אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ניס קראכער האט געשריבן:כ'זע נישט קיין צדדים אפילו
א רעדנער אויף א פאבליק פלאטפארמע, ווי הינדערטער בחורים אין קינדער, אפרוחים שלא נפתחו עיניהם זיצן און הערן, טעגלעך מכל הבא לידם
ברויך קלערן מער ווי צוויי מאל צו דאס וואס ער זאגט איז אויסגעהאלטן פאר זיי צו הערן
כמה וכמה פעמים איז ליידער נישט אזוי (ביי אסאך) ועל זה דוה לבינו

דיין פינטל מעג זיין גערעכט ביז אייער נעכטן, אבער אויף א פאבליק פלאטפארמע באלאנגט ער נישט

אונזער צענזורירן מענטאליטעט איז אסאך ערגער ווי זיינע פאררעדעכצער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך lebediger berel »

ניס קראכער האט געשריבן:כ'זע נישט קיין צדדים אפילו
א רעדנער אויף א פאבליק פלאטפארמע, ווי הינדערטער בחורים אין קינדער, אפרוחים שלא נפתחו עיניהם זיצן און הערן, טעגלעך מכל הבא לידם
ברויך קלערן מער ווי צוויי מאל צו דאס וואס ער זאגט איז אויסגעהאלטן פאר זיי צו הערן
כמה וכמה פעמים איז ליידער נישט אזוי (ביי אסאך) ועל זה דוה לבינו

דיין פינטל מעג זיין גערעכט ביז אייער נעכטן, אבער אויף א פאבליק פלאטפארמע באלאנגט ער נישט

איך גלייב ער קלערט צוויי מאל, און לויט מיין קליינע מיינונג איז יצא הפסדו בשכרו, די אויפטו אז סאיז דא א כשר'ע וועניו ווי מ'קען ארויסברענגען א "נישט אין שוואונג מיינונג" עפ"י תורה איז גאר גאר וויכטיג פאר ווער ס'זעט ווי אונזער שוואונג גייט, בד"וו כ'האב נעכטן געהאט א לאנגע שמועס מיט א היימישע פארמאסי דא אין בארא פארק, ס'איז נורא נוראות וואס אונזער ציבור גייט דארעך אונטערן פירהאנג, סאיז זייער וויכטיג איינער זאל א שאקל טון!
איך בין אויך סאך מאל נישט מסכים מיט לעזער'ן אבער איינע פון די זאכן וואו כ'זע אז ער איז אויף די ריכטיגע רעלסן איז אז "עטליכע מאל האב איך שוין געזען ווי מ'לייגט אריין אין זיין מויל זאכן וואס ער האט כלל נישט געזאגט" אפגערעדט פון ארויס נעמען זאכן פון קאנטעקסט דאס איז א סימן אז "ער" איז מער ווייניגער גערעכט ווייל אויב נישט, וואס זאגסטו פאלש!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אלטע נייעס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:30 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך אלטע נייעס »

וואס איז טאקע פשט אז פונקט ביי אים 'לייגט מען אריין ווערטער אין זיין מויל וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט'???? :roll: :roll: :roll:
אלא מאי: מענטשן ענדיגן פשוט צו זיין סענטינז [וואס וואו זיין סדר איז צו 'מרמז' זיין צו סאך קאנטערווערשול זאכן]
אברעימל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2017 12:39 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך אברעימל »

טיכטיגער האט געשריבן:יא, איך וואלט אויך געקלערט אז ער פירט אן איינע פון די 'אנטי' מוסדות... ער פיט מורא'דיג פאר די פאזיציע...!

אה"נ ער איז פון די אנפירער פון מוסד אהבת שלום - אן אנטי וואקסין מוסד אין מאנסי, זעה דא
אטעטשמענטס
Lazer K.jpg
Lazer K.jpg (126.2 KiB) געזען 1988 מאל
אלטע נייעס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:30 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך אלטע נייעס »

אברעימל האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:יא, איך וואלט אויך געקלערט אז ער פירט אן איינע פון די 'אנטי' מוסדות... ער פיט מורא'דיג פאר די פאזיציע...!

אה"נ ער איז פון די אנפירער פון מוסד אהבת שלום - אן אנטי וואקסין מוסד אין מאנסי, זעה דא

ברוך שכוונתי.....
האמער אלע גוט צוגעטראפן, און איצטערט פארשטייט מען שוין אסאך בעסער... ;l;p-
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך גרשון »

lebediger berel האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:כ'זע נישט קיין צדדים אפילו
א רעדנער אויף א פאבליק פלאטפארמע, ווי הינדערטער בחורים אין קינדער, אפרוחים שלא נפתחו עיניהם זיצן און הערן, טעגלעך מכל הבא לידם
ברויך קלערן מער ווי צוויי מאל צו דאס וואס ער זאגט איז אויסגעהאלטן פאר זיי צו הערן
כמה וכמה פעמים איז ליידער נישט אזוי (ביי אסאך) ועל זה דוה לבינו

דיין פינטל מעג זיין גערעכט ביז אייער נעכטן, אבער אויף א פאבליק פלאטפארמע באלאנגט ער נישט

איך גלייב ער קלערט צוויי מאל, און לויט מיין קליינע מיינונג איז יצא הפסדו בשכרו, די אויפטו אז סאיז דא א כשר'ע וועניו ווי מ'קען ארויסברענגען א "נישט אין שוואונג מיינונג" עפ"י תורה איז גאר גאר וויכטיג פאר ווער ס'זעט ווי אונזער שוואונג גייט, בד"וו כ'האב נעכטן געהאט א לאנגע שמועס מיט א היימישע פארמאסי דא אין בארא פארק, ס'איז נורא נוראות וואס אונזער ציבור גייט דארעך אונטערן פירהאנג, סאיז זייער וויכטיג איינער זאל א שאקל טון!
איך בין אויך סאך מאל נישט מסכים מיט לעזער'ן אבער איינע פון די זאכן וואו כ'זע אז ער איז אויף די ריכטיגע רעלסן איז אז "עטליכע מאל האב איך שוין געזען ווי מ'לייגט אריין אין זיין מויל זאכן וואס ער האט כלל נישט געזאגט" אפגערעדט פון ארויס נעמען זאכן פון קאנטעקסט דאס איז א סימן אז "ער" איז מער ווייניגער גערעכט ווייל אויב נישט, וואס זאגסטו פאלש!

א ריכטיגע נקודה. כ'האב נאר געהאט א פראבלעם מיט זיין שמועס איבער קאראנע-ווירוס (וואס די מערכת פון קול מבשר האט אויך געזען אלס פראבלעם) און זיין נישט געגעבענע שמועס איבער וואקצין. ער מעג אוודאי האלטן וואס ער וויל, אבער מיר זענען דאך א געמיינדע, און מ'מעג קאנטראלירן אז ס'זאלן נישט געזאגט ווערן קאנטראווערסיאלע נושאים וואס טראגן מיט זיך א געפאר. בפרט אויף אזא רעספעקטירטער ליניע ווי קול מבשר. אבער אנדערע נושאים, אריינגערעכנט איבער מוסודת אדער קעמפס, זע איך בלויז א מעלה אין זיינע שמועסן, ווי דו זאגסט.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך שארף און קליג »

lebediger berel האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:איך גלייב ער קלערט צוויי מאל, און לויט מיין קליינע מיינונג איז יצא הפסדו בשכרו, די אויפטו אז סאיז דא א כשר'ע וועניו ווי מ'קען ארויסברענגען א "נישט אין שוואונג מיינונג" עפ"י תורה איז גאר גאר וויכטיג פאר ווער ס'זעט ווי אונזער שוואונג גייט, בד"וו כ'האב נעכטן געהאט א לאנגע שמועס מיט א היימישע פארמאסי דא אין בארא פארק, ס'איז נורא נוראות וואס אונזער ציבור גייט דארעך אונטערן פירהאנג, סאיז זייער וויכטיג איינער זאל א שאקל טון!

וואס האט הודו מיט קיש?
איך האלט נישט אז דא אויפן וועלטעל איז די פלאץ אויסצושמועסן וואס די ריכטיגע סעלושען איז פאר דעם.
און זיכער נישט אויף כל מבשר, ודי ואכמ"ל.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך שיעלע בהמה »

שארף און קליג האט געשריבן:

פון צענזורירן צו פיל קומט ארויס אסאך אסאך גרעסערע פראבלעמען, (יעדע זאך ווערט נתפעל פון די היפך דערפון),
כלל ישראל איז די לעצטערע יארן געווארן זייער רעבעליעס אויף אונזער לאנגיעריגע עסטעבלישמענט און איך מיין אז די סיבה דערצו איז ווייל מהאט זיך אויפגעפירט פאר יארן לאנג צו אונז ווי מילך קעסטלעך וואס מקען נישט געטרויען מיט גארנישט.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך ניס קראכער »

איך זע אינגאנצען אן אנדערע סיבה דערצו ואכמ"ל
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך מר. טראָנק »

מ'בעט אז די אלע וואס וויל נישט מאריך זיין זאלן אויך נישט מקצר זיין, ואכמ"ל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך גרשון »

וק"ל, ודי, ואכמ"ל, ודו"ק, ויש ליישב, וע"ע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ניס קראכער האט געשריבן:איך זע אינגאנצען אן אנדערע סיבה דערצו ואכמ"ל

הונדערט פראצענט אז סאיז די אינטערנעט, אבער דאס איז די אחוזה אויף וואס זיי כאפן זיך אן, און מיט היבש ביסל רעכט.

ברויך מען האבן אפאר אינדעפענדענט "ערליכע" דעה זאגער בכדי נישט צו ווערן קולטיזירט פון די יחידים המשטלטים על הציבור שלא נגעו ולא פגעו ריח תורה ויראת שמים,

און ר' לעיזער טוט א פיינע ארבעט אוועראלל.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך shalsheles »

;l;p- ;l;p- [quote="מר. טראָנק"]מ'בעט אז די אלע וואס וויל נישט מאריך זיין זאלן אויך נישט מקצר זיין, ואכמ"ל.
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך שארף און קליג »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:איך זע אינגאנצען אן אנדערע סיבה דערצו ואכמ"ל

הונדערט פראצענט אז סאיז די אינטערנעט, אבער דאס איז די אחוזה אויף וואס זיי כאפן זיך אן, און מיט היבש ביסל רעכט.

ברויך מען האבן אפאר אינדעפענדענט "ערליכע" דעה זאגער בכדי נישט צו ווערן קולטיזירט פון די יחידים המשטלטים על הציבור שלא נגעו ולא פגעו ריח תורה ויראת שמים,

און ר' לעיזער טוט א פיינע ארבעט אוועראלל.

ער האט עפעס געזאגט א סיבה אז דו ביסט שוין מודה צו אים הונדערט פראצענט?

עס איז זיכער אז דאס וואס בערל האט געשריבן האט גארנישט מיט וואס דו שרייבסט, אפילו דו שרייבסט עס שוין צום צווייטן מאל.

איך שרייב גארנישט פארוואס יא, סו, מוזט גארנישט שרייבן מער איבער די נושא.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך lebediger berel »

אלטע נייעס האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז פונקט ביי אים 'לייגט מען אריין ווערטער אין זיין מויל וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט'???? :roll: :roll: :roll:
אלא מאי: מענטשן ענדיגן פשוט צו זיין סענטינז [וואס וואו זיין סדר איז צו 'מרמז' זיין צו סאך קאנטערווערשול זאכן]

איך גלייב סאיז ווייל מענטשן זענען זייער ברוגז אויף וואס ער זאגט "יא"
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך ניס קראכער »

lebediger berel האט געשריבן:
אלטע נייעס האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז פונקט ביי אים 'לייגט מען אריין ווערטער אין זיין מויל וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט'???? :roll: :roll: :roll:
אלא מאי: מענטשן ענדיגן פשוט צו זיין סענטינז [וואס וואו זיין סדר איז צו 'מרמז' זיין צו סאך קאנטערווערשול זאכן]

איך גלייב סאיז ווייל מענטשן זענען זייער ברוגז אויף וואס ער זאגט "יא"

פארוואס טאקע?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך lebediger berel »

ניס קראכער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
אלטע נייעס האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז פונקט ביי אים 'לייגט מען אריין ווערטער אין זיין מויל וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט'???? :roll: :roll: :roll:
אלא מאי: מענטשן ענדיגן פשוט צו זיין סענטינז [וואס וואו זיין סדר איז צו 'מרמז' זיין צו סאך קאנטערווערשול זאכן]

איך גלייב סאיז ווייל מענטשן זענען זייער ברוגז אויף וואס ער זאגט "יא"

פארוואס טאקע?

הייב אן צו הערן פונעם ערשטן שיעור, דו ווייסט וויפיל שוויגערס און שווערס זענען ברוגז אויפן עצם געדאנק אז מ'דארף אוועק מופן אויב די דירה איז קליין, ווייסט וויפיל פון מיינע חברים אין 53 האבן מיר געגעבן קאלטס און ווארעמס פארן שטופן מיין טאכטער צו מופן קיין קרית יואל? לעבסט אין לאלאלענד אדער ביזט א בת היענה מענטאליטעט? אז דו פרעגסט אזא קשיא.
נ.ב. איך האב אויך אנדערע סאך שיטות ווי רעבלעזער, ספעציעל יעצט אז איך זע ער איז אינוואלווד אין אזא מוסד, אבער, וואו ער איז גערעכט איז ער גערעכט, און זייער אסאך זאכן דארפן געזאגט ווערן ערגעץ, ותל"מ ואכמ"ל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך נשמת השכל »

שיעלע בהמה האט געשריבן:ברויך מען האבן אפאר אינדעפענדענט "ערליכע" דעה זאגער בכדי נישט צו ווערן קולטיזירט פון די יחידים המשטלטים על הציבור שלא נגעו ולא פגעו ריח תורה ויראת שמים,
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

נשמת השכל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:ברויך מען האבן אפאר אינדעפענדענט "ערליכע" דעה זאגער בכדי נישט צו ווערן קולטיזירט פון די יחידים המשטלטים על הציבור שלא נגעו ולא פגעו ריח תורה ויראת שמים,
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך מר. טראָנק »

ווען מוסדות בא'גנב'נען איינגעשטעלטע, מעג מען עס זאגן ברבים?
ווערן די מוסודות אדמינעסטראטער אויפגערעגט ווען מ'זאגט דאס?

כ'מיין אז דו וועסט נעמען די דוגמה, און נאך אסאך דוגמאות פון זיינע זאכן וועסטו פינקטליך פארשטיין פארוואס מענשטן האלטן אז ס'פעלט אויס אזא מענטש (מוזט נישט מודה זיין אז ער איז גערעכט, אבער ס'איז די סיבה פארוואס אסאך האבן יא הנאה דערפון...) און וועסט אויך פינקטליך פארשטיין פארוואס מענשטן ווערן אויפגערעגט אויף אים...
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך אחד הרבנים »

גרשון האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:די עולם פארגעסט שנעל...
מדברי אליעזר קרויס / ישעי' איצקאוויטש חסיד וויזשניץ
וזה לשונו העכסענס וועלן אפאר אלטע אידן שטארבן
אויף דעם איז אוך דא שטודיע אז דאס מעג מען טון?

https://drive.google.com/file/d/1pw5_6p ... vbdO-/view

דא האט איר זיין פארמעקטע שמועס. וואו פונקטליך זאגט ער דאס?

דאס איז ממש א נס גלוי! דו ציטירסט פון מיר עפעס וואס כ'האב קיינמאל נישט געשריבן!

יעצט אויסגעהערט... אזויפיל שטותים צאמצורעדן... יא, ער איז אפשר גערעכט מיט נקודות וואס ער ברענגט ארויס, אבער זיין רעדען ארום די וויירוס אליין און זיינע פארשאצונגען... הלואי וואלט זיך עס בלויז אזוי אויסגעלאזט... דער זאגט נאך דארט אז ער וויל נישט זיין קיין כובש נבואתו..
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך קרעפלעך »

.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך KMW »

א נייע שיעור #201
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רבי אליעזר קומט אריין פעסט די לעצטע צוויי שיעורים (200-201) איבער די קעמפס! ווי ער זאגט בלשונו הזהב, אז די וואס פירן עס אן זענען out of touch! אוי ווי גוט געזאגט!

מען דארף זיין אין א מצב פון די המון עם כדי צי קענען מאכן החלטות מיט די ריכטיגע שכל און מהלך.

פונקט היינט האט מיר א יוד דערציילט א מורא׳דיגע מעשה. (רבי אליעזר ביטע דערציילט נישט די מעשה אין אייערע שיעורים.) ער איז געווען אפאר יאר צוריק ביים באס סטאפ וואס נעמט די קינדער צו קעמפ, באגלייטען זיינע קינדער צי קעמפ. איז דארט געשטאנען איינער פון די הנהלות המוסד - אין מיטן איז אנגעקומען א פרוי נעמען אירע קינדער צים באס, דער פון די מוסד האט איר אפ געשטעלט אז מען קען נישט ארויף לאזן אירע קינדער אויפן באס ווייל זי האט נאך נישט באצאלט פאר קעמפ, איז זי צוירק אריין צי די קאר צו איר מיין, און צוריק געקומען מיט א טשעק אויס געשריבען די סכום וואס קאסט די קעמפ, אבער ניין דער פונעם מוסד האט איר אפ געשטעלט, אז ניין מען קען נאכאלטס נישט ארויף לאזן די קינדער אויפן באס, זאגענדיג אז זייערע טשעקס קראכען. נעבעך. באין ברירה איז געווארען דארט א בהלה ביז זי האט געבארגט די געלט דארט אויפן פלאץ פון איינע פון די אנדערע עלטערען. אפגערעדט די בישות און בכלל די ציבראכען הארץ פון די עלטערן. אבער געוואלד און געשריגען, פארוואס איז נישט דא כאטש אזא אפציע צו לאזן קינדער פון כיתה ז׳ ח׳ און ט׳ און שטאט?און די זעלבע מיט די ישיבות, כאטש זאל זיין א אפציע! פארוואס דארף א טאטע זיין געצווינגען ארויס צו נעמען פון טאש א עקסטערע 15 אלפים פאר צי שיקען א קינדער געבענטשטע משפחה אין קעמפ?

דער יוד וואס האט עס מיר דערציילט האט מיר געזאגט אז ווען נישט ער זעהט אליינס די מעשה מיט זיינע אייגענע אויגן וואלט ער עס נישט געגלייבט. דער יוד פון וועם איך זאג דא נאך, איז א תלמוד חכם מופלג מאוד האט הוראה און פירט א כולל. און ער האט מיר צו גע׳ענדיגט אז אר האלט שוין לאנג אז די גזירה פון די קעמפס איר ערגער ווי די גזירה פון די חתנות, ווייל די גזירה פון די חתונות כאטש פארשטייען עס די רבי׳ס און מנהגים, ווייל מענשטען קומען צו זיי בעהטן הילף, און די רבי׳ס, רבנים, און מנהיגים, טוהן אסאך דעראין צומאל מאכן אפי׳ פערזענליכע קאלס צו גבירים זאלן העלפן א יוד חתונה מאכן. אבער ביי די קעמפס פשוט ניטאמאל ווייסן די מנהגים אז די טאש פון אסאך יודן רייסט ביים שיקן די קינדער אין די קעמפ׳ס. זייערע קינדער אין אייניקליך באקומען געווענליך בחינם שכר לימוד אדער א באנגעלא וכדו׳ איך רעדט נישט אריין אין דעם דאס איז ווי אזוי ס׳ארבייט אין ס׳נישט קיין פראבלעם לענ״ד. אבער מענשטען קומען נישט צו די רבי׳ס, רבנים, און מנהגים זייי צי זאגן א ווי אזוי זיי מיטשענען זיך וועגן די קעמפס און ממילא ווייסן זיי פשוט נישט פון דעם פראבלעם. רבי אליעזר האט טאקע פאריאר גערעדט וועגן דעם אז מענשטען וואס די קעמפ איז זיי שווער זאלן א טובה טוהן און אריין גיין צו די רבי פון די מוסד ווי זיי שיקן אז דערציילן די פראבלעם! און די זעלבע איז מיט די מנהלי גשמי וואס באקומען אויך זייערע פרי וועקעשען (אויך מיט רעכט לענ״ד) און פארשטייען פשוט נישט, און ווי רבי אלעזר זאגט ״זענען פשוט out of touch״ מיט די פשוטי המון עם. אשרנו אז אונז האב מיר אזא יוד ווי רבי אליעזר און ס׳איז צי האפען אז ס׳זאל זיין דברו עושים פירות!
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

תגובה דורך שבת פארטי »

מר. טראָנק האט געשריבן:מ'בעט אז די אלע וואס וויל נישט מאריך זיין זאלן אויך נישט מקצר זיין, ואכמ"ל.

;l;p- :wink:
פארשפארט

צוריק צו “קול מבשר”