great האט געשריבן:הרב חנן בן עכבר איז מכובד דא מיט א ברכה
נו וואדע אזוי.. מ'האמיר זיך שוין פרעזענליך משתתף געווען ביים באווארפן און אנגעווינטשן א הערצליכן מזל טוב פאר ידיד נפשי ר' יצחק שלמה'ן, (ער האט מיר אפי' געמאכט א מי שברך ביים עולה זיין אחרון..)
עניוועיס, ר' יצחק שלמה, זאלסט זען אסאך נחת פון דעם יונג פאר פאלק, זיי זאלן זיך עלטערן אין פריידן, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט קינדערלעך און אייניקלעך געזונטערהייט!
מיט וועלעכע נאמען האט ער געמאכט די מי שברך? חנן בן עכבור?
העט ווערן אי"ה אויסגעשמועסט ביי די חיי שרה ליל שישי שמועס, דערווייל דארפן נאך זאכן פאלן אין פלאץ.
מזל טוב ר׳ יצחק שלמה, איינער וואס איז מהנה כלל ישראל (ואני בתוכם) שוין לאנגע יארן. זאל מען פן אויבן דיר באגיסן מיט אלע השפעות, באגלייט מיט בליציגע רעיונות צו אנהאלטן ווייטער דיין עבודת הקודש (יא, עבודת הקודש).
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אזוי אויך קען ער איבערגעבן פארן מחותן א פרינטאוט פון דעם אשכול (ער דארף דאך האבן וואס צו טוהן ביים מצוה טאנץ )
אנדערש ווי ר' וועלוועל וואס וויל זאגן אז ער דרייט זיך נישט דא, שעמט זיך נישט ר' יצחק שלמה צו זאגן אז ער כאפט א בליק דא און דארט, אזא אז איך בין זיכער אז ער וועט זען מיט די אייגענע אויגן !
אזוי אויך קען ער איבערגעבן פארן מחותן א פרינטאוט פון דעם אשכול (ער דארף דאך האבן וואס צו טוהן ביים מצוה טאנץ )
אנדערש ווי ר' וועלוועל וואס וויל זאגן אז ער דרייט זיך נישט דא, שעמט זיך נישט ר' יצחק שלמה צו זאגן אז ער כאפט א בליק דא און דארט, אזא אז איך בין זיכער אז ער וועט זען מיט די אייגענע אויגן !
כבין אמאל געווען ביי א גרויסע עושר נאך געלט און אויסגעקומען צו רעדן פון א נושא וואס קול מבשר האט געהאט אויסגעשמועסט באריכות אלע צדדים אין א אינטערוויאו, דער עושר איז געווען אויסגעקאכט אין אלע צדדים פון די בעי', און ער האט צוגעלייגט צום סוף "איך הער נישט קול מבשר אבער מיינע קינדער זאגן מיר איבער"... יא יא, דאס איז אזא מין לחש ווי 'נישט אום שבת גערעדט' און אין אמת'ן רעדט מען צו די אייגענע מענטשעלע וואס טאנץ אויפן געהירן "נעע, ספאסט ניטש פאר אזא מכובד ווי דיר צו הערן קול מבשר, ספאסט נישט פאר אזא גרויסע בגדול'ט צו ליינען אייוועלט... ביי זיך אין אפיס [ווען קיינער זעהט נישט] זיצט ער אויף איי-וועלט נאאן סטאפ....
י'עצט ביינאכט ווען השי"ת געבט אים שמחה באהלו צ'ו זוכה זיין צו פירן אונטער די חופה את בתו הגדולה ח'תונה מאכן דאס עלטסטע קינד מיט מזלא רבא ק'ענען מיר אים נאר וואונטשן מעומק לבבי ברכה
ש'פע ברכה והצלחה זאל זיין שטענדיג אין שטוב ל'עולמי עד זעען נחת פון די קינדער כי טוב מ'מרומים זאל נשפע ווערן אך טוב ה'קב"ה זאל בזכות שמחה זו שיקן דעם גואל הטוב
איינער פון די פולע טויזנטער וואס האט הנאה פון דיר מדי שבוע בשבוע (מדי יום ביומו)
הק' המכונה @שמו
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני מצטרף, צו די אלע ברכות און וואונטשן, און אין די זעלבע צייט ארויס ברענגען אן הכרת הטוב פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט פון מהנה זיין טויזענטער אידן מדי יום ביומו, זאלסטו זעהן אסאך נחת געזונטערהייט מיט נחת און פרייד, און ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט! טענק יו מס. דרעזנער!!!
מזל טוב ר' יצחק שלמה איר זאלט אייביג זען נאר נחת דקדושה.
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע (הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
ויזרע יצחק מאה שערים.. אלה תולדות יצחק... הבית אשר בנה שלמה... צחוק עשה לי אלוקים על כן קרה שמו יצחק וכו'
מזל טוב!! מזל טוב!!!!!!!
פון טיפן הארצן שלעפ איך ארויס מיין ווארעם-הארציגן ברכת מזלא טבא וגדיא יאה פארן איש האשקולו"ת האי גברא רבא ויקירא, י"ש דורשין אותו לשבח וי"ש דורשין אותו לשבח גדול! פה מפיק מרגליות פון אזויפיל אידישע קינדער און וואונדער פאר אזויפיל אידישע קינדער, פון יונגעלייט עד זקנה ושיבה, קנקן חדש מלא טעם זקנים, דולה ומשקה א שמעלצערדיגע י"ש'קע וואס מ'געבט'צעך א שאשקע, ברוך הכשרונות אן קיין כשלונות, כהן שדעתו בפה, א מענטש מיט 23 מוחות, שטעלט אלעס צו פון גראמען אויף מצו"ט ביזן שרייבן מציבות און אלעס אינדערמיט, אינטערוויועט כל העולם כולו מתחילתו ועד סופו, וכו' וכו' וכו'
[align=center]ה"ה ר' יצחק שלמה הכהן דרעזנער שליט"א[/align] דער באשעפער זאל דיר געבן, יברכך ה' בבנים זעהן נחת פון אלע קינדער און פון די'ע זיווג, וישמרך מן המזיקים ומן העכברים, וישם לך שלום בגופו בממונו ובתורתו, אזוי ווי דו ביסט מהנה כלל ישראל זאל דיר דער באשעפער מהנה זיין און דערפרייען אגאנץ לעבן מיט אלעם גוט'ס! א 'לעבן נאר מיט שמחה', און זאלסט בקרוב קענען אינטערוויוען משיח'ן (הרב טורנהיים?) בב"א