בלאט 1 פון 3

אפדעיט ווינקל - לאמטערנע #3

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:52 pm
דורך לאמטערנע
שששש... א וויכטיגע מעלדונג!

ב"ה אז דער ערשטער לאמטערנע איז ערשינען, און דאן דער צווייטער, און אצינד הייבט מען אן צו קלערן פון א דריטע.

היות מיר האבן ערהאלטן טענות פון געוויסע ניק'ס אז זיי האבן געוואלט שרייבן אן ארטיקל און הלמאי מ'האט נישט געמאלדן בכלל אז עס וועט ערשינען א לאמטערנע, ווילן מיר דערפאר מודיע זיין, גענוג צייטליך.

איר קענט אריינשיקן אייערע ארטיקלען, ביז ר"ח אלול הבעל"ט, איבער אלע סארטן אויסגעהאלטענע טעמעס.

שיקט די ארטיקלען, פראגעס און באמערקונגען, פאר ראט און טאט, צו [email protected]

מיר האפן אי"ה צו אפדעיטן דעם אשכול ווי נאר עס וועט זיין נאך נייעס.

שארט ארויף אייער ארבל, נעמט אייך ארבעטן, אז מיר זאלן קענען הנאה האבן פון אייערע ווערק!!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:22 pm
דורך לאמטערנע
אפדעיט נומער 1:

אריינגעקומען צום מערכת פון איינע פון די גרעסטע היסטאריקער אינעם וועלטל, איבער א מעכטיגער ארטיקל וואו ער וועט באשרייבן אן אומבאקאנט דראמאטישע קאפיטל אינעם אידישן פאלק, מיט גאר דראמאטישע און העכסט אינטערעסאנטע און אינפארמאטיווע סחורה.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:25 pm
דורך לאמטערנע
אפדעיט: זיך צו פארבינדן מיטן רעדאקטאר קענט איר אימעילן צו

[email protected]

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:15 pm
דורך eller
שרייבן קען איך נישט אבער חיזוק מוז איך געבן .
חזק ואמץ איר זאלט געלט געזונט און כח צו קענען מהנה זיין טויזענטער אידן אויף א ערליכען אופן.
מיר קוקן שוין ארויס מיט שפאנונג...

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:32 pm
דורך אויסגערעכנט
מיר קוקן ארויס אויף די קומענדיגע לאמטערנע.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:34 pm
דורך לאמטערנע
ב"ה מ'מאכט פראגרעס אויף פארשידענע פראנטן מיט גרויס סייעתא דשמיא.

מיר בעטן ווער עס וויל שרייבן אן ארטיקל זאל זיך ביטע ווענדן צום רעדאקציע אויף [email protected] (נישט אויף די אנדערע) און אריינגעבן די נושא וואס ער וועט שרייבן, כדי מיר זאלן קענען באלאנסירן פון אלע סארט ארטיקלען.

ווילסטו באשרייבן א נושא און דו זוכסט סחורה? דארפסט הילף? ווילסט זיך אויסשמועסן מיט איינעם איבער דיינע מהלכים איבער אן ארטיקל פאר די קומענדיגע לאמטערנע? שרייבט אן אימעיל צום רעדאקציע, מיר וועלן אייך העלפן בחפץ לב!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:11 pm
דורך לאמטערנע
א פרישע הערליכע ארטיקל וואס באשרייבט איינע פון די שענסטע שטעטלעך פארן קריג, מיט איר פילפארביגן אינטערעסאנטן לעבנסשטייגער גאר פאכמאניש און דראמאטיש, אנגעקומען צום רעדאקציע.

געדענקט, אט אט לויפט דער דעדליין אפ!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:27 am
דורך לאמטערנע
פארלענגערטע דעדליין!

אויפן פארלאנג פון עטליכע טאלאנטפולע ניק'ס וואס האבן גרויס חשק אז זייער בריליאנטענע ווערק זאל פיגורירן אויפן קומענדיגן לאמטערנע, מעלדן מיר מיט גרויס פרייד אז דער דעדליין וואס האט געזאלט זיין היינט, איז אפגעשטופט געווארן ביז דעם מוצאי שבת, און פון דאן און ווייטער וועט מען שוין נישט קענען אריינשיקן ארטיקלען פארן דריטן לאמטערנע.

א פילפארביגער רייכער אויסוואל פון פארשידנארטיגע טעמעס זענען שוין געשיקט געווארן צום רעדאקציע, איר קענט נאך זיין א טייל פון זיי!!!

שיקט אריין די ארטיקלען, פראגעס און קאמענטארן, צום רעדאקציע טישל: [email protected]

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 10:57 am
דורך ggg
wowwwww
דעם איז האמת א שיינער לימוד זכות אידן געבען זיך אוועק פאר א צווייטן שלא על מנת לקבל פרס אלעס מיט ניק נעמען.

איך מיין סאיז א גיטע געדאנק אז איינע פון אונזערע גיטע שרייבערס זאלן שרייבן א שיינער מליצה ישרה ארטיקל פון די נושא פון וויפיל חסד סטיט זיך דא אויף איי וועלט, דעס איז זיכער אז די בעלי דרשנים וועלן עס נישט קענען טיען ראש השנה.... אבער לאמיר האבן די זכות פארן יאר.

חזק ואמץ!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:54 am
דורך ליבלעך
די פרישע לאמטערנע וועט נאך זיין אינדרויסן אויף סוכות אדער ערשט אויף חשון???

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 4:11 pm
דורך קלאָצקאָפּ
וואס איז געווארן למעשה?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 4:40 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
אופס... מיין אימעיל נאטיפיקאציע האט זיך צוקלונגען פאר א קלאָצקאָפּ פראגע...

אהההממ... מיין נאמען איז שמעלקא זאפטיגער, דער אומפאיציעלער רעדאקטאר פונעם לאמטערנע...

אה, גוט אז דו פרעגסט... לאמיר זיין א מודה על האמת.

מיר האבן א הערליכע קעלעקציע פון ארטיקלען, לעת עתה זוכט מען א וואלונטיר פאר די גראפיקס.

ווער עס שפירט זיך אלס קוואליפיצירטער קאנדידאט און נעמט זיך אונטער אז ער קען דאס צושטעלן, זאל ביטע אריינשיקן אן אימעיל צום רעדאקציע, אויף [email protected], און מיר ווארטן אויף יענעם מיט אפענע ארעמעס...

(אפציע 2: ווער עס וויל מנדב זיין די גראפיק ביי א פראפעסיאנאלער גראפיקער, קען זיך אויך מעלדן).

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 5:06 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אז מיינע תגובות ברענגען יא רעזולטאטן... ביטע אפדעיטן ווען ס'איז דא סיי וועלכע פארשריט.

א דאנק

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 11:19 pm
דורך לאמטערנע
אפדעיט:

ב"ה שוין דא א גראפיקער!

אצינד ווערט געזוכט א מגיה!

פאטענציאלע קאנדידאטן ווערן געבעטן זיך צו ווענדן צו אונז אויף [email protected]

יישר כח למפרע!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 2:48 pm
דורך הודו להשם
וואס איז געווארן?
מ'האט שוין א מגיה??

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:01 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
ששששששששש

וואס וועקסטע אויף? לאז שלאפן...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:03 pm
דורך טראבל מעיקער
שלאפן וועט מען אין קבר.....

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:04 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
און אויך אין דעם אשכול!

סנאאאאאאאאאאאאאאאאאאאזזזזזזזזזזזזזזזז!

(נישט אזוי ווייט ס'נאז ווי ס'גלעזער, ביגד"פ)

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:07 pm
דורך הודו להשם
איינער קען אהערברענגן דעם לאמטערנע און אויפוועקן די שלאפעדיגע?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:09 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
הודו נאכיין ווארט דו רעדסט אין דעם אשכול וועסטע אזאנס כאפן פון מיר, וועסט זען שטערן'ס פון הודו ביז קיש! ס'דא געניגינאך אשכולות וואו מ'קען רעדן הויעך, אביסל שלאף פארגינסטעמעכניש?!

#שייגעצאראויס!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:15 pm
דורך הודו להשם
:oops:

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:25 pm
דורך טראבל מעיקער
הודו נאנש זיי נישט פארשעמט שמעלקא פרובירט צו שלאפן. מ'טאר עס נישט צולאזען

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:26 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
שטיל האבעך געבעטן!!! שששששששששאאאא! פליז פליז!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:33 pm
דורך הודו להשם
שמעלקא דארף סייווי אויפשטיין, דאס גלעזער פאלט אים שוין כמעט אראפ.
----
אבער אמת'דיג, פאר מ'לייגט זיך צוריק, זאגזשע אויס וואסעטוצעך מיטן לאמטערנע #3

זיסע חלומות.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:44 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער