וואשינגטאן האט געשריבן:1 1 5 לויט ווי איך קוק עס אן, איז מטרתו ומגמתו צו ברענגען באשטעטיגטע נייעס וואס איז עכט, אקטועל, און פריש, מיט זיין אייגענארטיגע בליק, יעצט, צו די האסט עס ליב אדער נישט - זאלסטו מחליט זיין, אבער וחלופיהן בגולם, ביי די אנדערע קנעפל אויף קולמע, ווי נישט מברענגט נייעס וכדו', נאר מברענגט יעדע וואנזיניגע משוגע'נע פאנטאזיע אלץ א פסוק חומש, און יעדע קאנספיראציע איז א ראשון ממש, ממש ס'עקלט און ס'גרוילט, לאמיר שוין זאגן די טראמפ איז א משוגענער, אבער פארוואס האסטו אים פיינט מיט א שנאה כבושה ועמוקה מעמקי ונימי נפשך? בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודיך?
אלעס האט א שיעור! אמאל מעגסטו אויך זאגן לטובתו בטעות, און אפילו ווען די זאגסט שוין יא לטובתו, איז אויך שאין טובתן שלימה, ודי בזה!
להבהיר הענין איך האב נישט געוואוט פאר טראמפ, און סאיז נישט מעלה ומוריד פאר אונז ווער סאיז פרעזידענט, אבער אלעס האט א שיעור!
קענט אגרי מאר
אן אנאליז מיינט נישט סתם אז מען קומט ארויף א האלבע שעה אויף קול מבשר און מען גייט ארויס אין א רענט קעגן דעם פרעזידענט מיט שנאה און העיט אנדעם וואס די צוהערער זאלן קליגער ווערן מיט עפעס אדער באקומען מער נאלעדש איבער א נושא,
יעדער האט א רעכט צו זיין בייעס, אבער פארקויף עפעס, עס דארף זיין א סיבה אז מען זאל וועלן הערן אן אנאליז
איך זעה נישט פארוואס קול מבשר זאל צושטעלן א פלאטפארמע פאר אינדעווידאלן וואס נאך א שווערע טאג ארבעט געבן זיי אנאליזן וואס אלעס וואס די ווערסט דארט געוואויר איז א טראמפ איז א נער, משוגענער, אומקאמפעטענט, ראסיסט. וכו'
און ווען מען גיט יא אמאל איבער אינפארמעישען וואס קען זיין אינטערסאנט פאר די צוהערער איז עס טייל מאל אינגאנצן פעיק ניוס אדער פארדרייטע פאקטן,
#כולנו לנארמאלע אנאליזן אויף קול מבשר