תורה הזמנית - ליקוטי מהר"ן תורה כ"ב

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאקשן קוגל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 pm

תורה הזמנית - ליקוטי מהר"ן תורה כ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשן קוגל »

א גוט יאר,

איך ווייס נישט וויפיל אידן דא האלטן מיט די תורה הזמנית אין ספה"ק ליקוטי מהר"ן,

אבער אפשר איז כדאי אויב עס איז דא עטליכע וואס גייען יעצט מיט דעם תורה זיך אויסצושמיסן ענינים און הארות והערות, יעצט איז מען עוסק און מאמר חותם בתוך חותם גאנץ א קאמפלעצירטע לאנגע תורה אבער פיהל מיט חידושים אין צענדליגע ענינים לדעת את המעשה אשר נעשין

מ'בעט דעם עולם אריינצוקומען לחזק ולתחזק
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (111.69 KiB) געזען 2564 מאל
unnamed (1) (1).jpg
unnamed (1) (1).jpg (111.38 KiB) געזען 2564 מאל
אקרורקתא
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 3:20 pm

Re: תורה הזמנית - ליקוטי מהר"ן תורה כ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקרורקתא »

היינט לערנט מען תורה כ"ה
לאקשן קוגל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 pm

Re: תורה הזמנית - ליקוטי מהר"ן תורה כ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשן קוגל »

אה!

אויב איינער קען מיר אויסשמיעסן וויאזוי די עליה ארבעט.

איך כאפ עפעס נישט וויאזוי די גאנצע ענין פון די פנימיות גייט ארויף און די אונטערשטע חיצוניות ווערט חיצוניות לחיצוניות
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: תורה הזמנית - ליקוטי מהר"ן תורה כ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

לאקשן קוגל האט געשריבן:אה!

אויב איינער קען מיר אויסשמיעסן וויאזוי די עליה ארבעט.

איך כאפ עפעס נישט וויאזוי די גאנצע ענין פון די פנימיות גייט ארויף און די אונטערשטע חיצוניות ווערט חיצוניות לחיצוניות


לאמיר פרובירן ערקלערן וואס איך פארשטיי.

שטעל זיך פאר עס זענען דא טרעפ, און עס קען נאר שטיין איין מענטש אויף א טרעפל, קומט אויס, אז ווען דער וואס שטייט אויף טרעפל נומער 56 וויל ארויפגיין צו טרעפל 57, דארף דער וואס שטייט העכער אים אויך ארויפגיין א טרעפל, קומט אויס אז דער וואס שטייט אויפ'ן העכסטן טרעפל (דער אדם העליון) דארף אויך ארויפגיין.

איצט זאגט דער רבי, אז דאס וואס עס גייט ארויף, איז די פנימיות, (דרך העלאת העולמות, איז אלעמאל די פנימיות וואס גייט ארויף.) די חלק החיצוניות גייט נאר ארויף נאך וואס פנימיות נומער איינס איז ארויף, און די חיצוניות פון דעם מדרגה איז געבליבן אונטן, וועט דער חיצוניות ווארטן צו ווערן א פנימיות, כדי ער זאל קענען ארויפגיין ווייטער. דערווייל איז פנימיות נומער 56 ארויף, און דאס ווערט נישט אויף טרעפל 57 א פנימיות, נאר זאגאר ער ווערט א חיצוניות צום חיצוניות פון די מדרגה וואס איז דא דארט. ווייל די פנימיות פון 56 קען דאך נישט ארויפגיין נאר טאמער פנימיות 57 גייט ארויף. און ווען פנימיות 57 גייט ארויף, בלייבט חיצוניות 57 אויפ'ן טרעפל, און ווארט אז פנימיות 56 זאל ארויפקומען, און נאר אזוי קען חיצוניות 57 ווערן א פנימיות, ווייל אן א חיצוניות ווערט נישט קיין פנימיות. קומט אויס אז ווען פנימיות 56 טרעט ארויף צו 57, ווערט פון א פנימיות 56 א חיצוניות 57. און דאן די פריערדיגע חיצוניות 57 (וואס זיין פנימיות האט זיך געמוזט ארויפרוקן ווייל מ'קען דאך נישט שטיין אין איין דרגא) ווערט איצט פנימיות 57. און אזוי ווייטער ביזן אדם העליון, וואס גייט מדרגא לדרגא עד אין סוף.

דאס איז פשט:
וגם האדם שבמדרגה התחתונה = און דער מענטש וואס איז אויפ'ן אונטערשטן טרעפל 56,
אינו נעתק ועולה אלא הפנימיות = גייט נישט ארויף צו טרעפל 57, נאר די חלק הפנימיות פון 56,
והפנימיות של התחתון = און דער פנימיות פון 56 נאך וואס ער גייט ארויף צו טרעפל 57,
נעשה חיצוניות לחיצוניות עליון = ווערט עס דער חיצוני פאר'ן ביז איצטיגן חיצוני 57, וואס גייט איצט ווערן פנימי 57, (דער פריערדיגע פנימי איז דאך שוין ארויף צו 58) אז ער זאל קענען גיין נאך העכער.

איך האף אז עס איז גענוג קלאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”