"טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:א.פ. מאן איז אויך זייער אנטי-טראמפּ און זיינע מיינונגן זענען נישט זייער פאפולער. אויב אזא לעגענדארער שריפטשטעלער און רעדאקטאר ווי ר׳ אברהם ציט נישט צו קיין גרויסע אינטערעסע צו זיינע פערספעקטיוון אויף טראמפ און אויף די רעפובליקאנער, און פאראן נאך באקאנטע היימישע שרייבער און זאגער וואס לופטערן זייער מיינונג קעגן טראמפ בכל עת דאית להון און דער עולם קויפט עס נישט, אויב זיי באווייזן עס נישט, צי וועט א נייע אויסגאבע קענען בויען מאמענטום דורכן אריינשטעלן צווישן אירע שפאלטענס אומפאפולערע מיינונגן, איז א שטיקל שאלה.

וואס יא, אויב די חשובע רעדאקציע פון טראמבאן קען צושטעלן פלאץ פאר די ביידע קעגנזייטיגע מיינונגן און לויפן ווי אן אומאפהענגיגער פלאטפארמע וועלכע לאזט ביידע מיינונגן פיגורירן אין פרידן און וועט זיך נישט אריינשטעלן אין א סאבזשעקטיוו מהות דאן קען דאס זיין א חידוש און עפעס וואס לדעתי קען גוט אויסנעמען ביים עולם.

רובא שרייבער בעצם זענען נוטה צום ליבעראלן, דעמאקראטישען פארטיי.

אגב, מיר האבן שוין גערעדט מיט שרייבערישע טאלאנט וואס זענען מער בדעה אויפן רעפובליקאנעם טיקעט, און פרא-טראמפ, און אדהכי לא מסתייעא מילתא.

ווייל א נארמאלע טאלאנטפולע קליגע מענטש איז געווענליך אנטי טראמפ...

נו שוין, האסטע נאך א שרייבער...

וואלט נישט געווען א שלעכטע געדאנק.
אבער וואס איז זיכער איז זיכער, הרב פופציגער מיר וואלטן אייך היינט געהייערט צום 'טראמבאן'.

דאס איז א טיעפער קאמפלימענט,

כהאף כ'וועל עס ריכטיג קענען פארדייען...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:פון וועלכע אדרעסס קומט עס? לאמיר עס זוכן

וואס? דער 'טראמבאן'?

[email protected], קומט אן ביי אסאך אין "פראומאושענס".

יא, אויב איז עס נאכנישט אנגעקומען נאכן זיך אויפסיינען פארגאנגענע וואך מיינט דאס אז איך דארף מיר איבערסיינען?
אוועטאר
דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאמירן בעלמא »

לאמיר זיך אביסל באציען צום טראמבאן מיט מיין קוק ווינקל,

אין אנהויב ווען איך האב עס באקומען בין איך געווען זייער בייז, און אפילו אנגעהויבן א מערכה דערקעגן, אבער נאכן עס דורכטון בין איך דא ארויפגעקומען עס באגריסן, און לאמיר אביסל צונעמען די זאך,

דער טראמבאן - ווי עס שיינט- באשטייט פון טאלאנטפולע (כמיין אזוי) אינגעלייט, וואס זוכן אנצופילן דעם חלל וואס הערשט ביי אונז אין די מארקעט פון שרייבעריי,

חוץ אויף אייוועלט - אין א געוויסער זין, איז נישטא קיין פלאטפארמע ווי מען טרעפט אז א שרייבער זאל ארויפקומען און זאגן וואס ער האט צו זאגן! שרייבן וואס ער האט צו שרייבן!
איך רעד שוין נישט פון די צייטונגען וואס ווערן געפירט מיט אינערליכע פאליטישע מאטיוון און דעקן בכלל נישט דאס וואס א פשוטער חסידישער אינגערמאן וויל זעהן, נאר אפילו מאגאזינען און אנדערע סארטן אויסגאבעס, פעלט די גראדע אפענקייט, און אויב איינער האט שוין יא געואלט אריינברענגען אפענקייט איז עס געגאנגען אין א דירעקציע פון פויערישקייט ואכמ"ל,

דעריבער איז באגריסנד דאס אז פון היינט אן וועט די היימישע עולם אויך קענען באקומען אין אימעיל אזא סארט דערהער וואס איז אויסגעשטעלט נישט ווי א מאגאזין, נאר ליבערשט ווי א לופטיגע פלאטפארמע, (כעין ????? - נישטא קיין כעין, דאס איז א חידוש!)

אצינד, בנוגע די פאזיטיוויטעט און נעגאטיוויטעט,
איך האב שוין דא אנגערירט דעם נקודה אין דעם אשכול, אז היינט איז נישטא אויף די מארקעט קיין שרייבערס וואס ברענגען באמת חדשות, דעריבער איז יעדער א מחותן ווען עס קומט צו נעגאטיוויטעט, צוליב זייער א פשוטע סיבה, אראפרייסן איז זייע גרינג, שרייבט זיך זייער געשמאק, און איז זייער פלעקסיבל, און יעדער אינגערמאנשיקל מיט א פעדער אין די לינקע האנט קען דאס טון,

מה שאין כן, ווען עס זאל זיין א שרייבער וואס זאל בארירן נושאים אזויווי עס איז, רעדן פאקטן או לופטערן מחשבות, אמאל פאזיטיוו און אמאל נעגאטיוו, האלט איך אז מענטשן וועלן זייער עפרישיעיטן זיין ארבעט, און לענ"ד האט אזא פובליקאציע גרויסע אויסזיכטן פאר הצלחה,
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

דאמירן בעלמא האט געשריבן:לאמיר זיך אביסל באציען צום טראמבאן מיט מיין קוק ווינקל,
אצינד, בנוגע די פאזיטיוויטעט און נעגאטיוויטעט,
איך האב שוין דא אנגערירט דעם נקודה אין דעם אשכול, אז היינט איז נישטא אויף די מארקעט קיין שרייבערס וואס ברענגען באמת חדשות, דעריבער איז יעדער א מחותן ווען עס קומט צו נעגאטיוויטעט, צוליב זייער א פשוטע סיבה, אראפרייסן איז זייע גרינג, שרייבט זיך זייער געשמאק, און איז זייער פלעקסיבל, און יעדער אינגערמאנשיקל מיט א פעדער אין די לינקע האנט קען דאס טון,

מה שאין כן, ווען עס זאל זיין א שרייבער וואס זאל בארירן נושאים אזויווי עס איז, רעדן פאקטן או לופטערן מחשבות, אמאל פאזיטיוו און אמאל נעגאטיוו, האלט איך אז מענטשן וועלן זייער עפרישיעיטן זיין ארבעט, און לענ"ד האט אזא פובליקאציע גרויסע אויסזיכטן פאר הצלחה,



כ'מיין אז דאס איז די שטארקייט פון אליהו יואל גליק וואס שרייבט אין מאמענט
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

מר. טראמבאן איך מיין אז דו האט געמיסט די פאוינט (ווייל דו שרייבסט "מען קען נישט שאצן אויף אזאך וואס האט אנגעהויבן באריכטן פונקט צו א מצב ווען טראמפ גייט בארג אראפ... " און פון נאך אפאר פון דיינע תגובות)זיכער איז גוט אויב דו האסט אויך ריפאבליקאנער געשטימטע שרייבער און מען זאל שרייבן שלעכטע נייעס אויף טראמפ ווען עס איז דא (אבער מיט יושר און אויך ווען עס איז דא שלעכטע נייעס פאר די אנטי טראמפ) אבער די גאנצע נעכטיגע איז געווען געשריבן מיט א האס און כעס (די "אימוויסנדער פויערן" זענען טאקע נישט אזוי קליג (אזוי ווי עס איז שטארק ארויסגעקומען פון איינע פון דיינע תגובות) ווי די הויכגעשעצטע שרייבער אבער זיי קענען גאנץ גוט ליינען און פילן)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

פיטום האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:פון וועלכע אדרעסס קומט עס? לאמיר עס זוכן

וואס? דער 'טראמבאן'?

[email protected], קומט אן ביי אסאך אין "פראומאושענס".

יא, אויב איז עס נאכנישט אנגעקומען נאכן זיך אויפסיינען פארגאנגענע וואך מיינט דאס אז איך דארף מיר איבערסיינען?

קוק אין אישי
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שוין געדארפט צו באקומען די נעקסטע?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
טראמבאן מאגאזין
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 2:27 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן מאגאזין »

פופציגער האט געשריבן:שוין געדארפט צו באקומען די נעקסטע?

העט זיין אי"ה אין די נאכמיטאג שעות
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:שוין געדארפט צו באקומען די נעקסטע?

העט זיין אי"ה אין די נאכמיטאג שעות


העמיר ווארטן מיט שפאנונג...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יעצט אויפגעזוכט די פריערדיגע אין פראמאשענס און שטארק הנאה געהאט.

ווילאנג עס קאסט מיר נישט, זיכער!
שויתי ה' לנגדי תמיד
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

-איך גלייך נישט די צוגאנג אז "עקספערטן" שרייבן פארן דומען המון עם.
-אויפקומען מיט אן איפכא מסתברא א"ג "גראדן פרעספעקטיוו" שמעקט מיך נישט.

כ'באקום די געפיל אז דאס איז די ציל דא.
אפשר בין איך טאטאלי ראנג.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

שיעלע בהמה האט געשריבן:-איך גלייך נישט די צוגאנג אז "עקספערטן" שרייבן פארן דומען המון עם.
-אויפקומען מיט אן איפכא מסתברא א"ג "גראדן פרעספעקטיוו" שמעקט מיך נישט.

כ'באקום די געפיל אז דאס איז די ציל דא.
אפשר בין איך טאטאלי ראנג.
ווילאנג עס איז נישט מענדעטארי עס צו ליינען צו קענען ליגן אינעם ביה״ח נאך 120, קען מען דיר טאקע נישט צווינגען
שויתי ה' לנגדי תמיד
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

Goodmorning האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:-איך גלייך נישט די צוגאנג אז "עקספערטן" שרייבן פארן דומען המון עם.
-אויפקומען מיט אן איפכא מסתברא א"ג "גראדן פרעספעקטיוו" שמעקט מיך נישט.

כ'באקום די געפיל אז דאס איז די ציל דא.
אפשר בין איך טאטאלי ראנג.
ווילאנג עס איז נישט מענדעטארי עס צו ליינען צו קענען ליגן אינעם ביה״ח נאך 120, קען מען דיר טאקע נישט צווינגען

אמת אמת.. ני וועגן דעם טאקע האב איך מיך בלויז באניצט מיט מיין ערשטן אמענדמענט רעכט צו אויסדריקן מיין מיינונג.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

שיעלע בהמה האט געשריבן:-איך גלייך נישט די צוגאנג אז "עקספערטן" שרייבן פארן דומען המון עם.
-אויפקומען מיט אן איפכא מסתברא א"ג "גראדן פרעספעקטיוו" שמעקט מיך נישט.

כ'באקום די געפיל אז דאס איז די ציל דא.
אפשר בין איך טאטאלי ראנג.


איר טרייבט איבער. איך ווייס גראדע ווער דער ארויסגעבער איז, סתם א טאלאנטפולער יונגערמאן מיט א גוטע פעדער. בכלל נישט קיין אויסגעשפראכענער, אן קיין שום זייטיגע צילן.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

קענטאקי האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:-איך גלייך נישט די צוגאנג אז "עקספערטן" שרייבן פארן דומען המון עם.
-אויפקומען מיט אן איפכא מסתברא א"ג "גראדן פרעספעקטיוו" שמעקט מיך נישט.

כ'באקום די געפיל אז דאס איז די ציל דא.
אפשר בין איך טאטאלי ראנג.


איר טרייבט איבער. איך ווייס גראדע ווער דער ארויסגעבער איז, סתם א טאלאנטפולער יונגערמאן מיט א גוטע פעדער. בכלל נישט קיין אויסגעשפראכענער, אן קיין שום זייטיגע צילן.

יתכן
ימים ידברו.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מיינע פאר פעניס.
ער איז גוט ווייל ער איז נוטראל, די ארטיקלן זענען געשריבן מיט א געשמאק, כאטש איך בין שטארק פרא טראמפ האב איך נישט געפילט אז ער איז סתם אנטי טראמפ. סאיז מער אויסגעשמוסט די פאקטן מיט א ברייטע ליק.
וואטעווער, כ'האף אז ס'זאל זיך פארברייטרן מיט מער קאלום'ס און לענגערע ארטיקלן
אוועטאר
דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאמירן בעלמא »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:
דאמירן בעלמא האט געשריבן:לאמיר זיך אביסל באציען צום טראמבאן מיט מיין קוק ווינקל,
אצינד, בנוגע די פאזיטיוויטעט און נעגאטיוויטעט,
איך האב שוין דא אנגערירט דעם נקודה אין דעם אשכול, אז היינט איז נישטא אויף די מארקעט קיין שרייבערס וואס ברענגען באמת חדשות, דעריבער איז יעדער א מחותן ווען עס קומט צו נעגאטיוויטעט, צוליב זייער א פשוטע סיבה, אראפרייסן איז זייע גרינג, שרייבט זיך זייער געשמאק, און איז זייער פלעקסיבל, און יעדער אינגערמאנשיקל מיט א פעדער אין די לינקע האנט קען דאס טון,

מה שאין כן, ווען עס זאל זיין א שרייבער וואס זאל בארירן נושאים אזויווי עס איז, רעדן פאקטן או לופטערן מחשבות, אמאל פאזיטיוו און אמאל נעגאטיוו, האלט איך אז מענטשן וועלן זייער עפרישיעיטן זיין ארבעט, און לענ"ד האט אזא פובליקאציע גרויסע אויסזיכטן פאר הצלחה,



כ'מיין אז דאס איז די שטארקייט פון אליהו יואל גליק וואס שרייבט אין מאמענט


אויך אמת
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי
אוועטאר
דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאמירן בעלמא »

פרישע קוגל האט געשריבן:מיינע פאר פעניס.
ער איז גוט ווייל ער איז נוטראל, די ארטיקלן זענען געשריבן מיט א געשמאק, כאטש איך בין שטארק פרא טראמפ האב איך נישט געפילט אז ער איז סתם אנטי טראמפ. סאיז מער אויסגעשמוסט די פאקטן מיט א ברייטע ליק.
וואטעווער, כ'האף אז ס'זאל זיך פארברייטרן מיט מער קאלום'ס און לענגערע ארטיקלן


ווייסעכנישט וואו דו האסט שוין געקענט זעהן אז ער איז נוטראל, אבער שוין,

איך גלייב אזוי ווייל ער זאגט אזוי, און גלייכצייטיג האף איך אזוי
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

דאמירן בעלמא האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:מיינע פאר פעניס.
ער איז גוט ווייל ער איז נוטראל, די ארטיקלן זענען געשריבן מיט א געשמאק, כאטש איך בין שטארק פרא טראמפ האב איך נישט געפילט אז ער איז סתם אנטי טראמפ. סאיז מער אויסגעשמוסט די פאקטן מיט א ברייטע ליק.
וואטעווער, כ'האף אז ס'זאל זיך פארברייטרן מיט מער קאלום'ס און לענגערע ארטיקלן


ווייסעכנישט וואו דו האסט שוין געקענט זעהן אז ער איז נוטראל, אבער שוין,

איך גלייב אזוי ווייל ער זאגט אזוי, און גלייכצייטיג האף איך אזוי

פון די זעץ דיך לערנען ארטיקל למשל
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

פרישע קוגל האט געשריבן:מיינע פאר פעניס.
ער איז גוט ווייל ער איז נוטראל,


ווי זעסטו נוטראלקייט דא ??? אן אנטי טראפ מיט א פעסטקייט, די קהילה וועמען ער פארטרעט באהאלט ער אויך נישט
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

green sunday האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:מיינע פאר פעניס.
ער איז גוט ווייל ער איז נוטראל,


ווי זעסטו נוטראלקייט דא ??? אן אנטי טראפ מיט א פעסטקייט, די קהילה וועמען ער פארטרעט באהאלט ער אויך נישט


קהלה??????
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שוין אנגעקומען דער היינטיגער אין אימעיל
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

זעה איך אז ס'איז יא אריין למעשה,

אינעם יעצטיגען טראמבאן פובליקאציע האביך געהאט די עהרע ארינצושאוולען מיינע צוויי צענט,

כהאב עס איבערגעלייגט דא צו הערן דעם עולם'ס קאמענטארן,
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

איך וועל מוזן מאכן א ויצעקו!

ווי איז דער טראמבאן אין מיין אינבאקס?
איך האב מיך שוין סובסקרייבט נעכטן, כדי דאס נישט צו פארפאסן היינט!
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אוועטאר
אמעריטשקע
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:38 pm

Re: "טראמבאן" - אימעיל מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעריטשקע »

טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
טראמבאן מאגאזין האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:א.פ. מאן איז אויך זייער אנטי-טראמפּ און זיינע מיינונגן זענען נישט זייער פאפולער. אויב אזא לעגענדארער שריפטשטעלער און רעדאקטאר ווי ר׳ אברהם ציט נישט צו קיין גרויסע אינטערעסע צו זיינע פערספעקטיוון אויף טראמפ און אויף די רעפובליקאנער, און פאראן נאך באקאנטע היימישע שרייבער און זאגער וואס לופטערן זייער מיינונג קעגן טראמפ בכל עת דאית להון און דער עולם קויפט עס נישט, אויב זיי באווייזן עס נישט, צי וועט א נייע אויסגאבע קענען בויען מאמענטום דורכן אריינשטעלן צווישן אירע שפאלטענס אומפאפולערע מיינונגן, איז א שטיקל שאלה.

וואס יא, אויב די חשובע רעדאקציע פון טראמבאן קען צושטעלן פלאץ פאר די ביידע קעגנזייטיגע מיינונגן און לויפן ווי אן אומאפהענגיגער פלאטפארמע וועלכע לאזט ביידע מיינונגן פיגורירן אין פרידן און וועט זיך נישט אריינשטעלן אין א סאבזשעקטיוו מהות דאן קען דאס זיין א חידוש און עפעס וואס לדעתי קען גוט אויסנעמען ביים עולם.


רובא שרייבער בעצם זענען נוטה צום ליבעראלן, דעמאקראטישען פארטיי.

וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען דער מקור פון דעם סטאטיסטיק



ווי @אסדר האט שוין ערווענט דא זעה איך, הייב אן אויסרעכענען נעמען פון שרייבער און רעדנער וועמען דו קענסט פון אונז היימישע אידן און איבערצייגט אייך.
אגב, איך קען פערזענליך אסאך שרייבער וואס קומט נישט אויס צו שרייבן פאליטישע נייעס און מיינונגען און זענען אויך בדעה מיט דעם דעמאקראטישן פארטיי.
און אוודאי אין די גויי'שע וועלט ווי @בלא בלא בלא האט אריינגעווארפן, די מידיע און א.ג. פעיק נויז.

פשט? קען זיין אז מער אינטעליגענטע מוחות און טראכטער פארשטייען בשכלם אז דער דעמאקראטשער שיטה שטימט מער מיט אמעריקענ'ס ציל.

איך האב שוין לאנג א טעאריע איבער דעם. דעם דעמאקראטישער שיטה ווייס איך נישט, אבער וואס איך ווייס יא איז אז דער סארט בירגער וואס האט ליב צו געניסן פון אלדאס גוטס אן טון א שטאך ארבייט, דער וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו שטעקן א פינגער אין קאלט וואסער און ערווארט צו באקומען אלץ אויף א גאלדענעם טאץ, דער וועט אלץ זיין א מחותן מיט דער דעמאקראטישער שיטה, זעט אויס אז עפעס איז דא אינעם דעמאקראטישן שיטה וואס מאכט גרינג דאס לעבן אן ארבייט.

שרייבערס - לויט ווי עס קוקט מיר אויס, באשטייט צום מערסטנס פון דעם סארט וואס ארבייטן שווער איז נישט זייערס א זאך, זיי וואלטן פראבירט אינגאנצן צו פארמיידן דאס ארבייט, דעריבער לעבט מען וויפיל מען קען אויפן גאלדענעם טאץ, אבער דער לעבן איז דאך טייערער פון וואס מען באקומט, אין א גרויסן טייל צוליב געלט וואס קומט גרינג גייט גרינג, דארף מען ערגעץ אינדערזייט טרעפן ארבייט ווי צו מאכן א גראשן, אבער דאס קומט א פארלאנג, אז דער ארבייט דארף זיין דאס גרינגסטע מעגליך, איז זאגט מיר וואס קען זיין גרינגער ווי זיצן און ליינען הערן טראכטן און שרייבן? גארניקסט. און אויב האט מען נאך א שטיקל שרייבן טאלאנט איז עס דאך קיין ארבייט, נאר א פארגעניגן.

דאס איז לויט מיין טעאריע וואס ברענגט צום מערסטנס דעם שרייבער צו אויסקלייבן דער דעמאקראטישער שיטה, נישט ווייל ער האט דורכגעטון זייער גאנג און דורכגעטון וואס אנדערע זאגן און זיך איבערצייגט אז דאס איז די ריכטיגע וועג, נאר דער ווילן נישט צו דארפן ארבייטן, און אויב שוין יא ארבייט זאל דאס זיין גאר גרינגע ארבייט, דאס איז וואס טרייבט זיי צו שטיפן דעם דעמאקראטישן וואגן, ווייל נאר אזוי וועלן זיי קענען אנגיין מיטן גרינגן לעבן.

איך קען זיך פארשטעלן אז דא געפינען זיך אסאך שרייבער, וועט מען מיר נישט פארגעבן אזוי שנעל, אדער גאר פראבירן אויפווייזן אז מיין טעאריע האט קיין גרונד, דאך ערלויב איך זיך מיין טעאריע דא אראפצושטעלן וויבאלד מען האט געפרעגט פאר אן ערקלערונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”