איך האב געקויפט לכבוד יו"ט די בחצרות אויסגאבע. איך בין עכט נתפעל וואספארא ארבעט זיי שטעלן אהער, שייינע און רייכע באשרייבונגען איינס ביי איינס. איך קויף לכבוד יו"ט מער ווייניגער אלע אידישע אויסגאבעס, די בחצרות האב איך ניטאמאל געעפענט במשן פסח, כ'האב געהאלטן אז ס'האט בלויז בילדער פונעם רבי'ן, ענינים אויף פסח, און מעשיות פונען רבי'ן ז"ל. למעשה האבן זיי פיל מיט רייכע ארטיקלן און איך באמת הנאה געהאט.
איין באשרייבונג איז געווען פון ציגרעטלעך, צו מען מעג רייכערן יו"ט, און נאך, וואס איז אויך געווען גראדע זייער אינטערעסאנט. אבער דער שרייבער האט עס פארהארגעט ווען ער האט אנגעהויבן האקן קעגן ציגרעטלעך. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו ליינען דא אז ציגרעטלעך איז שעדליך און אז די רייכערסט נישט און אז עס ווער עס רייכערט איז נישט קול און נישט קיין רייסער.....זייער קינדיש.... איך גלייב אז דער שרייבער האט זיך פלעין נישט געכאפט, ווייל אויסער דעים איז עס עכט א שיינע באשרייבונג.
שוין.. האמער שוין געגעבן קריטיק אויך... אבער למעשה מיז איך זאגן אז לדעתי איז 'בחצרות' געווען פון די בעסטע אויבגאבעס וואס איך האס געקויפט דעים יום טוב. כה לכה
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם