קול סאטמאר - טעלעפאון ליניע פון סאטמאר מהר"א

די אחראים: אחראי, געלעגער

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 1:12 pm

שניצל האט געשריבן:בס"ד.
היות איינער איז געגאנגען נעכטן און צושמירט מיין מעסעדזש אויפן וועב, מיטן ציל צו וייזן פון מיין מעסעדזש ווי ווייט קול סאטמאר טויגט נישט והא ראיה אז שניצל האט געשריבן אז איין קנעפל דארטן דארף מען טוישן שפיר איך אז עס איז ארויסגעקומען א מכשול מתחת ידי, און איך וויל טאן תשובת המשקל און שרייבן מיין מיינונג און די מיינונג פון די צענדליגער טויזנטער צוהערער בנוגע קול סאטמאר.
איך האב ספעציפיש געהאט טענות וויאזוי איינע פון די פילע קנעפלעך איז אויסגעשטעלט. איז לאמיר כאפן א שפאציר לענגאויס קול סאטמאר. און זען אויב עס איז דא א מקום פאר טענות.
עס איז נישט צום פארשטיין אבער דער מציאות איז אז קול סאטמאר אויסער וואס זי איז פארנומען מיטן זיכער מאכן אז יעדע נייעס ווערט געדעקט און יעדע מעמד ווערט באצייטנס געברענגט פארן ציבור און אז יעדע שידוך אין סאטמאר זאל געמאלדן ווערן, און אפדעיטן זמני כניסה ביים רבי'ן און יעדע נייער ניגון אין סאטמאר זאל תיכף ארויםגיין אויפן סיסטעם, א.א.וו., האט די הנהלה א פראיעקט וואס ווערט גערופן "חיזוק וידיעות" דאס איז טאקע א באשיידענער נאמען אבער א אנגייענדער היכל התורה בעסער געזאגט א אנגייענדער גן עדן. דארט גייט ארויף משך די וואך שווערע שעות פון לימוד והרבצת התורה! דארטן הערט מען דרשות פון בארימטע מגידים, צווישן זיי הרב מנדל ווייס משפיע בסאטמאר מרמ"י ישיב"ג שיעור ד' הרב שמעיה לעוו דומ"ץ סאטמאר בלאנדאן האדמו"ר מקאסוב, הרב מאיר צוויבל רב קדושת יו"ט בוויליאמסבורג הומשפיע רוחני בסאטמאר, הרב אברהם יעקב יאקאב ר"מ בישיב"ג ומשפיע רוחני בסאטמאר, הרב אהרן קאהן ידען נפלא בקורות כלל ישראל, הרב שמואל שלמה טעלער משפיע רוחני בסאטמאר ממנהלי בית חינוך לבנות, אב"ד דזשיבו, הרב שמואל פריעדמאן ר"מ בישיבת סאטמאר, און אויסער דעם איז פארהאן דארט א גאסט רעדנער אפטיילונג פאר יומי דפגרא'ס און נאך שיינע זמנים וואס דארט האבן שוין אויפגעטרעטן וועלט בארימטע בעלי דרשנים.
עס איז דא א ספעציעלער קנעפל פאר טעגליכע שיעורים בספרי חסידות.
אויב מיינט איר אז מיר האבן געענדיגט, איז דא דער הערליכער קול החרדים וואס איז היינט איינע פון די שטערקסטע ווארט זאגערס אין סאטמאר. יעדן טאג איז דא שיעורים אין ספר הקדוש ויואל משה! דורך הרב בערל גלאנץ, דורך הרב יודא שמחה גראס. און הרב חיים הערש אשכנזי רב ברב טוב קרית יואל. א אפטיילונג פון דרשות פון הרביים לבית סאטמאר קעגן ציונות! דרשות פון בעלי דרשנים איבערן נגע ציונות! טעגליכע נייעס פון מדינת ישראל וואס איז נוגע די מלחמה וואס ערליכע אידן פירן קעגן די מדינה!

היות איך שרייב שוין אביסל צו לאנג וועל איך שנעל אויסרעכענען נאך הערליכע אפטיילונגען און דאס איז קול חוצב וואו מען קען הערן אלע דרשות פון הרביים לבית סאטמאר, א אפטיילונג פון יסודי התורה וואו מען הערט שיעורים און אפדעיטס אין די סאטמארע עמוד חבורה, א אפטיילונג פאר תורתך שעשועי די סאטמארע דף חבורה. א אפטיילונג פאר לימוד חק לישראל, א אפטיילונג פאר שיעורים אין שונה הלכות די סאטמארע הלכה חבורה, א אפטיילונג פאר שיעורים אין חומש רש"י. א אפטיילונג פון שיעורים אין אור החיים הקדוש.

א אפטיילונג פון דרשות אויף יעדע יום טוב פון אלע סארט בעלי דרשנים. א אפטיילונג פון מסיבות צוטיילט לויט די ימים טובים. א אפטיילונג פון אלע מסיבות אין סאטמאר. שיעורים אין הלכה, שיעורים אין חסידות, און שיעורים אין היסטאריע.

און אויסער דעם די נייעס איז אויך צוטיילט אויף א הערליכער וועג 1) עס איז דא צו הערן די נייעס מיט אפדעיטס און שיעורים. 2)אדער קען מען וועלן בלויז נייעס בצל הקודש 3) אדער בלויז קהילה נייעס פון אלע סאטמארע קהילות איבער די גארער וועלט 4) אדער נאר אויסצוגן.

עס איז נישט צום גלייבן וויאזוי עס ארבעט דער הוקאפ סיסטעם אליינס, ווער עס ווייסט די הנהלה פון קול סאטמאר צופליקט זיך ביי יעדע מעמד אין סאטמאר וואו דער רבי וועט אנקומען אהין זיכער צו מאכן אז עס זאל זיין א הוקאפ דאס נעמט אריין פארן אין ווייטע מקומות און נאך פילע שוועריגקייטן, צימאל וועט דאס זיין, קריכן אויף הויכע שטאלן ארויפצוציען א ווייער און דאס קאנעקטן צו א טעלעפאן די אנדערע זייט גאס, ווייל עס איז דא א פלאטע פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס גייען הערן קול סאטמאר'ס הוק אפ און שפעטער פרישע טויזנטער וואס גייען איבער הערן די מעמדים. און גאר אסאך מאל איז דאס א רעדע פון באגלייטן די הוקאפ א גאנצע נאכט דאס הייסט שטיין 6 אדער 7 שעה און זיכער מאכן אז די הוק אפ ווערט נישט איבערגעריסן. און וויפיל מאל עס וועט פאסירן אז מען איז חושש אז די הוקאפ קען ווערן איבערגעריסן צוליב צופיל צוהערער איז דא א בעקאפ סיסטעם וואס שטעלט צו פרישע ליינס אז די הוקאפ זאל נישט קראכן.
און קול סאטמאר איז נאך סאך סאך מער פון דעם מען קען שרייבן און שרייבן און נישט אויפהערן צו שרייבן ווי גוט זיי שטייען ב"ה.

און טאקע וועגן דעם וואס דער קול סאטמאר איז אויסגעשטיגן אלס איינע פון די שטערקסטע האט ליינס היינטיגע צייטן מיט אנסטראנאמישע ציפערן פון צוהערער און הערליכע שיעורים וואס ציט א ריזיגן ציבור אויסצוהערן נישט בלויז סאטמאר'ע חסידים, האב איך רעקעמאנדירט פאר אדווערטייזער צו אדווערטייזן אין קול סאטמאר אונטערשטרייכנדיג אז עס איז דא צווישן די צענדליגער טויזנטער צוהערער א עלעמענט וואס הערט דייקא קול סאטמאר און אזעלכע סארט האט ליינס דעריבער צו אדווערטייזן אין קול סאטמאר און אין אנדערע אזעלכע האט ליינס מיינט אנקומען צו די אויערן פון פרישע טוינטער קאסטומערס.
***
און דאס אז איך האב געהאט פריוואטע טענות אויף די "אויסשטעל" פון איין ספעציפישער קנעפל, מיינט נאכנישט ארויסצוברענגען אז דער האט ליין איז חלילה אין דער ערד. און דער וואס נעמט יענער מעסעדזש און שיקט דאס ארום מיטן ציל צו פארשפרייטן שמוץ און אונטערהאקן אנדערע אידן זאל ער וויסן אז איך האב נישט געוואלט ארונטעררייסן דעם סיסטעם. אדרבה איך שטיץ די סיסטעם און עס טוט מיר וויי אז מיין מעסעדזש ווערט גענוצט פאר פארקערט פון תועלת.
און דערמיט בעט איך איבער די צענדליגער טויזנטער צוהערער פון קול סאטמאר וואס טוט זיי זיכער וויי אז אזא האט ליין וואס זיי הערן טאג טעגליך און האבן הנאה דערפון איז באשמוצט געווארן על לא עול בכפו. און צו הנהלת קול סאטמאר חזקו ואמצו גייט ווייטער אן און האלט אן אייער סטאטוס אלס איינע פון די שטערקסטע האט ליינס ביים יהדות החרדית וואס פארמערט תורה וקדושה ביי כלל ישראל.

(נ.ב. דער מעסעדזש קומט אויך נישט אראפרייסן אנדערע האט ליינס סיי נייעס און סיי רבי'שע נייעס. באלד וועט נאך איינער ארום שיקן דעי מעסעדזש צו ווייזן אז "אנדערע" האט ליינס זענען נישט גוט. איך האלט נישט קעגן קיינעם און איך בין נישט דערביי פאר קיינעם. יעדער איז מכובד צו האלטן זיין מיינונג אויף סיי וועלכע סארט האט ליין מען וויל. נוצט נישט מיין נאמען פאר אייער שטעקן.)
בנוגע וועלכער קנעפל איך האב געמיינט האב איך שוין געשיקט אין אישי פאר קול סאטמאר און איך פארשפרייט עס אפילו נישט דא ווייל עס פעלט מיר נישט אויס נאך קאפ וויי.

**
בבקשת מחילה.
שניצל.

אבער צוצוקומען דערצי דארף מען זיכן אויף אלע קנעפלעך


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעגאו מענטשעלע און 12 געסט