יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
דער האט א גוטע וועג פון שרייבן כגלייך עס
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2168
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
מאשקע האט געשריבן:
קאמענטארן זענען אויבן.
וואו?!
---------
אגב מאשקע, אז דו ביסט דא, זאלסטע וויסן אז איך האב געלעזט אסאך פון דיינע ארטיקלען און תגובות און איך האב זיך ממש מחי' געווען.
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
כתוב וחתום האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:
קאמענטארן זענען אויבן.
וואו?!
---------
אגב מאשקע, אז דו ביסט דא, זאלסטע וויסן אז איך האב געלעזט אסאך פון דיינע ארטיקלען און תגובות און איך האב זיך ממש מחי' געווען.
וואס וואו? מאך זיכער אז די שלאק איז ארויפגעצויגן וועסטו עס זעהן.
און יישר כח פאר די קאמפלימענטארן (נייע ווארט!).
An article a day keeps the babies away
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
Potus האט געשריבן:דער האט א גוטע וועג פון שרייבן כגלייך עס
כגלייך עס אויך, ווארפט אריין היימישע הומאר וואס מאכט עס פליסן צום ליינען.
חוץ דעם איז די ביזנעס אינפראמאציע עפעס אויסערגעוועדליך צוזאמגענומען. איך וואונדער זיך פון וואו אן היימישער אינגערמאן נאשט אזויפיל ביזנעס וויסנשאפטט
דינאיידיע פאריגע וואך פון היימישע אלקאלישע טרינקן איז אינטערסאנט און כבין נייגעריג וואס די דריטע איידיע גייט זיין. צו זיי גייען טאקע עפענען א ביזנעס אין דינווירקליכקייט
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
מאשקע האט געשריבן:איך גראדע האב שטארק הנאה געהאט פון זיינע ארטיקלען. הגם ס'איז מעגליך אז מ'טאר עס נישט ליינען אום שבת, אבער איך מיין אז ס'איז דא שיטות אין דעם און מ'נעמט נישט אן אזוי, ווייל "הרהורים מותרים", און חלומ'ען מעג מען זיכער...
ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן גוטע איידיעס אבער זיי האבן נישט די כלים דאס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל. אין אזא פאל שאדט נישט אריינצושיקן די איידיעס פאר יצחק עקשטיין; זאל כאטש א צווייטער איד מאכן א ביזנעס דערפון. אבער אליבא דאמת, און ווי איינער האט שוין דערמאנט דא, האט מען דערווייל נישט גערעדט פון נייע איידיעס אדער חידושים; מ'האט גערעדט בכלליות וואס מ'דארף טון צו קענען עפענען און אנהאלטן א ביזנעס.
יצחק עקשטיין האט א געוואלדיגע מעלה פון ארויסהאבן א זאך ביז'ן סוף, און צענעמען א זאך אויף קליין געלט צו מאכן זיכער אז די ליינער פארשטייען יעדן פרט. דאס מאכט אז אפילו אויב איינער פלאנט נישט צו עפענען א ביזנעס יעצט זאל ער נאך אלץ קענען הנאה האבן פון ליינען און פארשטיין דעם פראצעדור מתחלה ועד סוף.
קאמענטארן זענען אויבן.
מאשקע׳ס קאמאנטערן זענען טאקע אויבן… מאשקע ער האט זיך לעצטענס גענומען איבער דיין פרנסה פון אלקאהלישע געטראנקן, עס באלאנגט דירעקט פאר׳ן מאשקע…
- חנוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 321
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
- לאקאציע: על גשר צר מאד
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
קעטסקיל שאטל איז די לעצטיגע איידיע, הלואי קען דאס געשען, וואלט געווען א מחיה פאר אזוי סאך בחורים, פרויען און מיידלעך וואס האבן נישט קיין געהעריגע ביליגע וועג במשך די וואך.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3875
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
חנוך האט געשריבן:קעטסקיל שאטל איז די לעצטיגע איידיע, הלואי קען דאס געשען, וואלט געווען א מחיה פאר אזוי סאך בחורים, פרויען און מיידלעך וואס האבן נישט קיין געהעריגע ביליגע וועג במשך די וואך.
גאמ
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
- לעכטל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4112
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
- לאקאציע: ביד השי"ת
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
Potus האט געשריבן:דער האט א גוטע וועג פון שרייבן כגלייך עס
גא"מ, ער שרייבט זייער געשמאק!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
לעכטל האט געשריבן:Potus האט געשריבן:דער האט א גוטע וועג פון שרייבן כגלייך עס
גא"מ, ער שרייבט זייער געשמאק!
יא. ער קומט אריין קלאר.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
https://sellerboard.com/?partner=00529
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
ווייסט איינער אויב יצחק עקשטיין נעמט אפיציעל אויף קליענטן?
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4486
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
בשעה טובה האט געשריבן:ווייסט איינער אויב יצחק עקשטיין נעמט אפיציעל אויף קליענטן?
יא ער נעמט אן.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
derech eretz האט געשריבן:בשעה טובה האט געשריבן:ווייסט איינער אויב יצחק עקשטיין נעמט אפיציעל אויף קליענטן?
יא ער נעמט אן.
Any experience?
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
איז דא א וועג ווי מען קען שאפן די ארטיקלען חוץ קויפן די אלע אלטע מאמענטס?
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
זייער אינטערסאנט געווען די וואך איבער קימפעטארן היימען. ער שרייבט היבשע אינטערסאנטע אינפראמעישן וואס כהאב קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט.
ער קוקט אויס גערעכט אז עס פעלט אויס נאך אזלעכע קימפעטארןסס הייזער
דער ציבור וואקסט ווי אויף הייוון.
ער קוקט אויס גערעכט אז עס פעלט אויס נאך אזלעכע קימפעטארןסס הייזער
דער ציבור וואקסט ווי אויף הייוון.
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
derech eretz האט געשריבן:בשעה טובה האט געשריבן:ווייסט איינער אויב יצחק עקשטיין נעמט אפיציעל אויף קליענטן?
יא ער נעמט אן.
פון זיין שרייבן קוקט אויס אז ער העלפט ביזנעסער. וואס איז זיין אימעיל אריינצושיקן איידיעס? שבת וווען מען ליינט עס קען איך נישט אפשרייבן וואס איך טראכט צו ענטפערן…
כטראכט פון אריינשיקן פארן מאמענט א געדאנק פון עפענען א וועבסייט פאר גענוצטע וועש און כלים פאר אידישע גיבענטשטע משפחות. כהאב יעצט געדארפט אוועקווארפן א שיינע סוט און בעקיטשע פון מיינע בחור צוליב וואס ער וואקסט ב״ה. כגלייב אז א צווייטער בחור וואלט זיך מחי׳ געווען דערמיט
איינער האט עס אפשר די אימעיל?
- נישט ווי יעדעם
- שר האלף
- תגובות: 1568
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
- לאקאציע: נישט צו ווייט
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
brooklyn האט געשריבן:derech eretz האט געשריבן:בשעה טובה האט געשריבן:ווייסט איינער אויב יצחק עקשטיין נעמט אפיציעל אויף קליענטן?
יא ער נעמט אן.
פון זיין שרייבן קוקט אויס אז ער העלפט ביזנעסער. וואס איז זיין אימעיל אריינצושיקן איידיעס? שבת וווען מען ליינט עס קען איך נישט אפשרייבן וואס איך טראכט צו ענטפערן…
כטראכט פון אריינשיקן פארן מאמענט א געדאנק פון עפענען א וועבסייט פאר גענוצטע וועש און כלים פאר אידישע גיבענטשטע משפחות. כהאב יעצט געדארפט אוועקווארפן א שיינע סוט און בעקיטשע פון מיינע בחור צוליב וואס ער וואקסט ב״ה. כגלייב אז א צווייטער בחור וואלט זיך מחי׳ געווען דערמיט
איינער האט עס אפשר די אימעיל?
אין מאנסי איז דא א געשעפט וואס נעמט אהן גענוצטע וועש (כ'מיין אז ס'געהערט פאר די "קופת עזרה" ארגענעזאציע) יעדע מאל מ'ווארפט ארויס וועש טראגט מען עס אהין
צענדליגע מענטשן האבן שוין נהנה געווען די זאכן פארקויפן זיי פאר פרוטות און די געלט גייט פאר די ארגענעזאציע.
- מיט א פרישקייט
- שר האלף
- תגובות: 1573
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
- לאקאציע: פריש'ידער
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
צדקת העיר אין קרית יואל האט אויך אזא געשעפט, אבער כ'מיין אז נאר פאר נישט-גענוצטע זאכן, אדער זאכן אין א נייע קאנדישאן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
כהאב געמיינט א געדאנק פאר א ביזנעס. אז מען זאל קענען לייגן פיקטשערס פון גענוצטע זאכן, אזוי ווי אי בעי נאר מיט היימישע פראדוקטן.
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4486
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
brooklyn האט געשריבן:כהאב געמיינט א געדאנק פאר א ביזנעס. אז מען זאל קענען לייגן פיקטשערס פון גענוצטע זאכן, אזוי ווי אי בעי נאר מיט היימישע פראדוקטן.
פארהאן לעצטנס עטליכע וואטסעפפ סטאטוס'ן וואס טוען דאס.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
brooklyn האט געשריבן:כהאב געמיינט א געדאנק פאר א ביזנעס. אז מען זאל קענען לייגן פיקטשערס פון גענוצטע זאכן, אזוי ווי אי בעי נאר מיט היימישע פראדוקטן.
https://imzist.com/explore/
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
צוקער וואסער האט געשריבן:brooklyn האט געשריבן:כהאב געמיינט א געדאנק פאר א ביזנעס. אז מען זאל קענען לייגן פיקטשערס פון גענוצטע זאכן, אזוי ווי אי בעי נאר מיט היימישע פראדוקטן.
https://imzist.com/explore/
סאיז פאר אומזינסט, נישט קיין ביזנעס בכלל.
איך טראכט פון אן איידיע אז מען זאל מאכן געלט פון יעדע פארקויף, און זיין פרענדלי יוזער.
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
בד״וו, דאס וואס ער שרייבט די וואך פון אומזינסטע הערליכע קימפעטארן היים נעבן מאנטשסטער אין לחדדו א איז מורא׳דיג. דער הארעהדענקער האט באמת גרויסע השגות, ממנו ילמדו וכן יעשו.
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
Potus האט געשריבן:דער האט א גוטע וועג פון שרייבן כגלייך עס
ער שרייבט ווי ער וואלט זיך אראפגעזעצט מיט דיר אויף א געשמאקן חבר'ישן שמועס, נישט ווי עפעס א הויכגעשעצטער שרייבער וואס פארשטייט אויך אביסל אין ביזנעס און ער וועט אראפגעבן פון זיין טייערער צייט די ארויסגעבן אביסל סודות פון זיינע וועלטע בארימטע ביזנעס סקילס...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
גראדע איבער די נושא פון קימעפטארינס היים גלייב איך אז פון א ביזנעס שטאנדפונקט לוינט זיך נישט די גאנצע קאפ וויי נאך אלע גוטע חשבונות. עס דארף קומען מכוח וועלן אויפטון פאר אידישע קינדער און זייערע מאמע'ס
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: יצחק עקשטיין אין "מאָמענט": לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם
יצחק דעליווערט א מעסיוו דזשאב! וואך נאך וואך!
מיט אזא שיינע קלארע געשמאקע שפראך, וואס מ’דארף זיך נישט אנשטרענגען צו ליינען אדער פארשטיין, נאר ער ברענגט עס אריין אין דיר.
מיט אזא ברייטקייט צונעמט ער די איידיעס אויף פיצעלע דעטאלן.
וואלט געדארפט זיין אינטערעסאנט זיך אראפזעצן מיט אים, ווען איך האב געפענט מיין ביזנעס האב איך נישט געטראכט פון אזויפיל קליינע דיטעלס וואס אויב וואלט איך עס געוויסט פון פארדעם וואלט איך זיך נישט אזוי געמוטשעט.
איך זע דא א פאון נאמבער אינטען, איינער ווייסט אויב דאס איז זיין פערזענליכע נאמבער אויב איך וויל זיך אראפזעצן מיט אים?

האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.