נייע צייטונג: אידישע וועלט...

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

נייע צייטונג: אידישע וועלט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

היינט אין גראסערי האט זיך מיט אלע אנדערע צייטונגען אנגעזען א נייע אויסגאבע מיטן נאמען: אידישע וועלט. עס האט אויף זיך די לאגא וואס מיר אלע זעהן דא יעדעס מאל וואס מען קומט אריין אהער.

ווייסט איינער וואס איז דער ציל דערפון? און ווער עס שטייט אונטער דעם?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

WOW

איך בין פריער געווען אין גראסערי און איך האב עס אליין נישט געגלייבט. איך האב געמיינט קודם אז מיין פאנטאזיע ארבער אווערטיים און איך זעה נאך דעם קאמפיוטער סקרין פאר די אויגן.

אן קיין טאראראם און אן קיין בלאלאלאם איז היינט ארויסגעקומען די ערשטע אויסגאבע פון די נייע צייטונג "אידישע וועלט".

איך האב נישט געוויסט וואס צי טין פאר פרייד. איך האב געשפירט אז עס איז א געלעגנהייט צו ווייזן פאר מיינע חברים (וואס האבן נישט קיין אינטערנעט) וואס דאס מיינט אידישע וועלט. די אמת? איך האב געקויפט צען שטיק דערפון (5 דאלער סך הכל) און איך פלאן עס צו געבן פאר מיינע גוטע פרענדס.

איז דא נאך איינער וואס האט געזען דעם צייטינג היינט?

גייט לויפט אין קויפט און שטיצט אונזער קרעטשמע זאל לעבן.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וואס איז דאס? טעגליך? נייעס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

חוקר האט געשריבן:היינט און א גראסרי האבן זיך אנגעזען ציזאם מיט אלע צייטוגן א נייער אויסגאבע פון אידש וועלט מיטן לאגא וואס אינז אלע זעהן דא יעדער מאל וואס מען איז דא
ווייסט איינער וואס און ווער און דער ציל פון דעם?


חוקרל, זאג מיר נישט אז די האסט נישט אריינגעקיקט אין די צייטונג... :P :P אינעווייניג שטייט אז סקומט ארויס דורך ivelt - אונזער מוסד.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

זיכער אבער וואס איז דער ציל וואלט מען געוואלט וויסט (עס איז אזוי ווען מען וויל וויסן שרייבט מען אזוי וואס ווער ווען פארשטייט איר?)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

אוי חוקרל, חוקרל, ביסט ציקער זיס.

ביסט דאך אזוי גרעכט. די ציל פון דער איד און דער בלאט ווייסן מיר דאך.....(מיין מנהל לאזט נישט רעדן לשון הרע)
איך האב אביסל דורכגעבלעטערט די צייטונג יעצט. סזעהט אויס ווי זייער ציל איז....צו אראפברענגן די נייעס שיין, איידל און שיין.
איך זע נישט אויפן מאמענט עפעס א אנדערע ציל. :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

ווער עס האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן דא !!


שכח למפרע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

WOW אונזער ארענדאר ריעט נישט, קאן מען דאס באקומען אין אלע היימישע געגנטער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

והוא ישלח במעשי ידיכם ברכה והצלחה.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

איז דא דארט די ארטיקלען פון שאץ מאץ?
מען דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט זיין קיין גילוי ניקים.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

join us האט געשריבן:ווער עס האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן דא !!


שכח למפרע



איך האב עס אבער איך לייג עס בפירוש נישט ארויף דא.

הייב דיך אויף פון בענקל און גיי אריבער אין סטאר און קויף עס. סקאסט נאר פופציג סענט סא קענסט קויפן אפאר שטיק און טיילן פאר דיינע חברים.
אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 8:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניאור אייזיקאוויטש »

ווערי ביזי געווען טאדעי, ניטאמאל געהאט צייט צו באזוכן אין גראסערי היינט, ממילא האב איך ניט געהאט א טשעינס צו זעהן די שיינע נייע אויסגאבע.

ווערעווער וואזוי ס'זאל נאר נישט זיין קומט זיך א ריזיגן יישר כוח פארן הויכגעשעצטן ארענדער ירום הודו, פארן צושטעלן אזא שיינעם סייד בכלל, און אזא שיינעם צייטונג בפרט, יהא המקום בעזרו בכל מעשי ידיו לטובה, אמן ואמן.

נ"ב הזהרו בתגובותיכם ווייל איין שיינעם טאג וועט נאך ארויסקומען א היימישע קרעטשמע צייטונג און ס'ווייבלעך וואס קענען די מענער'ס ניק נעים... ואידך פירושא זיל גמור.
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

simfel האט געשריבן:
join us האט געשריבן:ווער עס האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן דא !!


שכח למפרע



איך האב עס אבער איך לייג עס בפירוש נישט ארויף דא.

הייב דיך אויף פון בענקל און גיי אריבער אין סטאר און קויף עס. סקאסט נאר פופציג סענט סא קענסט קויפן אפאר שטיק און טיילן פאר דיינע חברים.


קודם כל ס'רעגענט ס'קאלט ס'א גליטש אינדרויסן . נאכדעם כל איך וועל עס קויפן ביינאכט אבער ביז דערווייל ..........

(איך ברויך נישט טובות אויב די לייגסט עס נישט וועט עס א צווייטער ארויף לייגן....)
לעצט פארראכטן דורך join us אום מיטוואך יאנואר 28, 2009 4:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

join us האט געשריבן:
simfel האט געשריבן:
join us האט געשריבן:ווער עס האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן דא !!


שכח למפרע


(איך דארף נישט דיינע טובות אויב די לייגסט עס נישט וועט עס א צווייטער ארויף לייגן....)



אוטש! :wink: :wink: :wink:
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איז מעגליך פאר א צייטשריפט/צייטונג אנצוהאלטן אהן אן אגענדע? ער דארף זיין אדער חסידיש-פאליטיש געשטומט אדער ליבעראל-קאנסערוואטיוו וכדומה געשטומט. ווייל וואס וועט ער שרייבן אין די עדיטאריעל, אויב אלס ביזנעס קען מען דאך ווייטער אנהאלטן די אנליין צייטונג וואס פארמאגט לכאורה גענוג קאסטומערס און ציהט גענוג עדווערטייזמענטס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

בן בוזי האט געשריבן:איז מעגליך פאר א צייטשריפט/צייטונג אנצוהאלטן אהן אן אגענדע? ער דארף זיין אדער חסידיש-פאליטיש געשטומט אדער ליבעראל-קאנסערוואטיוו וכדומה געשטומט. ווייל וואס וועט ער שרייבן אין די עדיטאריעל, אויב אלס ביזנעס קען מען דאך ווייטער אנהאלטן די אנליין צייטונג וואס פארמאגט לכאורה גענוג קאסטומערס און ציהט גענוג עדווערטייזמענטס.


אין אנדערע ווערטער וויאזוי קען א צייטונג אנהאלטן אויב ער גייט נישט רעדן לשון הרע און באשמיצן אנדערע אידן? ווער איז די משוגענער צו ארייננעמען אזא זאך אינדעהיים אויב עס האט נישט עפעס גוטע לשון הרעס.... הא??????? גוט ארויסגברענגט וואס?
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

simfel האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:איז מעגליך פאר א צייטשריפט/צייטונג אנצוהאלטן אהן אן אגענדע? ער דארף זיין אדער חסידיש-פאליטיש געשטומט אדער ליבעראל-קאנסערוואטיוו וכדומה געשטומט. ווייל וואס וועט ער שרייבן אין די עדיטאריעל, אויב אלס ביזנעס קען מען דאך ווייטער אנהאלטן די אנליין צייטונג וואס פארמאגט לכאורה גענוג קאסטומערס און ציהט גענוג עדווערטייזמענטס.


אין אנדערע ווערטער וויאזוי קען א צייטונג אנהאלטן אויב ער גייט נישט רעדן לשון הרע און באשמיצן אנדערע אידן? ווער איז די משוגענער צו ארייננעמען אזא זאך אינדעהיים אויב עס האט נישט עפעס גוטע לשון הרעס.... הא??????? גוט ארויסגברענגט וואס?

איך מיין אז די היסטאריע האט געוויזען אז טאמער די צייטונג האט נישט געהעט קיין אגענדע איז עס אינטער געגאנגען
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס איז דער אמת, אבער דו פארשטייסט נישט מיין נקודה, נעם דעם נוא יארק טיימס, פארוואס האלט עס אהן אזוי פיל יאהרן? ווייל עס דעקט די ליבעראלע שטומע, און דאס האט גענוג בעק אפ פון די ליבעראלער חדר, פארוואס האלט דער וואל סטריט דזשורנאל אהן? ווייל זי האט א קאנסערוואטיווע אגענדע, און ווייל זי דעקט די פינאנציעלע נייעס וואס אסאך ווילן דאס וויסן.
(במאמר המוסגר, פארוואס האלט זיך דער בלאט מיט דער איד אויף? ווייל זי האט אן אגענדע) און דער 'די צייטונג' האלט אויך אהן ווייל זי ספעציעלזירט זיך אין דעקן פאליטיק.
משא"כ די וואס האבן נישט קיין אגענדע האבן נישט ווער ס'זאל זיי בעקן און אויפהאלטן, כך נראה לפי דעתי העני' בן בוזי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

שטיקל גבאי האט געשריבן:
simfel האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:איז מעגליך פאר א צייטשריפט/צייטונג אנצוהאלטן אהן אן אגענדע? ער דארף זיין אדער חסידיש-פאליטיש געשטומט אדער ליבעראל-קאנסערוואטיוו וכדומה געשטומט. ווייל וואס וועט ער שרייבן אין די עדיטאריעל, אויב אלס ביזנעס קען מען דאך ווייטער אנהאלטן די אנליין צייטונג וואס פארמאגט לכאורה גענוג קאסטומערס און ציהט גענוג עדווערטייזמענטס.


אין אנדערע ווערטער וויאזוי קען א צייטונג אנהאלטן אויב ער גייט נישט רעדן לשון הרע און באשמיצן אנדערע אידן? ווער איז די משוגענער צו ארייננעמען אזא זאך אינדעהיים אויב עס האט נישט עפעס גוטע לשון הרעס.... הא??????? גוט ארויסגברענגט וואס?

איך מיין אז די היסטאריע האט געוויזען אז טאמער די צייטונג האט נישט געהעט קיין אגענדע איז עס אינטער געגאנגען


הער, א היימישע קרעטשמע איז אויך א זאך וואס קיינער האט נישט געחלעמט אז סקען צישטאנד קימען. אבער סיז א מציאות.

צווייטנס כווייס נישט פין וועלכע היסטאריע די רעטסט אבער די אלע צייטינגען האבן נישט געהאט אזא געטרייע פען בעיס ווי די קרעטשמע.

איך למשל וועל הנאה האבן פון די צייטינג ווייל איך האב נישט קיין נערוען צו ליינן די איד אין די בלאט ווייל סעקלט מיר די נארישע מחלוקותער און די שטיתים. איך וויל זען וואס טוט זיך אויף די וועלט און נישט וואס די רעדאקטער האט אין בויך.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין קרעטשמע האט יעדער שרייבער אן אגענדע, ס'דא וואס ביי זיי איז דאס היימישע קרעטשמע אנדערע איז עס אידישע און וועלטליכע נייעס אדער על הצדיקים ועל החסידים און אזוי ווייטער, די מעמבערס וועלכע האבן נישט קיין אגענדע שרייבן נישט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
simfel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simfel »

אמת אלץ בחור האסטי ליב געהאט פילפול? :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט, איר מיינט צו זאגן אז יעדער לייענט וואס ער גלייכט? נו אודאי איז אזוי, וואס דען זאל איך לייענען וואס איך גלייך נישט, אתמהה.

ווי איז אבער אויב קנאקט איינער פון אונזערע געלונגענע שרייבער א שטייגער ווי.... אפ א קנאקעדיג ארטיקל אדער א זאפטיג נייעס אפהאנדלונג לייענט עס יעדער נישט קיין נפקא מינא צו ער גלייכט: שפראך, על הצדיקים, אוצר, אדער פארברענגען, איז דאך די זעלבע זאך מיט א צייטונג, א יעדער לייענער גלייכט עפעס אנדערש אבער די פאר געלונגענע ארטיקלען לייענט יעדער.

איך בין א שטענדיגער לייענער פון "די צייטונג" און נישט צוליעב דעם וואס ער שרייבט פאליטיק, נאר ווייל ער ווייסט וואס צו שרייבן און וואס נישט און שרייבט נארמאל ווי עס פאסט פאר ערוואקסענע מענטשן און נישט ווי די וואס זען אויס ווי א פורים צייטונג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

איך האב דאס אויך געזען אין די געשעפטן. מער ווייניגער איז דאס א ליקוט פון די אלע נייעס'לעך וואס ערשינען ביים הויפט אריינגאנג אויפן 'היים בלאט'. די פראגע איז צי דאס איז א וועכנטליכע אויסגאבע אדער א חודש'ליכע, און צי קען מען טאקע בלויז פון די טריקענע 'היים בלאט' נייעס אנפילן א וועכנטליכע אויסגאבע? און בכלל די נייעס מער ווייניגער ליינט דאך יעדער אין די פארשידענע צייטונגען סייווי, איז וואס וועט די אויסגאבע מחדש זיין אז ס'זאל ציען קונדן?

דערווייל איז נישטא דערין קיין שום ארטיקל, בלויז נייעס. עס שטעלט ניטאמאל פאר אן עדיטאריעל אדער אן ערקלערונג אויף וואס די אויסגאבע איז געשטעלט, און וואס זי וויל.

בלייבט בלויז צו וואונטשן פאר די ארויסגעבער א ברכה והצלחה במעשה ידיהם, און וואו נאר זיי שטעקן אריין א האנט זאל זיי ג-ט באשענקען מיט אל'דאס גוטס, אמן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך מיין אז עס וואלט געפאסט אז ארענדאר בכבודו ובעצמו זאל שרייבן דעם ציל פון די נייע צייטונג און וואס דאס טוט אפעקטירען די 'קרעטשמע' איי-וועלט, ווי אויך מיטיילן א דיגיטאלע קאפי פונעם ערשטן נאמבער.

פארשלאפן,
פאונט וועל ריטען.
אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעק »

יעצט געהערט קראנט עס גייט ארויס קימען יעדע וואך!!!!
אין יעקישע שול
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”