אז יא, איז אבער אנדערש (לשיטת רב אסי) צרת איילונית, ווייל דארט איז עס א דין דירעקט ביי יבום, נישט קיין פועל יוצא פון א צווייטע לאו.

ד.ה. דער חידוש אז ווי מען טאר נישט מייבם זיין ווערט אויטאמאטיש אן אשת אח, איז נאר ווען דער איסור איז אן איסור יבום, ממילא איז נישטא די מצות יבום וואס זאל מתיר זיין דעם איסור אשת אח, אבער ארומיגע לאוין הייסט נאר ווי אן ארי' דרביעא עלה עס איז אבער נישט עוקר מצות יבום משורשה וממילא איז זי נישט קיין אשת אח, איז די צרה נישט קיין צרת ערוה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 04, 2016 8:46 am

להתחדד האט געשריבן:דף י - יא
ביי החולץ ליבמתו האלט ר"ל אז אויב ער איז יעצט מקדש די צרה איז דא כרת
שפעטר זאגט די גמרא הבא על יבמה ובא אחד מן האחין על צרתה איז לויט ריש לקיש דא כרת, זאגעט רש"י ד"ה "ומ"ד בכרת" אז אויב די ברידער וואס האט מייבם געווען איז בא על צרתה איז עובר אן עשה. פארוואס דא איז נישט דא כרת? וואס איז די חילוק פין החולץ ליבמתו?


הבא על יבמתו אסור בצרתה משום העשה של בית אחד הוא בונה ואין בונה ב' בתים, היינו שהעשה ניתק את הכרת.

משא"כ אם 'חלץ ליבמתו' (שבדף י:) שלא בנה אף בית אחד, כל העשה הוא על 'חליצה' וכדברי רש"י י: ד"ה על הצרה, בית אחד הוא חולץ ואין חולץ ב' בתים, אבל על הביאה נשארת האיסור של אשת אח לר"ל.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך מאי 04, 2016 12:22 pm

מיללער האט געשריבן:
להתחדד האט געשריבן:דף יב.  אמר רב אסי צרת אילונית אסורה שנאמר והיה הבכור וכו'
איז רש"י ד"ה שנאמר מסביר פארוואס איז די צרה אסור ווייל וויבאלד די אילונית איז פטור בלייבט די איסור אשת אח איז די צרה א צרות ערוה
אויב אזוי פאר וואס דארף די גמרא א לימוד אויף צרת סוטה אז עס איז אסור? אז די סוטה איז אסור איז דאך די צרה אן צרת ערוה פין אשת אח, און וואס האלטן די חולקים פארוואס איז די צרה מותר?
די זעלבע איז אויף המחזיר גירשתו די גמרא האט אן איבעי לויט רבי יוסי בן כיפר צי די צרה איז אסור, פארוואס איז די צרה נישט אסור אלטס צרות ערווה פין אשת אח ?




קודם דארף מען וויסן צו סוטה און מחזיר גרושה זענען טאקע אסור אויפן ברודער (לויט איין וועג האט די גמ' יא: אן איבעיא אין דעם זעלבסט), אבער נניח אז יא, איז אבער אנדערש (לשיטת רב אסי) צרת איילונית, ווייל דארט איז עס א דין דירעקט ביי יבום, נישט קיין פועל יוצא פון א צווייטע לאו.

ד.ה. דער חידוש אז ווי מען טאר נישט מייבם זיין ווערט אויטאמאטיש אן אשת אח, איז נאר ווען דער איסור איז אן איסור יבום איז נישטא די מצות יבום וואס זאל מתיר זיין דעם איסור אשת אח, אבער ארומיגע לאוין הייסט נאר ווי אן ארי' דרביעא עלה עס איז אבער נישט עוקר מצות יבום משורשה וממילא איז זי נישט קיין אשת אח, איז די צרה נישט קיין צרת ערוה.


איך וויל נאר מוסיף זיין צו די ווערטער פון סקרענטאנער רב.

אפילו זי וועט יא זיין א אשת אח(א מח' אח' בחייבי לאוין, ומפו' בראשונים בחייבי לאוין ועשה אז זי איז א א"א) אבער א אשת אח וואס איז נאר א תוצאה צוליב וואס ס'איז נישט דא קיין יבום משום סיבה צדדית איז נישט קיין א"א במקום מצוה און אסר'ט נישט קיין צרה, נאר ווען זי איז א ערוה פון פארדעם אדער אויב ס'איז דא א מפורש'ע מיעוט ביי די פרשה פון יבום למשל א"א שלא היה בעלמו ואיילונית למאן דאסר, דעמאלטס הייסט זי א ערוה מקום מצוה ואוסרת.
לדידן וואס מיר פסק'נן אז צרת איילונית איז מותר ואפי' צרת בתו איילונית איז רש"י מסביר אז כיון דבלאו ערוה נמי לא חזיא ליבום הוה צרתה צרת ערוה שלא במקום מצוה, שטעלט זיך די שאלה וואס איז אנדערשט א"א אחיו שלא היה בעלמו, די ירושלמי פרעגט די קשיא און מען דארף פארשטיין דעם תירוץ.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מיטוואך מאי 04, 2016 5:43 pm

מיללער האט געשריבן:
להתחדד האט געשריבן:דף יב.  אמר רב אסי צרת אילונית אסורה שנאמר והיה הבכור וכו'
איז רש"י ד"ה שנאמר מסביר פארוואס איז די צרה אסור ווייל וויבאלד די אילונית איז פטור בלייבט די איסור אשת אח איז די צרה א צרות ערוה
אויב אזוי פאר וואס דארף די גמרא א לימוד אויף צרת סוטה אז עס איז אסור? אז די סוטה איז אסור איז דאך די צרה אן צרת ערוה פין אשת אח, און וואס האלטן די חולקים פארוואס איז די צרה מותר?
די זעלבע איז אויף המחזיר גירשתו די גמרא האט אן איבעי לויט רבי יוסי בן כיפר צי די צרה איז אסור, פארוואס איז די צרה נישט אסור אלטס צרות ערווה פין אשת אח ?




קודם דארף מען וויסן צו סוטה און מחזיר גרושה זענען טאקע אסור אויפן ברודער (לויט איין וועג האט די גמ' יא: אן איבעיא אין דעם זעלבסט), אבער נניח אז יא, איז אבער אנדערש (לשיטת רב אסי) צרת איילונית, ווייל דארט איז עס א דין דירעקט ביי יבום, נישט קיין פועל יוצא פון א צווייטע לאו.

ד.ה. דער חידוש אז ווי מען טאר נישט מייבם זיין ווערט אויטאמאטיש אן אשת אח, איז נאר ווען דער איסור איז אן איסור יבום, ממילא איז נישטא די מצות יבום וואס זאל מתיר זיין דעם איסור אשת אח, אבער ארומיגע לאוין הייסט נאר ווי אן ארי' דרביעא עלה עס איז אבער נישט עוקר מצות יבום משורשה וממילא איז זי נישט קיין אשת אח, איז די צרה נישט קיין צרת ערוה.


ישר כח

זאגעסט אז די חילוק איז אז ביי אילונית זאגעט די תורה אז מען איז פטור פין יובם בלייבט זי אן איסור אשת אח איז דא א צרה א צרות ערוה, משא"כ ביי די אנדערע איז מען פטור פין יובם וועגן א זייטיגע פראבלעם

לויט רבי יוסי בן כיפר איז אסור א מחזיר גרושתו אין לויט די רבנן דארף מען געבען חליצה עיין תוס
א סוטה וואס האלטן טאקע די חולקים פין רב?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 04, 2016 7:35 pm

ביי א סוטה להחולקים על רב יש מחלוקת הראשונים אם מתייבמת או רק חולצת

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת יבמות

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך מאי 04, 2016 8:47 pm

מיללער האט געשריבן:אגב, לרבי עקיבא צרות חייבי לאוין ג"כ פטורין מחליצה ויבום?

כן הם פטורין, ולומד זה מעליה עיין ירושלמי ב:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 05, 2016 11:32 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אגב, לרבי עקיבא צרות חייבי לאוין ג"כ פטורין מחליצה ויבום?

כן הם פטורין, ולומד זה מעליה עיין ירושלמי ב:


יישר כח

-

לפי"ז לדברי רבי עקיבא יהי' צרת מחזיר גרושה פטור מחליצה כדברי רבי יוסי בן כיפר לחד צד האיבעיא? או דוקא כשהאיסור הלאו הוא על היבם (כגון אם היתה גרושה והוא כהן הדיוט) ולא על בעל הראשון

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג מאי 05, 2016 1:44 pm

מיללער האט געשריבן:לפי"ז לדברי רבי עקיבא יהי' צרת מחזיר גרושה פטור מחליצה כדברי רבי יוסי בן כיפר לחד צד האיבעיא? או דוקא כשהאיסור הלאו הוא על היבם (כגון אם היתה גרושה והוא כהן הדיוט) ולא על בעל הראשון


נראה לי כהצד השני שלך, דהא גם לרבנן חייבי לאוין פטורים מייבום עכ"פ(הם עצמן) ומ"מ כאן אוסרין רק מק"ו להמותר אסור וכו' ומאי אולמיה ר"ע שפוטר לגמרי היא וצרתה, מ"מ אצל היבם אין איסור

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 05, 2016 4:02 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לפי"ז לדברי רבי עקיבא יהי' צרת מחזיר גרושה פטור מחליצה כדברי רבי יוסי בן כיפר לחד צד האיבעיא? או דוקא כשהאיסור הלאו הוא על היבם (כגון אם היתה גרושה והוא כהן הדיוט) ולא על בעל הראשון


נראה לי כהצד השני שלך, דהא גם לרבנן חייבי לאוין פטורים מייבום עכ"פ(הם עצמן) ומ"מ כאן אוסרין רק מק"ו להמותר אסור וכו' ומאי אולמיה ר"ע שפוטר לגמרי היא וצרתה, מ"מ אצל היבם אין איסור

לרבנן חייבי לאוין פטורין/אסורים ביבום רק מדרבנן - ויבם אצל מחזיר גרושה אוסרין מהק"ו לכאורה מדאורייתא - לא?

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג מאי 05, 2016 9:03 pm

מיללער האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לפי"ז לדברי רבי עקיבא יהי' צרת מחזיר גרושה פטור מחליצה כדברי רבי יוסי בן כיפר לחד צד האיבעיא? או דוקא כשהאיסור הלאו הוא על היבם (כגון אם היתה גרושה והוא כהן הדיוט) ולא על בעל הראשון


נראה לי כהצד השני שלך, דהא גם לרבנן חייבי לאוין פטורים מייבום עכ"פ(הם עצמן) ומ"מ כאן אוסרין רק מק"ו להמותר אסור וכו' ומאי אולמיה ר"ע שפוטר לגמרי היא וצרתה, מ"מ אצל היבם אין איסור

לרבנן חייבי לאוין פטורין/אסורים ביבום רק מדרבנן - ויבם אצל מחזיר גרושה אוסרין מהק"ו לכאורה מדאורייתא - לא?


כוונתי, כאן במחזיר גרושתו שאין איסור לאו על היבם, רק איסור מכח ק"ו(והוא לכאורה דין דאורייתא) והגמ' מסופק אם הק"ו פוטר הצרה אפי' מיבום לחוד, וגם לר' עקיבא אסור כאן על היבם רק מכח ק"ו ויש אותו ספק, ומאי איכפת לי שבמקום איסור לאו על היבם סובר שפוטר לגמרי היא וצרתה.

סוף דבר, שיטת ר"ע במקום איסור לאו על היבם, אין לו שום שייכות במקום איסור על המת שאז אסור על ביבם רק מק"ו ומה שתאמר לרבנן תאמר לר"ע.

ולענין חליצה מבואר בסוטה ו. שק"ו אינו פוטר מחליצה, וכן נראה לקמן כ. שמבואר במתני' איסור קדושה חולצת ולא מתייבמת והגמ' מפרש איסור קדושה אלמנה לכהן גדול גרושה וחליצה לכהן הדיוט, ולכאורה בגרושה וחליצה בכהן הדיוט בנוסף להלאו על היבם(שאז האיסור רק מדרבנן) הרי היתה אסורה על המת ג"כ וא"כ אסורה על היבם גם מכח ק"ו ומ"מ חייבת בחליצה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 06, 2016 11:43 am

יישר כחכם הרב הבוחר בטוב על ההתיחסות לדברי

ואם בשיטת רבי עקיבא קיימינן, רש"י הק' שם בדף ט' ע"א מצייר השאלה באופן שממזרת או נתינה נפלה לפני יבום פטורה מיבום וחליצה לשיטת ר"ע משום לדידיה הוי כערוה ופטורה כשאר עריות חייב כריתות, והביא מע"כ מהירושלמי שגם צרתה פטורה לדברי ר"ע כדין צרת ערוה.

וקשה לי שהרי לר"ע אין קידושין תופסין בחייבי לאוין, ואם אחיו נשא ממזרת הרי הקידושין לא חלו בכלל והוי כמו שש עריות חמורות שאם היה אחיו רשע ובא על אמו חייבת צרצה ביבום דלא איקרי צרת ערוה, ומאי שנא לרבי עקיבא בחייבי לאוין?

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » פרייטאג מאי 06, 2016 3:31 pm

מיללער האט געשריבן:יישר כחכם הרב הבוחר בטוב על ההתיחסות לדברי

ואם בשיטת רבי עקיבא קיימינן, רש"י הק' שם בדף ט' ע"א מצייר השאלה באופן שממזרת או נתינה נפלה לפני יבום פטורה מיבום וחליצה לשיטת ר"ע משום לדידיה הוי כערוה ופטורה כשאר עריות חייב כריתות, והביא מע"כ מהירושלמי שגם צרתה פטורה לדברי ר"ע כדין צרת ערוה.

וקשה לי שהרי לר"ע אין קידושין תופסין בחייבי לאוין, ואם אחיו נשא ממזרת הרי הקידושין לא חלו בכלל והוי כמו שש עריות חמורות שאם היה אחיו רשע ובא על אמו חייבת צרצה ביבום דלא איקרי צרת ערוה, ומאי שנא לרבי עקיבא בחייבי לאוין?


ולחדד הקושיא, אף אם נאמר שאחיו היה בעצמו ממזר וא"כ הקידושין תופסים, מ"מ הצרה הרי היא אשה כשירה וא"כ קידושיה אל אחיו לא תפסו בכלל ואינה חייבת בייבום.

אבל באמת רש"י לא בא כאן ליתן ציור לאיסור צרה אלא לאיסור החייבי לאוין עצמה וזה משכחת כנ"ל כשאחיו הוה ממזר או נתין(כשאמו היתה נתינה והולכין אחר הפסול שבשניהם)

ועל הירושלמי לא קשה דמשכחת שאחיו היה חלל ומותר בגרושה וחליצה, והיבם הוא כהן כשר ואסורה עליו בלאו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 06, 2016 3:46 pm

שטימט! יישר כח הרב הבוחר, רבי אלופי ומיודעי

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג מאי 08, 2016 3:22 pm

ג: מנה"מ דת"ר וכו' יכול שאני מרבה אף שש עריות חמורות מאלו שיהו אסורות(ואז גם הט"ו אסורות אף שלא במקום מצוה תוס') אמרת מה אחות אשה מיוחדת שהיא ערוה וחייבין על זדונה כרת וכו' ואפשר לינשא לאחים וכו' יצאו שש עריות חמורות מאלו הואיל דאי אפשר לינשא לאחים צרותיהן מותרות שאין צרה אלא מאח, סתם אזוי לערנט מען אז דאס איז א אויספיר אז לפי"ז אז מלערנט נאר ארויס פונעם בנין אב ט"ו, איז די גדר הדבר שאין צרה אלא מאח, משא"כ אויב וואלט מען מרבה געווען אויך די שש עריות וואלט די גדר געווען אז עס איז נתחדש א נייע דין אין די פרשה פון עריות אז א ערוה לייגט ארויף איר דין על צרתה.

דער מרומי שדה איז מבאר אז ניין, די עיקר סיבה פארוואס מען איז נישט מרבה די שש עריות איז ווייל אין צרה אלא מאח דהיינו אז איך זעה ביי אחות אשה נאר א פטור יבום וממילא אסורה צרתה באיסור א"א און דאס איז נישט שייך ביי שש עריות, ווייל אז נישט דאם טעם וואלט איך אלע עריות ארויסגעלערנט מהקישא דר' יונה שהקשו כל עריות זל"ז, איז נאר צוליב שאין צרה אלא מאח לערן איך זיי נישט ארויס עכתו"ד.

איז לפי"ז דארף מען לערנען אז דאס וואס די גמ' הייבט אן אמרת מה אחות אשה וכו' ואפשר לינשא לאחים וכו' יצאו שש עריות חמורות מאלו הואיל ואי אפשר לינשא לאחים, כוונת הברייתא מאחר וואס איך קען נישט נוצען הקישא דר"י ארויסצולערנען שאר עריות מאחות אשה ווייל דאס איז דאך כולל שש עריות שאינם שייכים בדין זה כנ"ל, וכן די בנין אב פון על זדונה כרת ושגגתה איז דאך אויך כולל השש עריות, איז דארף איך אויספארעמען א בנין אב וואס זאל נאר כולל זיין הט"ו ללמדן מאחות אשה.

ובזה מבואר מה שלכאורה קשה על ההו"א דגמ' יכול שאני מרבה אף שש עריות חמורות מאלו, דלקמן ח: מבואר הלימוד משום דכתיב אשה אל אחותה לא תיקח לצרור דמשמע תרווייהו וכתיב לגלות ערותה דמשמע רק חדא אלא במקום מצוה תרוויהו אסורות שלא במקום מצוה היא אסורה וצרתה מותרת, אז מה היה ההו"א לאסור אף השש(שלא במקום מצוה) א"כ נשאר סתירת המקראות, ולפי הנ"ל ניחא דמסתירת המקראות למידין שדין זה היא רק במקום מצוה וא"כ השש עריות לא שייכים בזה, אלא שהברייתא מקשה שאם אתה לומד שאר העריות מזה שזדונן כרת ושגגתן חטאת וזה הרי כולל גם השש שלא שייכים בדין זה וא"כ מהיכן אתה לומד שאר העריות ע"ז מתרץ דהלימוד היא מאפשר לינשא לאחים ודוק'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 10, 2016 6:19 am

בדף טו: רש"י ד"ה הרואה אומר: ולא דמי לשתי תורות, אבל היכא דדמי לאגודות אגודות לא עשו ב"ש כדבריהם

לכאורה תחלת הסוגיא בדף יד. איז מבואר אז,די מחלוקת צו עשו אדער לא עשו ב"ש כדבריהם איז נישט פארבינדן מיט די שאלה פון לא תתגודדו נאר צו מ'דארף פסקנען ווי ב"ה אלס רוב אדער וועגן די בת קול, טא וואס פארט דא רש"י אריין אין אגודות אגודות ושתי תורות?

-

שוב ראיתי שהרש"ש כבר עמד בזה וציין שגם התוס' לעיל יד: ד"ה בשלמא כתבו כדברי רש"י, וצ"ע

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 10, 2016 9:44 am

מיללער האט געשריבן:בדף טו: רש"י ד"ה הרואה אומר: ולא דמי לשתי תורות, אבל היכא דדמי לאגודות אגודות לא עשו ב"ש כדבריהם

לכאורה תחלת הסוגיא בדף יד. איז מבואר אז,די מחלוקת צו עשו אדער לא עשו ב"ש כדבריהם איז נישט פארבינדן מיט די שאלה פון לא תתגודדו נאר צו מ'דארף פסקנען ווי ב"ה אלס רוב אדער וועגן די בת קול, טא וואס פארט דא רש"י אריין אין אגודות אגודות ושתי תורות?

-

שוב ראיתי שהרש"ש כבר עמד בזה וציין שגם התוס' לעיל יד: ד"ה בשלמא כתבו כדברי רש"י, וצ"ע


די קשיא איז אויף ר"ל וואס האלט לא עשו וועגן לא תתגודדו

מען זעט די גמרא ניצט נישט דא די לשון ת"ש נאר מתיב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 10, 2016 4:30 pm

להתחדד,
אייגענס? בפשטות איז דער מתיב א המשך צו די תא שמע'ס ביז אהין, ונראה דוחק לחלק בין הדבקים.

עמיצער האט מיר נאכגעזאגט א תי' בשם "מפרשים" וואס איז מתקבל על הלב, והא לך לשונו של הנ"ל:
די מפרשים זאגן אז מ'דארף האבן ביידע תירוצים ווייל אויב נאר וועגן לא תתגודדו, וואלט איך געפרעגט, ווער זאגט אז די ב"ש דארפן נאכגעבן פאר די ב"ה אפשר פארקערט, דארף איך צוקומען צו די טעם פון בת קול אדער רוב, אבער אויב נאר אלס בת קול/רוב וואלט איך געזאגט אז די ב"ש דארפן זיך פירן ווי די ב"ה דארט וואו ב"ה איזלחומרא, אבער וואו די ב"ה זענען לקולא, פארוואס זאל נישט די ב"ש מעגן מחמיר זיין? וועגן דעם איז דא די לא תתגודדו


ווייסט איינער ווער פון די 'מפרשים' זאגן דעם הסבר?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 10, 2016 4:35 pm

אן אינטערעסאנטע זאך געפונען מיר בהגהות 'מצפה איתן' דא בדף טז. ביי די מעשה פון די הייליגע תנאים ווען זיי האבן באזוכט ביי רבי דוסא בן הרכינס, איך בין מעתיק לשונו:
אתה הוא עקיבא בן יוסף ששמך הולך מסוף העולם ועד סופו: דע כי 'מסוף העולם ועד סופו' גימטריא תקס"ד, נגד תקס"ד פעמים שנזכר רבי עקיבא בכל הש"ס. ור"ע 'אוצר בלום' לחד גירסא בגיטין (דף סז) גימטריא שע"ה, שהלכה כמותו שע"ה פעמים - שע"ה עומדת לו. ולאידך גירסא 'אוצר בלוס' בסמ"ך גימטריא רבי עקיבא. עכ"ל


למעשה דער מקור פון דעם איז הרה"ק רבי שמשון מאסטרופולא זצ"ל, זעה דא באריכות א דיון דערוועגן:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?t=20038


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט