שאלה כללית, וועלכע צייטונג? פאר וועם? אין פאר וויפיל?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

שאלה כללית, וועלכע צייטונג? פאר וועם? אין פאר וויפיל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

וואלט זייער געהאלפען מאכען סדר.
יושבי ארץ ישראל ווייסען נישט וואס טיט זיך מיט סי אמעריקאנער צייטנגען, אין די זעלבע יושבי אמעריקע כלפי ארץ ישראלדיגע,
די פיל צייטונגען, וואס פארא סארט עולם/קהילה קומען זיי באדינען. אין בערך וויפיל ליינערס (נישט גענוי, נאר צו אין די הינדערטערס, טויזענטערס אדער צענדליגע טויזענטערס).
איך רעד נישט וועגען מחליט זיין וואס פאר א צייטונג אריין נעמען אין שטיב. א זעלכע החלטות דארף יעדער נאכפרעגען ביי די וועדת החינוך פון זיין קינדערס חדרים, ס'פאסט נישט דארך שמיעסען אזאנס אין א פארום אויפ'ן וועב. אין פרעג כלפי די וואס שיקען סחורה צום צייטונגען, וואס איך גלייב איז דא מער ווי געניק אזעלכע אין אייוועלט.
דער אינפארמאציא איז וויכטיג, סיי ביי די וואס זיכען שטעלען עדס (פרסומת) פאר זייערע געשעפטען וכדו'
אויכעט די וואס שיקען מאמרים אדער בילדער, נישט דווקא פראפעשענעל שרייבערס, נאר אפילו צום ביישפיל איינער וויל מ'זאל באשרייבען זיין עלטער זיידע
מאכט זעך מ' שיקט צו א צייטונג, אין דער עורכים פסל'ן עס ווייל ס'שטימט נישט מיט זייערע השקפת עולם, צו דעם וואלט געהאלפען זיין קלאר פאר אויס (להבדיל ביי די פרייע אין גוישע צייטונגען איז בדרך כלל קלאר ווער באדינט דער רעכטע אין וועם דע לינקע)
וויסען פאראויס, ווער איז מער פארצייטיש אין ווער מער ליבעראל, ווער זיכט מכובעדיג מאמרים אין וועלכע פאדערען סענטימענטאל סקאופס (למשל אין א"י המודיע מיט המבשר קעגען משפחה אין בקהילה) וואלט געקימען זייער צו ניץ. למשל א איד וואס פירט א מכובדיגע מכון, קען זעך נישט ערלויבען געבען אן אינטערוויו אויפ'ן בלעטער וואס דער פריערדיגע וואך האבען באשיינט א ביליגער ראק-זינגער
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”