אפדעיט ווינקל - לאמטערנע #3

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

אפדעיט ווינקל - לאמטערנע #3

תגובהדורך לאמטערנע » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:52 pm

שששש... א וויכטיגע מעלדונג!

ב"ה אז דער ערשטער לאמטערנע איז ערשינען, און דאן דער צווייטער, און אצינד הייבט מען אן צו קלערן פון א דריטע.

היות מיר האבן ערהאלטן טענות פון געוויסע ניק'ס אז זיי האבן געוואלט שרייבן אן ארטיקל און הלמאי מ'האט נישט געמאלדן בכלל אז עס וועט ערשינען א לאמטערנע, ווילן מיר דערפאר מודיע זיין, גענוג צייטליך.

איר קענט אריינשיקן אייערע ארטיקלען, ביז ר"ח אלול הבעל"ט, איבער אלע סארטן אויסגעהאלטענע טעמעס.

שיקט די ארטיקלען, פראגעס און באמערקונגען, פאר ראט און טאט, צו lamtarna@gmail.com

מיר האפן אי"ה צו אפדעיטן דעם אשכול ווי נאר עס וועט זיין נאך נייעס.

שארט ארויף אייער ארבל, נעמט אייך ארבעטן, אז מיר זאלן קענען הנאה האבן פון אייערע ווערק!!!

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:22 pm

אפדעיט נומער 1:

אריינגעקומען צום מערכת פון איינע פון די גרעסטע היסטאריקער אינעם וועלטל, איבער א מעכטיגער ארטיקל וואו ער וועט באשרייבן אן אומבאקאנט דראמאטישע קאפיטל אינעם אידישן פאלק, מיט גאר דראמאטישע און העכסט אינטערעסאנטע און אינפארמאטיווע סחורה.

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:25 pm

אפדעיט: זיך צו פארבינדן מיטן רעדאקטאר קענט איר אימעילן צו

editorinchief@lamterne.com

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:15 pm

שרייבן קען איך נישט אבער חיזוק מוז איך געבן .
חזק ואמץ איר זאלט געלט געזונט און כח צו קענען מהנה זיין טויזענטער אידן אויף א ערליכען אופן.
מיר קוקן שוין ארויס מיט שפאנונג...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:32 pm

מיר קוקן ארויס אויף די קומענדיגע לאמטערנע.

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:34 pm

ב"ה מ'מאכט פראגרעס אויף פארשידענע פראנטן מיט גרויס סייעתא דשמיא.

מיר בעטן ווער עס וויל שרייבן אן ארטיקל זאל זיך ביטע ווענדן צום רעדאקציע אויף lamtarna@gmail.com (נישט אויף די אנדערע) און אריינגעבן די נושא וואס ער וועט שרייבן, כדי מיר זאלן קענען באלאנסירן פון אלע סארט ארטיקלען.

ווילסטו באשרייבן א נושא און דו זוכסט סחורה? דארפסט הילף? ווילסט זיך אויסשמועסן מיט איינעם איבער דיינע מהלכים איבער אן ארטיקל פאר די קומענדיגע לאמטערנע? שרייבט אן אימעיל צום רעדאקציע, מיר וועלן אייך העלפן בחפץ לב!

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:11 pm

א פרישע הערליכע ארטיקל וואס באשרייבט איינע פון די שענסטע שטעטלעך פארן קריג, מיט איר פילפארביגן אינטערעסאנטן לעבנסשטייגער גאר פאכמאניש און דראמאטיש, אנגעקומען צום רעדאקציע.

געדענקט, אט אט לויפט דער דעדליין אפ!

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:27 am

פארלענגערטע דעדליין!

אויפן פארלאנג פון עטליכע טאלאנטפולע ניק'ס וואס האבן גרויס חשק אז זייער בריליאנטענע ווערק זאל פיגורירן אויפן קומענדיגן לאמטערנע, מעלדן מיר מיט גרויס פרייד אז דער דעדליין וואס האט געזאלט זיין היינט, איז אפגעשטופט געווארן ביז דעם מוצאי שבת, און פון דאן און ווייטער וועט מען שוין נישט קענען אריינשיקן ארטיקלען פארן דריטן לאמטערנע.

א פילפארביגער רייכער אויסוואל פון פארשידנארטיגע טעמעס זענען שוין געשיקט געווארן צום רעדאקציע, איר קענט נאך זיין א טייל פון זיי!!!

שיקט אריין די ארטיקלען, פראגעס און קאמענטארן, צום רעדאקציע טישל: lamtarna@gmail.com

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 10:57 am

wowwwww
דעם איז האמת א שיינער לימוד זכות אידן געבען זיך אוועק פאר א צווייטן שלא על מנת לקבל פרס אלעס מיט ניק נעמען.

איך מיין סאיז א גיטע געדאנק אז איינע פון אונזערע גיטע שרייבערס זאלן שרייבן א שיינער מליצה ישרה ארטיקל פון די נושא פון וויפיל חסד סטיט זיך דא אויף איי וועלט, דעס איז זיכער אז די בעלי דרשנים וועלן עס נישט קענען טיען ראש השנה.... אבער לאמיר האבן די זכות פארן יאר.

חזק ואמץ!

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:54 am

די פרישע לאמטערנע וועט נאך זיין אינדרויסן אויף סוכות אדער ערשט אויף חשון???

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 4:11 pm

וואס איז געווארן למעשה?
ליידיג. פארשלאגן זענען וועלקאם.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 4:40 pm

אופס... מיין אימעיל נאטיפיקאציע האט זיך צוקלונגען פאר א קלאָצקאָפּ פראגע...

אהההממ... מיין נאמען איז שמעלקא זאפטיגער, דער אומפאיציעלער רעדאקטאר פונעם לאמטערנע...

אה, גוט אז דו פרעגסט... לאמיר זיין א מודה על האמת.

מיר האבן א הערליכע קעלעקציע פון ארטיקלען, לעת עתה זוכט מען א וואלונטיר פאר די גראפיקס.

ווער עס שפירט זיך אלס קוואליפיצירטער קאנדידאט און נעמט זיך אונטער אז ער קען דאס צושטעלן, זאל ביטע אריינשיקן אן אימעיל צום רעדאקציע, אויף lamtarna@gmail.com, און מיר ווארטן אויף יענעם מיט אפענע ארעמעס...

(אפציע 2: ווער עס וויל מנדב זיין די גראפיק ביי א פראפעסיאנאלער גראפיקער, קען זיך אויך מעלדן).
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 5:06 pm

אז מיינע תגובות ברענגען יא רעזולטאטן... ביטע אפדעיטן ווען ס'איז דא סיי וועלכע פארשריט.

א דאנק
ליידיג. פארשלאגן זענען וועלקאם.

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 11:19 pm

אפדעיט:

ב"ה שוין דא א גראפיקער!

אצינד ווערט געזוכט א מגיה!

פאטענציאלע קאנדידאטן ווערן געבעטן זיך צו ווענדן צו אונז אויף lamtarna@gmail.com

יישר כח למפרע!

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אין אריזאנע
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך פאברואר 21, 2018 2:48 pm

וואס איז געווארן?
מ'האט שוין א מגיה??
איך בין דא!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:01 pm

ששששששששש

וואס וועקסטע אויף? לאז שלאפן...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:03 pm

שלאפן וועט מען אין קבר.....
איזי

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:04 pm

און אויך אין דעם אשכול!

סנאאאאאאאאאאאאאאאאאאאזזזזזזזזזזזזזזזז!

(נישט אזוי ווייט ס'נאז ווי ס'גלעזער, ביגד"פ)
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אין אריזאנע
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:07 pm

איינער קען אהערברענגן דעם לאמטערנע און אויפוועקן די שלאפעדיגע?
איך בין דא!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:09 pm

הודו נאכיין ווארט דו רעדסט אין דעם אשכול וועסטע אזאנס כאפן פון מיר, וועסט זען שטערן'ס פון הודו ביז קיש! ס'דא געניגינאך אשכולות וואו מ'קען רעדן הויעך, אביסל שלאף פארגינסטעמעכניש?!

#שייגעצאראויס!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אין אריזאנע
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:15 pm

:oops:
איך בין דא!

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:25 pm

הודו נאנש זיי נישט פארשעמט שמעלקא פרובירט צו שלאפן. מ'טאר עס נישט צולאזען
איזי

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:26 pm

שטיל האבעך געבעטן!!! שששששששששאאאא! פליז פליז!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אין אריזאנע
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:33 pm

שמעלקא דארף סייווי אויפשטיין, דאס גלעזער פאלט אים שוין כמעט אראפ.
----
אבער אמת'דיג, פאר מ'לייגט זיך צוריק, זאגזשע אויס וואסעטוצעך מיטן לאמטערנע #3

זיסע חלומות.
איך בין דא!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 21, 2018 3:44 pm

א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט