א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער

די אחראים: אחראי, געלעגער

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:26 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:די גאן שיעור האט מיר אויפגעשוידערט! כהאב געמוזט גוגלען צו ס'איז אמת אז די עי.ט.עף. מעג נישט האבן קאמפיוטערס! קראנק איז נישט די ווארט!


איך האב נישט דורכגעטוהן די נושא, באט סתם צו פארשטיין די אנדערע צד, זיי האלטן אז עס איז ערנסט דא א חשד אז עט סאם פוינט וועט אריינקומען א פראגרעסיוו קאנדידאט אין אפיס, און עס וועט אים געלונגן דורכצושטופן א געזעץ אז יעדער מוז צוריקגעבן זיין וואפן. אין דעם פאל, אויב וועט זיין א געהעריגע גרינגע דעטעבעיס, וועט דאס זיין בכדי שיעשו עס זאל למעשה געשען.

אויב וויל מען נישט גיין אזוי ווייט, קען ארויסקומען א געזעץ אז עס דארף זיין פאבליק נאלעדזש ווער עס האט געווער, מען וועט ארויסשטעלן דעם דעטעבעיס אויף די געוועב, און דאן וועלן די ליבעראלע גרופעס שטופן זייערע מענטשן צו הערעסן די אלע גאן אונערס, נישט קויפן אין זייערע געשעפטן, וכו' וכו'. אויב איז נישטא אזא דעטעבעיס, קען דאס אלעס נישט געשעהן.

יעדע מעשה האט צוויי צדדים. און אויב דעיס איז נישט געווארן אויסגעשמועסט, איז דאס א פלעק.

און פארוואס ער האט נישט אויסגעשמועסט די צד פון אלעקס דזשאונס אז אלע מעס שאטונגס זענען אקטיארס, איז אויך א פלעק.

מען דארף קעיט ערן צו אלע אומראציאנאלע קאנספיראציעס ווייל ''נייטראל''
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גרשון
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:00 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מן התורה - "ודרשת וחקרת ושאלת היטב" - דארף מען פרעגן בלויז חוקר זיין זיבן זאכן: באיזה שבוע (וועלכע שמיטה פון יובל), באיזה שנה (וויפיל יאהר פון שמיטה), באיזה חודש, בכמה בחודש, באיזה יום (וועלכע טאג אין וואך), באיזה שעה (וויפיל אזייגער), באיזה מקום. אויב אויף דעי זיבן זאכן האט מען א קלארע תירוץ קען אויף דעם אליינס מחייב זיין, אבער למעשה האט מען צוגעלייגט נאך באנטש קשיות צ.ב.ש. וועלכע קאליר קליידער מ'האט געטראגן, צו ס'האט גערעגענט וכדו' און נאך, ווייל מ'האט אלס געזוכט נישט צו דארפן הרג'נען.

דאס איז דיין חידוש, אדער מענדלזאהנ'ס? דו ווייסט אויף אלע מצוות ווען מ'האט עס געמאכט און ווען מ'האט צוגעלייגט אלע פרטים? אין דער תורה שטייט "והצילו העדה", און פון דעם לערנט מען ארויס אז מ'דארף זוכן צו מלמד זכות און נישט הרג'ענען דעם נידון ווי ווייט ס'איז מעגליך.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

שמועס מיט יואל פעלזאן

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג ינואר 19, 2020 3:27 pm

כ'וועל זאגן דער ריינער אמת, איך האב אויך נישט אזוי ליב דאס וואס די קנעפל איז געשטעלט אויף פאקטן און שמעונען לייגט דארט אריין זיין פערזענליכע מיינונג. (נישט קיין חילוק וואס ער איז צו א דעמעקראט פון די 90ער יארן אדער א רעפובליקארנער פון די 50ער יארן, דארף מען אוועקלייגן ניגעות אין אזא קנעפל וואס איז געשטעלט אויף "פשוט'ע פאקטן" איך האלט למשל נישט אז מ'קען דארט ברענגען יצחק קלאר צו רעדן...)

נאר די שמועס מיט יואל פעלזן און שמעון האט מיך גראדע געפאלן, כ'האלט אז דאס וואלט געווען א גוטע שידוך פאר אנעליזן (נישט פאר נייעס), און טאקע צוליב דעם וואס שמעון איז דעמאקראטיש גענויגט, אבער מיט רחמנות..., קומט דארטן ארויס גאנץ אן אמת'ע בליק - לשיטות הדעמעקראטן, און נישט סתם אבי געהאקט אויף די רעפובליקאנער/פרעזעדענט און די וועלט אריין, נאר ער האלט אויך אביסל עקאונטעבל די דעמעקראטן.

אגב דאכט זיך מיר אז זיי קומען נישט אן צום נושא פונעם שמעוס "די דעמעקראטישע דיבעיט"
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט