קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת יבמות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 5:15 pm

בדף עב. כל אותן מ' שנה שהיו ישראל במדבר לא נשב להן רוח צפונית איבע"א משום דנזופין היו.

ופירש"י בד"ה משום דנזופין היו: ממעשה העגל ולא היו ראויין ל"אור נוגה".

לערנענדיג די רש"י האט מיך געשטערט וואס וויל דא רש"י מיט די לשון 'אור נוגה' די גמרא רעדט דאך פון 'רוח צפונית' און רש"י לייגט טאקע צו אז צו דעם דארף מען אויך די כח החמה, אבער וואספארא טיטול איז דאס 'אור נוגה'?

האב איך געטראפן דורך די נפלא'דיגע ליקוט 'אגדות מהרי"ט' אז רביה"ק בספה"ק דברי יואל אויף פר' שמיני (עמוד ר"ל) שטעלט זיך דערויף און כדרכו זאגט ער א הערליכער ביאור מיט הקדמות פון מרן החת"ס און א תי' אויף תוס' קשיא וואס שטעלט זיך אויף רש"י אז נזופין היו ממעשה העגל לכאורה די עון העגל האט דאך הקב"ה מוחל געועווען.
עס איז כדאי אריינצוקוקען אינעווייניג, דברים מתוקים ונפלאים ושמחים כנתינתן מפי הגבורה.

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:02 pm

מיללער האט געשריבן:בדף עב. כל אותן מ' שנה שהיו ישראל במדבר לא נשב להן רוח צפונית איבע"א משום דנזופין היו.

ופירש"י בד"ה משום דנזופין היו: ממעשה העגל ולא היו ראויין ל"אור נוגה".

לערנענדיג די רש"י האט מיך געשטערט וואס וויל דא רש"י מיט די לשון 'אור נוגה' די גמרא רעדט דאך פון 'רוח צפונית' און רש"י לייגט טאקע צו אז צו דעם דארף מען אויך די כח החמה, אבער וואספארא טיטול איז דאס 'אור נוגה'?


עיין כאן ותמצא נחת, בביאור מחודש, בהקדם דברי הישמח משה זיע"א על מעלת העוסק בתורה בלילה שזוכה להארת פני ה' פנים בפנים, ואור נוגה.

http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 34#p295634
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:15 pm

כל אותן מ׳ שנה לא נשב רוח צפונית.

שפעטער ע״א זאגט די גמרא אז ביי חצות האט עס יא געבלאזן,
אויב אזוי פארוואס האט מען זיך נישט גע׳מל׳ט אויף די סמך פון די רוח צפונית פון חצות?

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:49 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:כל אותן מ׳ שנה לא נשב רוח צפונית.

שפעטער ע״א זאגט די גמרא אז ביי חצות האט עס יא געבלאזן,
אויב אזוי פארוואס האט מען זיך נישט גע׳מל׳ט אויף די סמך פון די רוח צפונית פון חצות?

רש"י גאנץ אויבן האט איר פארגעסן צו לערנען?

ביום איז קיינמאל נישט געווען קיין רוח צפונית, דער עיקר מעלה פונעם רוח צפונית לגבי מילה איז נאר בייטאג וואס דעמאלט'ס שיינט די זון.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:00 pm

בגמ' איתא ב' טעמים מ״ט לא מהול במדבר, איבע"א משום חולשא דאורחא, ואבע"א משום דלא נשיב להו רוח צפונית.
בבית הלוי פר' בשלח כתב דבר נפלא, דהנך שתי לישני לא פליגי, וכולהו איתנהו, והא דקאמר ואי בעית אימא פירושו או משום טעם הראשון או משום טעם השני. דהנה הטעם של חולשא דאורחא לא שייך בכל אותם שהיו בתוך הענן, שהדי הכתוב אומר ואשא אתכם על כנפי נשרים, וגם כתוב מפורש המוליכך במדבר זה ארבעים שנה רגלך לא בצקה, ובתרגום שיר השירים איתא שנסעו על הענן כמו הנוסע על הספינה, אלא דהכוונה רק לאותם שפלטה הענן שהלכו מאחורי הענן.
ואותם שבפנים לא מלו משום דלא נשבה להם רוח צפונית, ובטעמא דלא נשבה להם רוח צפונית לא סגי, דא״כ אותם שנפלטו מהענן היו יכולין למול, דלפי הטעם דלא נשבה רוח צפונית דלא נבדור ענני כבוד הלא מחוץ לענן שפיר היה רוח צפונית אלא שמ״מ לא מלו משום חולשא דאורחא שמחוץ להענן.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

בענין לומר ביצה - ביעא

תגובהדורך קושר כתרים » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:48 pm

ענין הנוגע ללומדי מס' יבמות דפים עה-עו, פצוע דכא, נפצעו הביצים וכו'.

במגן אברהם או"ח סי' קנ"ו מביא בשם ים של שלמה (ב"ק דף ל"ח ע"ב, פ"ד דין י"א) שאל יוציא דבר מגונה מפיו, ולכן בתלמוד לא יאמר ביצים, אלא ביעים (תרגום של 'ביצה' - 'ביעה').

בשל"ה הק' (שער האותיות אות שי"ן ערך שתיקה) מביא גם הוא דברי מהרש"ל וז"ל: "אמר רבי חיא בר אבא אמר רבי יוחנן, אין הקב"ה מקפח שכר כל בריה אפלו שכר שיחה נאה, דאלו בכירה דקאמרה 'מואב' (בראשית יט לז), אמר לו הקב"ה למשה (דברים ב ט) 'אל תצר את מואב ואל תתגר בם מלחמה', מלחמה הוא דלא, הא אנגריא שריא ליעבד בהו. צעירה דקאמרה 'בן עמי' (שם לח), אמר לו הקב"ה למשה (דברים ב יט) 'וקרבת מול בני עמון אל תצרם ואל תתגר בם' כלל, ואפלו אנגריא לא תעבד בהו, (עכ"ל הגמרא). כלל גדול הוא בזה שיזהר אדם בדבורו כמו במעשיו, ועוד יותר, שאפלו על המותר לומר, מדקדק הקב"ה במי שאינו מוציא בלשון יפה מנפה כסולת נקיה, כדאיתא בפרק קמא דפסחים (ג א), צא ולמד ממדותיו של הקב"ה שעיקם שמונה אותיות, שכתב (בראשית ז ח) 'אשר איננה טהרה' ולא כתב 'הטמאה', ואעפ"י שאין זה מגונה ממש, וכמה פעמים נאמר 'טמאה' בתורה, אפלו הכי הראה הקב"ה בכבודו מדת ענוה לבשר ודם, שילמד דרך ארץ ויוסיף לקח, לעין בכל מלה ומלה. ומשום הכי קבלתי מן הראשונים שהיו נזהרים שלא לומר בתלמוד 'ביצים' אלא 'ביעים', וכן כל כהאי גונא. וארמז לך מעט מזוהר (ח"ג דף קכ"א ע"ב) וז"ל (בשינוי): כל מלה דנפקת מפומיה דבר נש, ההיא מלה סלקא ובקע רקיעין וקיימא באתר דקיימא, עד דעאל ליליא ונשמתא סלקא ואחיד לההיא מלה ועאיל קמיה מלכא, דכתיב (מיכה ז ה) 'משוכבת חיקך שמור פתחי פיך', וכדין אתרשים שם ההיא מלה, וההוא חובה עליה דבר נש, עכ"ל הזוהר, ודי בהערה זאת למבינים, עכ"ל מהרש"ל.

אבל בשערי תשובה כתב (שם סק"ב) שבזמנינו אין צריך להקפיד על כך, ומותר לומר ביצים, והטעם "דהאידנא שהורגלו לומר ביעים על ביצים של מטה, ויש במילת ביעים הרגשה יותר לדבר מגונה, שפיר דמי לומר ביצים".
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

לכן הנהיגו לומר בלשון חכמים ביעא במקום ביצה

תגובהדורך קושר כתרים » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:57 pm

דבר נכון כתב בתפארת ישראל ריש מס' ביצה על דברי המהרש"ל אלו, וז"ל:

המסכת הזאת קראוה האחרונים ביעא, מדמתחלת עם מלת ביצה, אמנם למה החליפו מלת ביצה שהוא לשון הקודש שבה רוב לשון המשנה, עם מלת ביעא ארמית, כבר כתב מג"א [בא"ח ססקנ"ו], מדאל יוציא דבר מגונה מפיו. אבל בעניי לא ידענא מי סני ביצה כדכתוב בספר אורייתא דמשה, מביעא ארמית שאין מלאכי השרת מכירין אותה (שבת יב:) , או מי סני אות צ שרומזת לצדיק תמים (כשבת קד.), מאות ע' תלויה דמתלי תלי וקאי במלת רשע, וברוך ה' שהאיר עיני, מדאמרינן (סנהדרין ה:), דתלמיד אחד דרש מי ביצים אינו מכשיר, וטעו דסברו שאמר דמי בצעים אינו מכשיר ונכשלו בזה, ולהכי מדאירע כבר קלקול בזה, לכן הנהיגו לומר בלשון חכמים ביעא במקום ביצה, כדי שלא יכשלו עוד.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:15 am

ווי אזוי האט חל געווען די קידושין צווישן אברהם ושרה למאן דאמר אברהם טומטמים היה?

א אינטערסאנטע חזון איש אז די גופים האבן זיך געטוישט והא ראיה אז מיר זעען נישט בימינו אלה דיש שני גידין חד לש״ז וחד לנקבים, עיין בארטסקרול על העמוד דך ע״ה ע״ב.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:55 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:ווי אזוי האט חל געווען די קידושין צווישן אברהם ושרה למאן דאמר אברהם טומטמים היה?



תוס' זאגט (ד"ה אי הכי אברהם נמי עקור הי') ואע"פ שמסתמא כבר נקרע כשנשא שרה, און תוס' ענדיגט צו אז פונדעסטוועגן דאך איז נישט שכיח אז מ'זאל האבן קינדער נאכדעם.

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:45 am

יבמות דף ע.
[b]שלח ליה רבא בריה דרבה לרב יוסף ילמדנו רבינו היכי עבדינן א"ל מייתינן נהמא חמימא דשערי ומנחינן ליה אבי פוקרי ומקרי וחזינן ליה אמר אביי אטו כ"ע יעקב אבינו הואי דכתיב ביה (בראשית מט) כחי וראשית אוני שלא ראה קרי מימיו אלא אמר אביי מעברינן קמיה בגדי צבעונין אמר רבא אטו כ"ע ברזילי הגלעדי הוא אלא מחוורתא כדשנין מעיקרא[/b]

לכאורה ווי אזוי מעג מען מוציא זיין ש''ז לבטלה, די גמרא זאגט דאך (נדה יג:) ישב לו קוץ בכריסו מוטב שתבקע כריסו ואל ירד לבאר שחת. האב איך געזעהן אין ארטסקרול צוצייכענען צום אגרות משה (אבן העזר חלק א תשובה ע), איבער א שאלה אז א רופא האט געוואלט נעמען זרע פון א מאן צו זעהן אויב ער קען איהם אויסהיילן, ברענגט רבי משה א ראיה פון די גמרא דא אז מ'קען, ווייל מה דאך דא וואס אפי' אויב איז ער א פצוע דכא קען ער חתונה האבן מיט א גיורת, דאך מעג מען בודק זיין ומוציא זיין שז''ל, כ''ש דא וואס מ'וויל איהם אויסהיילן,
און ער לייגט צו תנאים, אז דא ביי אונזער גמרא איז מען נישט מתיר נאר מיט נעמען ברויט און לייגן אבי פוקרי, אדער ווייזן בגדי צבעונין (לויט טייל מפרשים דוקא פון א פרוי וואס ער קען נישט), ממילא די זעלבע זאך דא איז נישט מותר נאר הכא כיון שרשאי לבעול יש לבעול וע''ש
צוגעלייגטע
getimg.jpg

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 1:48 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:לפיכך חלה הוא או שחלתה היא או שניהם חבושים בבית האסורים אין עולין לו מן המנין.
הערה בעלמא וואס כ'האב נישט געזעהן רעדן דערפון, איז טאקע נצרך שיהיו שניהם חבושין או לאו דוקא? מ"ש מחלה הוא או חלתה היא?

בפשטות, שניהם חבושין, איינער פון די צוויי

ואע"פ שאין ראיה לדברי זכר לדברי, מיט אפאר בלאט שפעטער בדף סו: מכרו שניהם לפרנסה זאגט רש"י: או זה או זה.

גוט, ש'כח פאר די צושטעל.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 12:41 am

אינטערסאנט אז קיינער האט נישט אראפגעברענגט די ויא״מ אויף די שיעור השבוע פאריגע וואך,

זעט אינדערמיט די רי״ף חידוש דאם יש עונש כתוב בפסוק איז דאס די ערשטע זאך אויף וואס מען דארף מפשפש במעשים זיין, און די מסקנה און יסוד וואס די רבי זי״ע נעמט ארויס דערפן.

אגב, די גמרא איז נאך בצרוך עיון, אוו אויב האט איר געזען א שיינע פשט דערויף, ביטע עס אראפברענגן.

----
אופס.. פייל איז צו גרויס, עיין ויא״מ בהקדמה דף ו׳ ע״ב, אויב איינער קען עס אהער ברענגן תבוא עליו ברכה
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 12:48 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער האט נישט אראפגעברענגט די ויא״מ אויף די שיעור השבוע פאריגע וואך,

זעט אינדערמיט די רי״ף חידוש דאם יש עונש כתוב בפסוק איז דאס די ערשטע זאך אויף וואס מען דארף מפשפש במעשים זיין, און די מסקנה און יסוד נעמט ארויס דערפן.

אגב, די גמרא איז נאך בצרוך עיון, אוו אויב האט איר געזען א שיינע פשט דערויף, ביטע עס אראפברענגן.

----
אופס.. פייל איז צו גרויס, עיין ויא״מ בהקדמה דף ו׳ ע״ב, אויב איינער קען עס אהער ברענגן תבוא עליו ברכה

זענט איר אין יבמות? אויב יא דאן קום אריין קלארער ביטע לתועלת אלפי הלומדים. יש"כ.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:24 am

שכוח פאר חברינו היקר פאר מיר עס געבן אויף דראפבאקס.
https://www.dropbox.com/s/4044nwu6lcxiw ... .jpeg?dl=0

@ איסור, לאז וויסען צו ביסט קלאר, אויב נישט וועט מער מרחיב בדיבור זיין

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:38 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער האט נישט אראפגעברענגט די ויא״מ אויף די שיעור השבוע פאריגע וואך,

זעט אינדערמיט די רי״ף חידוש דאם יש עונש כתוב בפסוק איז דאס די ערשטע זאך אויף וואס מען דארף מפשפש במעשים זיין, און די מסקנה און יסוד וואס די רבי זי״ע נעמט ארויס דערפן.

אגב, די גמרא איז נאך בצרוך עיון, אוו אויב האט איר געזען א שיינע פשט דערויף, ביטע עס אראפברענגן.

----
אופס.. פייל איז צו גרויס, עיין ויא״מ בהקדמה דף ו׳ ע״ב, אויב איינער קען עס אהער ברענגן תבוא עליו ברכה

ישר כח פארן צוברענגען. געלערנט דעם הקדמה מיט עטליכע יאר צוריק אין ישיבה ווען מיין סאטמארער חברותא האט מיר גערודפ'ט דערצו..
פארוואס איז די גמרא נאך בצריך עיון?
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:47 am

די רבי אליינס ענדיגט דארט צו ועדיין צ״ע, ווייל די ריף תירוץ פארענפערט נישט אינגאנצן פארוואס מען האט געווארט דריי יאר אנצופרעגן באורים ותומים, ועוד די סדר השאלות מן החמור אל הקל?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:50 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:די רבי אליינס ענדיגט דארט צו ועדיין צ״ע, ווייל די ריף תירוץ פארענפערט נישט אינגאנצן פארוואס מען האט געווארט דריי יאר אנצופרעגן באורים ותומים, ועוד די סדר השאלות מן החמור אל הקל?

די רי"ף'ס תירוץ איז זייער פארשטענדליך לענ"ד. רביה"ק האט נאר געוואלט צוקומען צו א נקודה...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:42 pm

פג: מח' ר' סימאי ור"א באנדרוגינוס אם חייבים על שתי מקומות או רק במקום זכרות, לפי מה דפסקינן כר"א דחייבים רק במקום זכרות, מה הדין במקום ששוה בשניהם מה שנקרא באשה שלא כדרכה, האם זה כבא על זכרותו או נקבותו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:58 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:פג: מח' ר' סימאי ור"א באנדרוגינוס אם חייבים על שתי מקומות או רק במקום זכרות, לפי מה דפסקינן כר"א דחייבים רק במקום זכרות, מה הדין במקום ששוה בשניהם מה שנקרא באשה שלא כדרכה, האם זה כבא על זכרותו או נקבותו.

זעהט נישט אויס אז איר האט פארשטאנען די מציאות הדברים, שווער מסביר צו זיין ואשתדל בקיצור.

אנדרוגינוס שייך בביאה מג' מקומות, יש בו ב' סימנים במקו"א, נקבות וזכרות, וכמובן שגם שייך לבוא עליו באופן מה שנקרא באשה שלא כדרכה ומ"ז באיש והוא נקרא "מקום זכרות" כידוע מפי' רש"י במס' סנהדרין.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:04 pm

ייש"כ הבנתי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:44 pm

בדף פג. ברענגט די גמ' א משנה במס' נדה איבער א מעוברת שמקשה ורואה דם בתוך י"א יום שבין נדה לנדה.

איז שייך במציאות אז א מעוברת זאל האבן וסתות און זמני נדה וזיבה?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:17 am

מיללער האט געשריבן:בדף פג. ברענגט די גמ' א משנה במס' נדה איבער א מעוברת שמקשה ורואה דם בתוך י"א יום שבין נדה לנדה.

איז שייך במציאות אז א מעוברת זאל האבן וסתות און זמני נדה וזיבה?


שייך איז - עס זאל זיך חלילה נישט מאכן.
עס איז נאר א ערנסטער פראבלעם וואס דארף מעדיצינישע באהאנדלונג. און אויך א הלכה׳שע באהאנדלונג. צי הייסט זי יעצט א זבה צי נישט.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:20 am

די גמרא זאגט בדף פ״ג. לרב אנדרוגינוס והרכבה כרבי יוסי
לשמואל קושי וקידוש.

לכאורה קשה שהרי לשמואל הלכה כרבי יוסי (דמתניתין) אפי׳ באנדרוגינוס ולא פליגי - דהרי הלכה כרב הונא משמי דרב ולא כרב המנונא.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:37 am

נאטרוליסט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בדף פג. ברענגט די גמ' א משנה במס' נדה איבער א מעוברת שמקשה ורואה דם בתוך י"א יום שבין נדה לנדה.

איז שייך במציאות אז א מעוברת זאל האבן וסתות און זמני נדה וזיבה?


שייך איז - עס זאל זיך חלילה נישט מאכן.
עס איז נאר א ערנסטער פראבלעם וואס דארף מעדיצינישע באהאנדלונג. און אויך א הלכה׳שע באהאנדלונג. צי הייסט זי יעצט א זבה צי נישט.


זענט איר זיכער אין דעים? אז עס קען זיך מאכן צו זעהן דם ווייס איך, אבער א סייקל פון ז' ימי נידות וי"א יום ימי זיבה איז אויך שייך?

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:47 am

נאטרוליסט האט געשריבן:די גמרא זאגט בדף פ״ג. לרב אנדרוגינוס והרכבה כרבי יוסי
לשמואל קושי וקידוש.

לכאורה קשה שהרי לשמואל הלכה כרבי יוסי (דמתניתין) אפי׳ באנדרוגינוס ולא פליגי - דהרי הלכה כרב הונא משמי דרב ולא כרב המנונא.


זייטס מער מסביר אייער קשיא, ווער זאגט זיי קריגען, די גמ' זאגט טאקע אויף ע"ב אז שמואל האלט אויך הלכה כר"י טאקע פון דעם וואס ער זאגט סמי ברייתא מקמי מתני'.

ווי איז דא א רב המנונא? איר מיינט מן הסתם מימרא דרב ליתא מתני' מקמי ברייתא.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט