הערות על הבחינות

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

האמיר נעכטן גענומען די פארהער אויף גאנץ מס' ראש השנה, פיינע שאלות געווען, נאר איין זאך דער שואל זעט אויס האט פארגעסן אז עוברין לפניו כבני מרון האט דריי פשטים אין די גמרא נישט צוויי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פיינע בחינות געווען ב"ה
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

פעסטע שאלות געווען.

שאלה יד (פרשת סוטה) האט ער מסתם געכאפט אסאך אין סורפרייז.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:פעסטע שאלות געווען.

שאלה יד (פרשת סוטה) האט ער מסתם געכאפט אסאך אין סורפרייז.

די שאלות זענען געווען גוט, גראדע די פארגאנגענע מאל זענען די שאלות געווען אביסל טיפער לפע"ד, דאסמאל איז עס געווען מער שקלא וטריא ותמצית הסוגיות, אבער גוט און דייטליך.

דער עיקר איז אונזער דאנק צו די עסקנים און עומדים בראש, דאס הארץ ווערט פיל מיט רגש צוזעענדיג וויאזוי והיה מדי חודש בחדשו יבוא כל בשר, חודש נאך חודש קומען צענדליגע און הונדערטער אידן, צווישן זיי פילצאליגע בעה"ב און ארבייטס אינגעלייט, ומשארותם צרורות, אנגעזאפט מיט נאך 18-20 בלאט גמרא, קענענדיג פרישע סוגיות און ש"ס מיט א גרונטליכקייט.

וויפיל פון די אידן האבן אפי' געהאט א מושג פאראיאר לייענענדיג שבת פרה אז ווען די תורה הק' זאגט "ולקח אלעזר הכהן" מיינט דאס גארנישט אז דוקא אלעזר הכהן מוז עס נעמען (לשיטת רב) אדער ווען מ'זאגט יעדן אינדערפרי "והאש על המזבח תוקד בו" האט דער אות "וה" פון "והאש" א באזונדער לימוד אז ביוה"כ האט מען געמאכט א ספעציעלע מערכה פאר די קטורת לפני ולפנים, וויפיל האבן עכט געקענט טייטשן אביי הוה מסדר מיט א בהירות און פארשטיין פארווואס די חמש נרות מיט די שתי נרות איז מען נישט מטיב בענעזאם.

עס כאפט א תשוקה צו זיצן א גאנצן טאג ביי די גמרא, שבתי בבית ה' כל ימי חיי לחזות בנועם ה', ווי נאך טרעפט מען דעם נועם ה' אזוי שטארק ווי בבית ה', מתוקים מדבש ונופת צופים, טאטע גיב אונז נאך דבש, הנחמדים מזהב ומפז רב, מיר ווייסן שוין אז זהב איז פארהאן זיבן ערליי, טאטע זיסע דיין תורה הק' איז מער נחמד ווי אלע זיבן ערליי גאלד, תורת ה' תמימה משיבת נפש, דיין תורה איז גאנץ, וויזאוי זאגט רש"י אויף דף מ"ב ע"ב בד"ה אחר שריבה הכתוב "אחר שריבה הכתוב ומיעט - ולא פירש מאי ריבה ומאי מיעט מעתה לא מסרן אלא להתבונן בה את האמת ואת הישר" דער אייבירשטער האט איבערגעגעבן זיין תורה פאר אונז קליינע מענטשעליך, "להתבונן בה" זיך צו דערגרינטעווען און דערגיין מיט א בינה יתירה "את האמת ואת הישר" וואס איז ריכטיג און וואס איז רעכטפארטיג, ווייל פקודי ה' ישרים די תוה"ק איז דער מקור האמת והישר.

תחזקנה ידיכם! שכרכם כפול מן השמים, ואלו מזכירין לשבח שנא' זכר צדיק לברכה
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

פיינע שאלות געווען.

פאר טייל האט געבאדערט די שאלה פון אחת בשנה, מ'איז געווארן צומישט מיט די אנדערע לימודים פון אחת, מיר האט מען געכאפט ביי די שאלה פון חומר בזבח וואס איז די זבח וואס מ'רעדט דא. (יש ד' כתוב לכה"פ ג')

אבער בדרך כלל זייער פיין געווען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:פיינע שאלות געווען.

פאר טייל האט געבאדערט די שאלה פון אחת בשנה, מ'איז געווארן צומישט מיט די אנדערע לימודים פון אחת.

פותחין כבוד אכסניא, זייער פיינע שאלות געווען

דער "אחת בשנה" שאלה איז באמת נישט קלאר געווען, וווייל למעשה איז דא דריי באזונדערע מחלוקת איבער דעם

1. ר"י ור"נ - אחת בשנה להוציא בגדי לבן בחוץ או להוציא שיריים
2. ר"י ור"י - מערבין לקרנות
3. ת"ק ור"מ וראב"ש - חטאת אחת או חטוי אחד
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

איר זענט גערעכט אז ס'נישט געווען אזוי קלאר, אבער פארדעם זענען דא די חברי הנהלה וואס דרייען זיך ארום בשעת'ן פארהער אז מ'זאל קענען קלאר מאכן עפעס וואס ס'נישט קלאר, און דא אויף דעם פאל אויב האט מען געפרעגט האבן זיי גענטפערט אז די שאלה איז אויף וכפר אהרן על קרנותיו אחת בשנה.

(אפשר אין סקרענטאן איז נישט דא קיין הנהלה וואס דרייט זיך ארום ביים פארהער, דארף מען רעדן צו די הנהלה זעהן אויב מ'קען עפעס צושטעלן)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:איר זענט גערעכט אז ס'נישט געווען אזוי קלאר, אבער פארדעם זענען דא די חברי הנהלה וואס דרייען זיך ארום בשעת'ן פארהער אז מ'זאל קענען קלאר מאכן עפעס וואס ס'נישט קלאר, און דא אויף דעם פאל אויב האט מען געפרעגט האבן זיי גענטפערט אז די שאלה איז אויף וכפר אהרן על קרנותיו אחת בשנה.

(אפשר אין סקרענטאן איז נישט דא קיין הנהלה וואס דרייט זיך ארום ביים פארהער, דארף מען רעדן צו די הנהלה זעהן אויב מ'קען עפעס צושטעלן)

איך בין זיך נישט נוהג צו פרעגן, איך שרייב וואס איך האלט פאר ריכטיג, ואם יכולתי יכולתי
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שיינע שאלות, אנריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, האפנטליך אין ירושלים עיה"ק קומענדיגן זונטאג
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיללער האט געשריבן:שיינע שאלות, אנריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, האפנטליך אין ירושלים עיה"ק קומענדיגן זונטאג

זייער שיין, אבער וואס טוט מען ווען מ'האט נישט געניג גחזר'ט?????
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:שיינע שאלות, אנריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, האפנטליך אין ירושלים עיה"ק קומענדיגן זונטאג

זייער שיין, אבער וואס טוט מען ווען מ'האט נישט געניג גחזר'ט?????

מ'נעמט זיך פאר

-

גראדע, די איין שאלה איבער די תינוקות מחנכין לשעות ומשלימין, איז געווען אביסל ווי מ'זאגט "טו מאטש", צו א לאנגע דרשה צו שרייבן.

אבער ווי געזאגט, בדרך כלל זענען די שאלות געווען זייער צום זאך, ד.ה. אוודאי האט מען געדארפט זיין גרייט, אבער עס איז געווען גוט געפרעגט און דבר דיבר על אופנו.

כה לחי! תחזקנה ידיכם, קומענדיגע פארהער גייט שוין זיין אויף 15 בלאט ממס' סוכה! אשרינו מה טוב חלקינו, ילכו מחיל אל חיל
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

וואס די בחינה טוט מיט מיר די בעסטע איז אז ס'פראסקעט מיר אין פנים, וואס כ'האב געלערנט און געחזר'ט קען איך און וואס נישט נאדא!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אייזן גוט! די עיקר די הכנה צו די בחינה, מען חזרט עס גוט איבער, די קינדער ווייסן אז היינט איז דער פארהער, ס'איז געוואלדיג, אשרי חלקי..

עניוועי, שאלה ט. האט מיך אויפגערעגט [אזוי ווי יעדעס מאל ווען דער שואל פרעגט א זאך וואס איז נישט ריכטיג]

ס'איז נישטא קיין פינעף! ס'איז דא נאר פיר, די ערשטע איז נאר וויאזוי די משנה האט עס געשריבן, און די גמרא זאגט אז לר' אליעזר איז מען עס מקריב בתמיד של בין הערבים

אבער צוריק צום עיקר: כה לחי!
אטעטשמענטס
שאלה.PNG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יגרסהדותא האט געשריבן:אייזן גוט! די עיקר די הכנה צו די בחינה, מען חזרט עס גוט איבער, די קינדער ווייסן אז היינט איז דער פארהער, ס'איז געוואלדיג, אשרי חלקי..

עניוועי, שאלה ט. האט מיך אויפגערעגט [אזוי ווי יעדעס מאל ווען דער שואל פרעגט א זאך וואס איז נישט ריכטיג]

ס'איז נישטא קיין פינעף! ס'איז דא נאר פיר, די ערשטע איז נאר וויאזוי די משנה האט עס געשריבן, און די גמרא זאגט אז לר' אליעזר איז מען עס מקריב בתמיד של בין הערבים

אבער צוריק צום עיקר: כה לחי!

בפשטות איז די משנה יא פינפטע שיטה אליבא דרבי אליעזר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לרגל די ערשטע אויף מסכת סוכה איז ב"ה געווען אן אנלויפעניש פון נייע נבחנים אין אלע געגענטן, כן ירבו.

די שאלות זענען נישט געווען זייער קאמפליצירט, אנדערע האבן זיך אפגערעדט אויף די שאלה ביי קצציתן זו היא עשייתן אז עס וואלט געדארפט ארויסשטיין אין די שאלה אז מ'רעדט ביי קצצן.

מחיל אל חיל
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ב"ה אז מיר זוכה געווען צו זיין א חלק פון די נייע נבחנים. כן יעזור ה' להלאה.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יאך פריימעך צו זיין דא מיט אזעליכע אידען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

מיללער האט געשריבן:לרגל די ערשטע אויף מסכת סוכה איז ב"ה געווען אן אנלויפעניש פון נייע נבחנים אין אלע געגענטן, כן ירבו.

די שאלות זענען נישט געווען זייער קאמפליצירט, אנדערע האבן זיך אפגערעדט אויף די שאלה ביי קצציתן זו היא עשייתן אז עס וואלט געדארפט ארויסשטיין אין די שאלה אז מ'רעדט ביי קצצן.

מחיל אל חיל

השאלה של אותו טפח היכן מעמידו, וציין מספר 6, לענ"ד לא נכון. מפני הטעמים דלהלן:
1) קושית רב כהנא לא נכון לקרותו שיטה.
2) רב סימון לא בא אלא להסביר שיטת רב, כנגד היוצא.
3) ג' שיטות של רבא לפי הא"ד, לא נכון למנותם בפ"ע.

יתכן שאעפ"כ יש למנות כל אחד ואחד בפ"ע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאטרוליסט האט געשריבן:

לשון השאלה לא היתה על "אותו הטפח" אלא על הדופן השלישית

אפשר דאס ווארט "שיטות" איז נישט גוט, אבער עס איז דא 6 "מהלכים" איבער וויאזוי מען שטעלט אויס די דריטע וואנט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שמאטע האט געשריבן:ב"ה אז מיר זוכה געווען צו זיין א חלק פון די נייע נבחנים. כן יעזור ה' להלאה.

מזל טוב! השי"ת זאל דיר גיבן כוח און מוח ווייטער אנצוגיין.

האמער אויך גענומען די בחינה ב"ה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האט נישט געשמועסט דא בכלל איבער די בחינה און די שאלות די וואך מאנטאג העעל"ט פר' מטו"מ, פון דף ט"ו ביז דף ל"ג ממס' סוכה - ב"ה אז מ'האט די זכיה מדי חודש בחדשו מיטצוהאלטן די געהויבענע שעה של קורת רוח ווען הונדערטער אידן קומען זיך צוזאם בד' כנפות הארץ און ענטפערן כאיש אחד בלב אחד אויף די זעלבע שאלות, לחזור ולשנן וואס מ'האט געלערנט די פארגאנגעגענע חודש, כן יעזור ה' הלאה, ולהעומדים לנצח על מלאכת בית ה' דארף מען זיך באדאנקען בפה מלא פאר די עבודת הקודש, יזכו לראות ברכה בעמלם ולהיוושע בכל הטוב.
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

אקעי אז די גמרא איז קאמפלעצירט מיינט נאך נישט אז מען דארף די בחינה אויך מאכן קאמפלעצירט...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לטב עביד האט געשריבן:אקעי אז די גמרא איז קאמפלעצירט מיינט נאך נישט אז מען דארף די בחינה אויך מאכן קאמפלעצירט...

נישט באמערקט עפעס ספעציעל קאמפליצירט אין די בחינות, גראדע געהאלטן אז די בחינות זענען זייער צום פונקט
yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yahoo »

שוין באמערקט כמה פעמים, אז דו וועסט פרעגן איינעם וויאזוי איז געווען די בחינה? אה, זייער פיין געווען. וועסט פרעגן א צווייטען וועט ער דיר ענטפערן זייער שווער געווען, געדרייטע שאלות וכדומה.

איך קלער אז ס'האט אפשר צוטאן מיט וויפיל און ווי גוט מ'איז איבערגעגאנגען די בלעטער.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

די נעכטיגע בחינה אויף ביצה -תענית.
שאלה יג, אם אמר בימות החמה מוריד הגשם - מהו?

ביי די תשובות איז געשטאנען מיט א פשטות אז מחזירין.

אזוי קומט טאקע אויס פון די גמרא ג' ע"ב.
איי וואס טוט זיך מיט שיטת ר' אליעזר אז כשם שתחיית המתים וכו' לפיכך אם בא להזכיר כל השנה כולה מזכיר?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”