קול מבשר 2000טע אינטערוויא

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

קול מבשר 2000טע אינטערוויא

תגובהדורך eller » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:12 pm

מ'שטייט שוין מיט א פיס אריין צום צוויי טויזענסטע אינטערוויא.
איז אינטערסאנט וואס זיי (ער...) פלאנט צו טוען.
אונז געבן א אינטערוויא ווי די טויזענסטע פון אלע אינטערוויער'ס און דאס מאל זאל אפשר זיין איינער מיטן נאמען ווידער אויב איינער ווייסט ווער דאס איז... (ווי שוין טויזענט מאל געבעטן..) אדער גייט מען אונז נאכאמאל אויסשפילן ווי די 1500טע אינטערוויא ווי מ'ווארט נאך ס'זאל ארויפגיין...
יעצט האלט עס אינמיטן די נייצען הונדערט זעכציג נומבער'ס. און כ'גלייב אז במשך די חוה"מ גייט צוקומען א שיינע פאר נייע אינטערוויא'ס. סא מ'האלט שוין אט אט...

די עולם איז מכובד אריינצוקומען מיט געדאנקן און פארשלאגן... און ווי אונז אלע ווייס מיר קוקט ער אדער זיינע נאנטע דא אפשר אפשר...... וועלן זיי זיך רעכענען מיטן ציבור...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:24 pm

די בעסטע איידיע איז
צו אינטערוויוען זלמן ווידער
פון קול מבשר.
--

נאך איינער האלט אזוי?
זאג הויעך, און אפשר וועט ער זיך ברעכן צום געבעט פונם ציבור.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:49 pm

עס וואלט געווען העכטס אינטערסאנט. איך האלט אויך אזוי.

איך האב נאר מורא אז קומא וועט זיין דאון פאר אפאר טעג צוליב די פילע קאלערס!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:09 pm

אפשר מאכט אן אינטערוויו מיט די הנהלות אייוועלט? נעעעעע. גילו....
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

וואס וואלט איר געוואלט פרעגן פון ר' זלמן ווידער ?

תגובהדורך eller » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:46 pm

האפענדיג אז אפשר אפשר וועט זלמן אונז באוויליגען מיט א אינטערוויא... איז לאמיר אלץ אנגרייטן וואס מ'זאל אים פרעגן!
ביטע שרייבט אייערע פראגעס. אבער אויף א ערוואקסענע לעוואל פליס..


דאס איז שוין א אלטע תגובה...

זעם ווינטער ווערט צען יאר פון קול מבשר'ס גרינדונג. וואלט איך געקענט באשטיין אז אינטערוויו נאמבער 1100 זאל זיין מיט ר' זלמן'ען אליין.
איך וואלט געוואלט דאס פאלגענדע:

התייסדות:
-ווי אזוי איז אייך איינגעפאלן דעם געדאנק פון א נייעס טעלפאן ליניע?
-האט איר דאס געעפענט איינער אליין, אדער געהאט העלפערס?
-פארוואס האט מען געטוישט פון די 990 נאמבער צו די 444 נאמבער?
-האט איר זיך דורכגערעדט מיט רבנים און קלוגע אידן איידער'ן טון דעם שריט?

פרסום:
-האט איר געטראכט גלייך אין אנהייב אז דאס וועט מיט די צייט זיין די שופר פון כלל ישראל אויף אזא ריזן פארנעם?
-בערך וויפיל רופער האט קול מבשר טעגליך?
-ווי אזוי האט דאס אפעקטעד אייער פריוואטע לעבן צו זיין אזא איש מפורסם?
-ס'געווען פעלער ווי אנדערע האבן געוואלט דאס נאכמאכן און ס'זיי נישט געלונגען, פארוואס קלערט איר אז ס'איז אייך מער געלונגען ווי זיי?
-וויזוי פילט זיך דורכצו-וואקן הייזער און קארס און הערן די אייגענע שטימע ארויסקומען פון דארט?
-וויפיל מאל האט איר אריינקומענדיג אין געשעפט און מענטשן דערקענען אייער קול אלס קול מבשר?
-האט איר שוין געהאט מענטשן זאלן אייך נישט דערקענען?
-וועלכע אנשים חשובים הערן אלס אויס קול מבשר?
-פון וועלכע עקן וועלט קומען אלס אריין רופן?

יום ביומו:
-קוקט איר זיך אליין פאר די נייעס אדער איינער שרייבט עס פאר פאר אייך?
-(אויב מ'שרייבט פאר): איינער שרייבט אלע נייעסער אדער יעדע אפטיילונג א צווייטער?
-ווי אזוי באשטעטיגט מען אז די נייעסער זענען טאקע ריכטיג און נישט סתם א לץ האט אריינגערופן טרייבן שפאס?
-וויזוי קומט טאקע אן צו אלע פארשטופטע נייעסער?
-רעדט איר זיך דורך יט רבנים ווען ס'קומט אונטער פארשידענע ספיקות? (מעג מען פרעגן וועלכע?)
-רעדט איר זיך דורך מיט עסקנים ווען ס'קומט אונטער פארשידענע ספיקות? (מעג מען פרעגן וועלכע?)

זהירות:
-וואס איז אייער פאליסי בנוגע מחלוקת?
-וואס איז אייער פאליסי בנוגע מעלדן א ברוך דיין אמת?
-וואס איז אייער פאליסי בנוגע מעלדן זאכן וואס האבן שייכות מיט אינטערנעט?
-וואס איז די פאליסי לגבי מעלדן נייעס?
-וואס איז די פאליסי לגבי אדווערטיזמענטס?

אפטיילונגען:
-זענט איר אליין אינוואלווד אין אלע אפטיילונגען, אדער איינמאל מ'געט עס איבער פאר איינעם איז יענער אינגאנצן בעה"ב אויף יענעם אפטיילונג?
-מעג מען פרעגן וועלכע אפטיילונג ווערט דאס מערסטע געהערט?

שונות:
-טוט איר ספעציעלע זאכן אז די קול זאל נישט הייזעריג ווערן?
-פארוואס נעמט איר נישט קיין שותף אויף צו מעלדן די נייעס?
-איר האט טאקע קיינמאל נישט קיין שמחות מחוץ לעיר?
-פארוואס האט מען אוועקגענומען די קנעפל נאמבער 3 אפציע?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 15, 2019 3:00 pm

וויזוי איך קוק עס אן וועט ער קיינמאל נישט וועלן ענטפערן אויף די אלע פראגעס ווייל מן הסתם זענען רוב זאכן געהיימע סודות און פריוואטע ענינים און ער וויל נישט אז די גאנצע וועלט זאל יעצט מיטהאלטן ווען ער עסט, שלאפט און ווען ער פארט וויקעישן...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג אפריל 15, 2019 6:01 pm

מיין הויפט קשיא איז פארוואס נעמט ער נישט נאכאיינעם צו מעלדן די נייעס.
אין פאקט איז ער נאר א מענטש.
וואס האט שמחות און אויך קען אמאל געשעהן אנדערע זאכן.. וואס ס'איז שייך אז מ'זאל קענען געהעריג ממשיך זיין.
לאמיר זאגן אז זלמן ווידער מאכט חתונה דאס ערשטע קינד און פונקט דעמאלס געשענט עפעס ריזיג ווי א טעראר אטאקע אדער א פרייליכע זאך ווי רובאשקין (זשאסט א משל...) ווערט באפרייט.
גייט ער טאקע אינמיטן טאנצען ארויס גיין יעדע 5 מינוט צו מעלדן די נייעס ???
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:23 pm

moishy56 האט געשריבן:די בעסטע איידיע איז
צו אינטערוויוען זלמן ווידער
פון קול מבשר.
--

נאך איינער האלט אזוי?
זאג הויעך, און אפשר וועט ער זיך ברעכן צום געבעט פונם ציבור.

שוין לאנג געטראכט די זעלבע זאך

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג אפריל 30, 2019 6:53 pm

eller האט געשריבן:מ'שטייט שוין מיט א פיס אריין צום צוויי טויזענסטע אינטערוויא.

מ'האלט שוין ביי אינטערוויו נומער 1977..

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג מאי 21, 2019 1:52 pm

מ'האלט שוין ביי אינטערוויו נומער 1989..

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג מאי 30, 2019 3:03 am

1993

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » מיטוואך יוני 05, 2019 3:34 pm

מיר קוקט נישט אויס ווי עס קומט עפעס ערנסט נאכאמאל ביי יעדע טויזענטסטע אינטערוויו
די טויזענטסטע איז געווען א זאך ווייל מען איז ארויף א דיגיט און די זעלבע זך וועט זיין ביי די צען טויזענטסטע אינטערוויו
אבער יעצט האלט איך אז עס קומט גארנישט
און נאכאמאל אזוי האלט איך און יעדער מעג מחולק זיין

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מיטוואך יוני 05, 2019 3:58 pm

די טויזענסטע איז געווען עפעס ספעציעל?
וואס?

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך יוני 05, 2019 4:01 pm

1996
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך יוני 05, 2019 4:06 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:די טויזענסטע איז געווען עפעס ספעציעל?
וואס?

לוי יצחק האט געשריבן:1000 – מיט אלע אינטערוויוערס
ר' וועלעוול שמעלצער; ר' וועלוול פעלדמאן; ר' יצחק שלמה דרעזנער; ר' הערשל פרידמאן; ר' יונה כהן; ר' שמעון ראלניצקי; ר' יוסי געשטעטנער

קרעדיט: וואסערפאל
קיווי סטראבערי
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מיטוואך יוני 05, 2019 4:17 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:מיר קוקט נישט אויס ווי עס קומט עפעס ערנסט נאכאמאל ביי יעדע טויזענטסטע אינטערוויו
די טויזענטסטע איז געווען א זאך ווייל מען איז ארויף א דיגיט און די זעלבע זך וועט זיין ביי די צען טויזענטסטע אינטערוויו
אבער יעצט האלט איך אז עס קומט גארנישט
און נאכאמאל אזוי האלט איך און יעדער מעג מחולק זיין

ובכגון דא נאמר: ימים ידברו....
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מיטוואך יוני 05, 2019 4:33 pm

Horizontal האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:די טויזענסטע איז געווען עפעס ספעציעל?
וואס?

לוי יצחק האט געשריבן:1000 – מיט אלע אינטערוויוערס
ר' וועלעוול שמעלצער; ר' וועלוול פעלדמאן; ר' יצחק שלמה דרעזנער; ר' הערשל פרידמאן; ר' יונה כהן; ר' שמעון ראלניצקי; ר' יוסי געשטעטנער

קרעדיט: וואסערפאל
קיווי סטראבערי


ייש"כ

אוועטאר
פריטלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » מיטוואך יוני 05, 2019 4:46 pm

eller האט געשריבן:האפענדיג אז אפשר אפשר וועט זלמן אונז באוויליגען מיט א אינטערוויא... איז לאמיר אלץ אנגרייטן וואס מ'זאל אים פרעגן!
ביטע שרייבט אייערע פראגעס. אבער אויף א ערוואקסענע לעוואל פליס..


דאס איז שוין א אלטע תגובה...

זעם ווינטער ווערט צען יאר פון קול מבשר'ס גרינדונג. וואלט איך געקענט באשטיין אז אינטערוויו נאמבער 1100 זאל זיין מיט ר' זלמן'ען אליין.
איך וואלט געוואלט דאס פאלגענדע:

התייסדות:
-ווי אזוי איז אייך איינגעפאלן דעם געדאנק פון א נייעס טעלפאן ליניע?
-האט איר דאס געעפענט איינער אליין, אדער געהאט העלפערס?
-פארוואס האט מען געטוישט פון די 990 נאמבער צו די 444 נאמבער?
-האט איר זיך דורכגערעדט מיט רבנים און קלוגע אידן איידער'ן טון דעם שריט?

פרסום:
-האט איר געטראכט גלייך אין אנהייב אז דאס וועט מיט די צייט זיין די שופר פון כלל ישראל אויף אזא ריזן פארנעם?
-בערך וויפיל רופער האט קול מבשר טעגליך?
-ווי אזוי האט דאס אפעקטעד אייער פריוואטע לעבן צו זיין אזא איש מפורסם?
-ס'געווען פעלער ווי אנדערע האבן געוואלט דאס נאכמאכן און ס'זיי נישט געלונגען, פארוואס קלערט איר אז ס'איז אייך מער געלונגען ווי זיי?
-וויזוי פילט זיך דורכצו-וואקן הייזער און קארס און הערן די אייגענע שטימע ארויסקומען פון דארט?
-וויפיל מאל האט איר אריינקומענדיג אין געשעפט און מענטשן דערקענען אייער קול אלס קול מבשר?
-האט איר שוין געהאט מענטשן זאלן אייך נישט דערקענען?
-וועלכע אנשים חשובים הערן אלס אויס קול מבשר?
-פון וועלכע עקן וועלט קומען אלס אריין רופן?

יום ביומו:
-קוקט איר זיך אליין פאר די נייעס אדער איינער שרייבט עס פאר פאר אייך?
-(אויב מ'שרייבט פאר): איינער שרייבט אלע נייעסער אדער יעדע אפטיילונג א צווייטער?
-ווי אזוי באשטעטיגט מען אז די נייעסער זענען טאקע ריכטיג און נישט סתם א לץ האט אריינגערופן טרייבן שפאס?
-וויזוי קומט טאקע אן צו אלע פארשטופטע נייעסער?
-רעדט איר זיך דורך יט רבנים ווען ס'קומט אונטער פארשידענע ספיקות? (מעג מען פרעגן וועלכע?)
-רעדט איר זיך דורך מיט עסקנים ווען ס'קומט אונטער פארשידענע ספיקות? (מעג מען פרעגן וועלכע?)

זהירות:
-וואס איז אייער פאליסי בנוגע מחלוקת?
-וואס איז אייער פאליסי בנוגע מעלדן א ברוך דיין אמת?
-וואס איז אייער פאליסי בנוגע מעלדן זאכן וואס האבן שייכות מיט אינטערנעט?
-וואס איז די פאליסי לגבי מעלדן נייעס?
-וואס איז די פאליסי לגבי אדווערטיזמענטס?

אפטיילונגען:
-זענט איר אליין אינוואלווד אין אלע אפטיילונגען, אדער איינמאל מ'געט עס איבער פאר איינעם איז יענער אינגאנצן בעה"ב אויף יענעם אפטיילונג?
-מעג מען פרעגן וועלכע אפטיילונג ווערט דאס מערסטע געהערט?

שונות:
-טוט איר ספעציעלע זאכן אז די קול זאל נישט הייזעריג ווערן?
-פארוואס נעמט איר נישט קיין שותף אויף צו מעלדן די נייעס?
-איר האט טאקע קיינמאל נישט קיין שמחות מחוץ לעיר?
-פארוואס האט מען אוועקגענומען די קנעפל נאמבער 3 אפציע?

וויפיל ניקס האט איר אויף אייוועלט?
מיט וועלכע זענט איר די מערסטע אקטיוו?

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך יוני 05, 2019 5:53 pm

איינער קען אפשר אהער ברנעגען א בילד פון עם, כזאל שוין זען איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי ער זעהט אויס?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך יוני 05, 2019 7:43 pm

סיז מסודר האט געשריבן:איינער קען אפשר אהער ברנעגען א בילד פון עם, כזאל שוין זען איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי ער זעהט אויס?

איך מיין אז ער איז פון די מערסט באקאנסטע יודישע פיגורען
אבער קיינער ווייסט נישט ווי אזוי ער קוקט אויס!!
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יוני 05, 2019 7:44 pm

קיינער?
איך יא!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יוני 05, 2019 8:46 pm

זייער קלוג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:איינער קען אפשר אהער ברנעגען א בילד פון עם, כזאל שוין זען איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי ער זעהט אויס?

איך מיין אז ער איז פון די מערסט באקאנסטע יודישע פיגורען
אבער קיינער ווייסט נישט ווי אזוי ער קוקט אויס!!

ווער? זלמן ווידער? גראדע קאן איך אים יא.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך יוני 05, 2019 9:31 pm

זייער קלוג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:איינער קען אפשר אהער ברנעגען א בילד פון עם, כזאל שוין זען איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי ער זעהט אויס?

איך מיין אז ער איז פון די מערסט באקאנסטע יודישע פיגורען
אבער קיינער ווייסט נישט ווי אזוי ער קוקט אויס!!

ער מיינט צו זאגן אז פון די טויזענטער וואס קענען גאר גוט זיין קול, קען גאר א קליינע פראצענט זיין פנים
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך יוני 05, 2019 11:46 pm

זייער קלוג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:איינער קען אפשר אהער ברנעגען א בילד פון עם, כזאל שוין זען איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי ער זעהט אויס?

איך מיין אז ער איז פון די מערסט באקאנסטע יודישע פיגורען
אבער קיינער ווייסט נישט ווי אזוי ער קוקט אויס!!

How do you imagine he looks when you listen to him
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך יוני 05, 2019 11:55 pm

איך האלט אז פון א ביזנעס פערספעקטיוו האט ער נישט קיין שום סיבה צו מאכן אזא אינטערוויו

עס גייט אים גארנישט בענעפעטירן
ס״ה גייט ער שטילן אפאר מענטשן׳ס נייגער

מענטשן פארשטייער נישט אז נאך אלעס איז דעיס זיין פריוואטע געשעפט און קיין איין קאמפעני פארציילט נישט סודות פון חדר

דאס איז חוץ פונעם פאקט אז ער קען זיך פאררעדן און זאגן זאכן וואס פעלט נישט אויס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט