לוגענפרעס, פעיק ניוז און אנטי טראמפ בייעס אין " דער איד".

די אחראים: אחראי, געלעגער

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

לוגענפרעס, פעיק ניוז און אנטי טראמפ בייעס אין " דער איד".

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג יולי 31, 2017 1:05 am

מיט עטליכע וואכן צוריק ( פרשת חוקת) איז ערשינען אין " דער איד" א בריוו פון א ליינער מיט טענות הלמאי די באריכטן אין " דער איד" איבער פרעזידענט טראמפ ביי די נייעסן ובפרט די פאליטישע אנאליזן זענען זייער אנטי טראמפ גענויגט, ווען מען קען שרייבט מען נעגאטיוו און די פאזיטיווע זאכן ווערן איגנארירט.

איינער פון די פאליטישע שרייבער ענטפערט אים דארט, און דער סך הכל פון זיין ענטפער איז אז זיי שרייבן די נייעס אזוי ווי עס איז און דאס איז דער מצב מיט פרעזידענט טראמפ, זאכן גייען אים נישט גוט און ממילא זעהט די נייעס אזוי אויס.

למעשה אבער, טראצדעם וואס עס איז טאקע אמת אז עס גייט נישט צו גוט פארן פרעזידענט און רוב נייעסן וועגן אים זענען באמת נעגאטיוו, דאך מיין איך אז די נעגאטיווע באריכטן אין " דער איד" זענען נאך אלס שטארק איבערגעטריבן און אסאך מאל אפילו פאלש ( פעיק ניוז בלע"ז) ביי אין די נייעס באריכטן און סיי אין די פאליטישע אנאליזן.

אויף די נייעס באריכטן קען מען לכאורה נישט האבן צופיל טענות וויבאלד א צייטונג ווי דער איד האט לכאורה נישט די מעגליכקייט זעלבסטשטענדיג צו אויסשטעלן די נייעס נאר זיי נעמען עס פון גרעסערע נייעס אגענטורן אבער די פאליטישע אנאליזן דארפן דאך לכאורה יא זיין זעלבסטשטענדיגע אנאליזן פון די שרייבער.

אן אינטערעסאנטע ביישפיל פון א פאלשע באשולדיגונג קעגן טראמפ וואס האט גראדע אויך צו טוהן מיט די פעיק ניוז נושא איז אן אנאליז וואס איז ערשינען אין דער איד בלויז איין וואך נאך דעם פריערדערמאנטן בריוו (פרשת בלק) אונטערן קעפל " לוגענפרעס, פעיק ניוז, און פרעזידענט טראמפ" ווי דער שרייבער ברענגט אינמיטן דעם ארטיקל א באשולדיגונג אז דער אויסדריק "פעיק ניוז" קומט אריגינעל פונעם אויסדריק " לוגענפרעס וואס די נאציס ימ"ש פלעגן ניצן.

די באשולדיגונג איז לעכערליך ביז גאר וויבאלד מען דארף נישט האבן צו א לאנגער זכרון צו געדענקען אז דער אויסדריק פעיק ניוז קומט נישט פונעם פרעזידענט נאר עס קומט גאר פון די אלגעמיינע מידיא וואס האט עס אנגעהויבן צו ניצן נאך די וואלן פאריגן נאוועמבער נאכן אומגלויבליכן קלינטאן פארלוסט מיט די טענה אז קלינטאן האט פארלוירן צוליב פעיק ניוז וואס איז פארשפרייט געווארן קעגן איר און דער פרעזידענט האט בלויז אויסגעדרייט דאס געווער קעגן זיי און גענומען שרייען אז זיי זענען די פעיק ניוז.

און היות וואס פאר מיר און איך שטעל מיך פאר אז אויך פאר אנדערע שטערן די נעגאטיווע באריכטן אויף טראמפ זייער שטארק ( צוליב סיבות וואס איך אליינס פארשטיי אויך נישט) עפן איך דא דעם אשכול צו קענען מודיע זיין צערי ברבים און אויסשמועסן אביסל די פאליטישע אנאליזן וואס ערשיינען אין דער איד יעדע וואך.

קניידעל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 10, 2017 4:19 pm

תגובהדורך קניידעל » מאנטאג יולי 31, 2017 5:55 am

איך האב הנאה אז ענדליך איז איינער ארויסגעקומען אנמערקען די שרעקליכע בייעס וואס איך באמערק שוין א לענגערע צייט נישט אז עס באדערט מיר נאר עס איז נישט די מהלך פון אידישע צייטונגען וואס געווענליך ברענגען פשוט אראפ טריקענע פאקטן פון פאליטעשע נייעס

אוועטאר
באלזאם
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am
לאקאציע: צווישן האמער און נאגל

תגובהדורך באלזאם » מאנטאג יולי 31, 2017 6:25 am

דער איד האט זיך גארנישט געטוישט לעצענס, די איינציגסטע זאך וואס האט זיך געטוישט איז, אז היימישע יונגעלייט הערן אויס טאלק שויס (גואישע און להבדיל אידישע..) וכדומה. דאס מאכט אז מ'זאל ווערן פרוסטרירט ווען א היימישע נייעס קוואל איז בייעס צו די אנדערע זייט.

ווען א צייטאנג ברערגט אראפ בלויז טריקענע פאקטן, וואלט עס געווען צוויי בלעטער לאנג און וואלט געווען אומאינטרעסאנט פאר רוב ליינער. און ווי עימעצער האט שוין ערווענט, איז די סיבה פארוואס זיי זענען גענויגט אויף לינקס, ווייל זיי נעמען די נייעס פון די אלגעמיינע (מעינסטרי"ם בלע"ז) מידיע וועלט. אבער גענויגט צו א זייט דארפן זיי זיכער זיין, כנלע"ד

אדרבה, טאמער איינער קען מיר ברענגען א נייעס קוואל וואס איז נישט איינזייטיג און נאך אלס אינטרעסאנט? (אויסער פאקס ניוז..)
העי, וואטש ווי די טרעטסט, טרעט נישט אין קיין מאראסט. . (קרעדיט: זעמל)

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג יולי 31, 2017 8:58 am

א גרויסן ייש"כ פארן ארויפברענגען דעם נושא
איך בין א ווועכנטליכע דער איד לייענער
אבער לעצטנס עקל איך מיר צו עפענען דעם מעין אפטיילונג, יעדע גרויסע העדליין איז קעגן טראמט, סיי ביי די נייעס און סיי ביים סוף ביי די אנאליזן וכו', נאכנישט געווען קיין גוט ווארט אויף אים אין דער איד!
אז איך וואלט געהאט בעסערס צו קויפן וואלט איך עס נישט געקויפט פאר ביז טראמפ ווערט אויס פרעזידענט (געהעריג, אויב וועט ער רעזיגנירן [ווי סשטייט וועכנטליך אין דער איד] וועלן זיי ווידער זיין פארנומען מיט אים, וועליך מוזן ווארטן אפאר יאר עס צו קענען אנהייבן קויפן)


פארגעסן צו שרייבן; איך הער נישט קיין טאלק שאוס, נישט קיין אידישע און אוודאי נישט קיין גויאישע

און אויב די גויאישע נייעס קוועלער זענען איינזאם מיינט נאכנישט אז אידישע מוזן אויך זיין, אויב ווילמען צושטעלן אינטערעסאנטס, זאל זיין שרייבער פאר ביידע זייטן

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יולי 31, 2017 9:49 am

איך קען נישט האבען קיין טענות אויף דער איד בעצם פאר זייער נארישע רעטארישע פערזענליכע פייט וואס זיי האבען מיט פרעזידענט טראמפ ווייל עס איז נישט אינגאנצען זייער שולד.

עס איז דריי אדער פיר פון יעדע צען מענטשען אין אמעריקע וואס האבען אים נישט גענומען ערענסט פון אנפאנג און זיי האבען אים געלייגט אין די שגעון חלק פון זייער מח, די אלע מענטשען האבען אזוי פיינט טראמפ אז זיי קענען ניטאמאל נעמען א זשאוק איבער טראמפ.

זאג זיי די ווארט טראמפ, יענער ווערט ערענסט און ער פאנגט אן רעדן שטיל: דאס איז נישט קיין קלייניקייט ער איז א עכטע משוגענער ער ארבייט פאר רוסלאנד ער איז א געפאר פאר אמעריקע און ער מאכט חרוב דאס לאנד ער איז א מחוצף און א שלעכטער א ריזיגע נארסיסיט, א נאצי און א קאמיוניסט אין די זעלבע מינוט און ער ניצט עלעקטערנאישע כלים, אלעס וואס מען האט נאר אמאל געטראכט וואס קען זיין שלעכט ליגט אין דעם איינעם נוקלעארע פארשוין.

יא עס איז דא אזאנע מענטשען, אבער ווי קומט צו דער איד צו זיין אזוי שוואך אין מח נישט צו קענען אקצעפטירען זיין געווינס, זיין שטיצע און זיינע פאזיטיווע חלקים. איך האב נישט געוואוסט אז זיי האבען אזאנע שוואכע מחות און זיי קענען אזוי ווינציג פארנעמען.

#טרויעריג
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג יולי 31, 2017 10:07 am

;l;p-
מטעמים האט געשריבן:איך קען נישט האבען קיין טענות אויף דער איד בעצם פאר זייער נארישע רעטארישע פערזענליכע פייט וואס זיי האבען מיט פרעזידענט טראמפ ווייל עס איז נישט אינגאנצען זייער שולד.

עס איז דריי אדער פיר פון יעדע צען מענטשען אין אמעריקע וואס האבען אים נישט גענומען ערענסט פון אנפאנג און זיי האבען אים געלייגט אין די שגעון חלק פון זייער מח, די אלע מענטשען האבען אזוי פיינט טראמפ אז זיי קענען ניטאמאל נעמען א זשאוק איבער טראמפ.

זאג זיי די ווארט טראמפ, יענער ווערט ערענסט און ער פאנגט אן רעדן שטיל: דאס איז נישט קיין קלייניקייט ער איז א עכטע משוגענער ער ארבייט פאר רוסלאנד ער איז א געפאר פאר אמעריקע און ער מאכט חרוב דאס לאנד ער איז א מחוצף און א שלעכטער א ריזיגע נארסיסיט, א נאצי און א קאמיוניסט אין די זעלבע מינוט און ער ניצט עלעקטערנאישע כלים, אלעס וואס מען האט נאר אמאל געטראכט וואס קען זיין שלעכט ליגט אין דעם איינעם נוקלעארע פארשוין.

יא עס איז דא אזאנע מענטשען, אבער ווי קומט צו דער איד צו זיין אזוי שוואך אין מח נישט צו קענען אקצעפטירען זיין געווינס, זיין שטיצע און זיינע פאזיטיווע חלקים. איך האב נישט געוואוסט אז זיי האבען אזאנע שוואכע מחות און זיי קענען אזוי ווינציג פארנעמען.

#טרויעריג

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מאנטאג יולי 31, 2017 10:29 am

רט, יעדעם איינעם.

די וואך האב איך עס נאך געקויפט, אבער איך האב כמעט גארנישט געליינט.
כ׳טראכט ערנסט צו כ׳זאל עס נאך בכלל קויפן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג יולי 31, 2017 10:54 am

איך האף אז זיי לייענען דא, ווייל עס איז באמת א שאד

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג יולי 31, 2017 10:54 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
די באשולדיגונג איז לעכערליך ביז גאר וויבאלד מען דארף נישט האבן צו א לאנגער זכרון צו געדענקען אז דער אויסדריק פעיק ניוז קומט נישט פונעם פרעזידענט נאר עס קומט גאר פון די אלגעמיינע מידיא וואס האט עס אנגעהויבן צו ניצן נאך די וואלן פאריגן נאוועמבער נאכן אומגלויבליכן קלינטאן פארלוסט מיט די טענה אז קלינטאן האט פארלוירן צוליב פעיק ניוז וואס איז פארשפרייט געווארן קעגן איר און דער פרעזידענט האט בלויז אויסגעדרייט דאס געווער קעגן זיי און גענומען שרייען אז זיי זענען די פעיק ניוז.


פעיק!...

די רעשט ווייס איך נישט, און איז אפשר נישט פעיק...
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8011
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יולי 31, 2017 11:34 am

מטעמים האט געשריבן:זאג זיי די ווארט טראמפ, יענער ווערט ערענסט און ער פאנגט אן רעדן שטיל

:P

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג יולי 31, 2017 11:50 am

גם אני מצרף, די גאנצע איד ליינט זיך ווי ער פירט א פערזענליכע פייט מיט טראמפ, עקלדיג.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יולי 31, 2017 2:10 pm

מי ראה את אלו יוצאים ואינו יוצא? גא''מ. די נייעס קוק איך נאר די קעפלעך, און די אנאליזן אפשר צוויי מאל אין די לעצטע פאר חדשים.

די לעצטע צוויי וואכן איז ביטקוין געווען די איינציגסטע ארטיקל וואס איך האב געליינט.און אביסל פינאנציעלע נייעס.

ס'איז באמת א שאד, צווישן גיוס, טראמפ, און צרפת, איז מיר א שאד די דריי דאללער וועכנטליך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג יולי 31, 2017 2:27 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:מיט עטליכע וואכן צוריק ( פרשת חוקת) איז ערשינען אין " דער איד" א בריוו פון א ליינער מיט טענות הלמאי די באריכטן אין " דער איד" איבער פרעזידענט טראמפ ביי די נייעסן ובפרט די פאליטישע אנאליזן זענען זייער אנטי טראמפ גענויגט, ווען מען קען שרייבט מען נעגאטיוו און די פאזיטיווע זאכן ווערן איגנארירט.

איינער פון די פאליטישע שרייבער ענטפערט אים דארט, און דער סך הכל פון זיין ענטפער איז אז זיי שרייבן די נייעס אזוי ווי עס איז און דאס איז דער מצב מיט פרעזידענט טראמפ, זאכן גייען אים נישט גוט און ממילא זעהט די נייעס אזוי אויס.

למעשה אבער, טראצדעם וואס עס איז טאקע אמת אז עס גייט נישט צו גוט פארן פרעזידענט און רוב נייעסן וועגן אים זענען באמת נעגאטיוו, דאך מיין איך אז די נעגאטיווע באריכטן אין " דער איד" זענען נאך אלס שטארק איבערגעטריבן און אסאך מאל אפילו פאלש ( פעיק ניוז בלע"ז) ביי אין די נייעס באריכטן און סיי אין די פאליטישע אנאליזן.

אויף די נייעס באריכטן קען מען לכאורה נישט האבן צופיל טענות וויבאלד א צייטונג ווי דער איד האט לכאורה נישט די מעגליכקייט זעלבסטשטענדיג צו אויסשטעלן די נייעס נאר זיי נעמען עס פון גרעסערע נייעס אגענטורן אבער די פאליטישע אנאליזן דארפן דאך לכאורה יא זיין זעלבסטשטענדיגע אנאליזן פון די שרייבער.

אן אינטערעסאנטע ביישפיל פון א פאלשע באשולדיגונג קעגן טראמפ וואס האט גראדע אויך צו טוהן מיט די פעיק ניוז נושא איז אן אנאליז וואס איז ערשינען אין דער איד בלויז איין וואך נאך דעם פריערדערמאנטן בריוו (פרשת בלק) אונטערן קעפל " לוגענפרעס, פעיק ניוז, און פרעזידענט טראמפ" ווי דער שרייבער ברענגט אינמיטן דעם ארטיקל א באשולדיגונג אז דער אויסדריק "פעיק ניוז" קומט אריגינעל פונעם אויסדריק " לוגענפרעס וואס די נאציס ימ"ש פלעגן ניצן.

די באשולדיגונג איז לעכערליך ביז גאר וויבאלד מען דארף נישט האבן צו א לאנגער זכרון צו געדענקען אז דער אויסדריק פעיק ניוז קומט נישט פונעם פרעזידענט נאר עס קומט גאר פון די אלגעמיינע מידיא וואס האט עס אנגעהויבן צו ניצן נאך די וואלן פאריגן נאוועמבער נאכן אומגלויבליכן קלינטאן פארלוסט מיט די טענה אז קלינטאן האט פארלוירן צוליב פעיק ניוז וואס איז פארשפרייט געווארן קעגן איר און דער פרעזידענט האט בלויז אויסגעדרייט דאס געווער קעגן זיי און גענומען שרייען אז זיי זענען די פעיק ניוז.

און היות וואס פאר מיר און איך שטעל מיך פאר אז אויך פאר אנדערע שטערן די נעגאטיווע באריכטן אויף טראמפ זייער שטארק ( צוליב סיבות וואס איך אליינס פארשטיי אויך נישט) עפן איך דא דעם אשכול צו קענען מודיע זיין צערי ברבים און אויסשמועסן אביסל די פאליטישע אנאליזן וואס ערשיינען אין דער איד יעדע וואך.


יאפ מיר געדענקן גוט ווי די פעיק ניוז מידיע איז נאך די עלעקשען געווען ביזי צו באשילדיגן די אנליין נייעס אנקעגן הילערי אלס "פעיק ניוז"
אין אז דאס איז די שילד פארוואס הילערי האט נעבעך אזוי מיעס פארלוירן
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יולי 31, 2017 2:35 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איינער פון די פאליטישע שרייבער ענטפערט אים דארט, און דער סך הכל פון זיין ענטפער איז אז זיי שרייבן די נייעס אזוי ווי עס איז און דאס איז דער מצב מיט פרעזידענט טראמפ, זאכן גייען אים נישט גוט און ממילא זעהט די נייעס אזוי אויס..


די טענה איז נישט אמת ווייל און די אנדערע היימישע צייטונגען זענען די אנאליזן ווייט נישט בייעסד קעגן טראמפ
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג יולי 31, 2017 2:41 pm

הנאה געהאט צו זעהן דעם אשכול.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » מאנטאג יולי 31, 2017 2:54 pm

איז באמת פארהאן איינער וואס שפירט "דער איד" אלס "צו לינקס", און איז נישט קיין טראמפ אנהענגער (סיי וואספארא שטאפל)?

טראכט אריין אז אפשר איז טאקע אזוי אז איר האט א פראבלעם מיט די געשיכטע, שיסט איר דעם מעסענדזשער.

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

תגובהדורך חיים יענקל » מאנטאג יולי 31, 2017 2:56 pm

sholom88 האט געשריבן:איז באמת פארהאן איינער וואס שפירט "דער איד" אלס "צו לינקס", און איז נישט קיין טראמפ אנהענגער (סיי וואספארא שטאפל)?

טראכט אריין אז אפשר איז טאקע אזוי אז איר האט א פראבלעם מיט די געשיכטע, שיסט איר דעם מעסענדזשער.


גענאגעלט!!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מאנטאג יולי 31, 2017 4:38 pm

איך קויפ שוין נישט דער איד פאר איבער א יאר בלויז צוליב די סיבה.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 2:20 pm

מטעמים האט געשריבן:איך קען נישט האבען קיין טענות אויף דער איד בעצם פאר זייער נארישע רעטארישע פערזענליכע פייט וואס זיי האבען מיט פרעזידענט טראמפ ווייל עס איז נישט אינגאנצען זייער שולד.

עס איז דריי אדער פיר פון יעדע צען מענטשען אין אמעריקע וואס האבען אים נישט גענומען ערענסט פון אנפאנג און זיי האבען אים געלייגט אין די שגעון חלק פון זייער מח, די אלע מענטשען האבען אזוי פיינט טראמפ אז זיי קענען ניטאמאל נעמען א זשאוק איבער טראמפ.


#טרויעריג

סדא א סיבה דערפאר!
ס'דא איינער וואס קען עס פיקסען, דאנאלד דזשעי טראמפ ירום הודו
#טרויעריג
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 3:27 pm

sholom88 האט געשריבן:איז באמת פארהאן איינער וואס שפירט "דער איד" אלס "צו לינקס", און איז נישט קיין טראמפ אנהענגער (סיי וואספארא שטאפל)?

טראכט אריין אז אפשר איז טאקע אזוי אז איר האט א פראבלעם מיט די געשיכטע, שיסט איר דעם מעסענדזשער.

עס איז ״אמאל״ געוועהן א פאליטיק צווישען רעכט און לינק, היינט איז עס צווישען שרייבען פאליטיק נארמאל אדער נישט נארמאל.

נארמאל הייסט: דער פרעזידענט איז געפארען קיין פראנקרייך

נישט נארמאל הייסט: דער פרעזידענט וואס איז נידריג אין די פאולס איז געפארען קיין פראנקרייך טראץ די כאאס אינדערהיים.

דאס איז נאר א קליינע עקזעמפל פון א צייטונג גייט כאדאראם ווען זיי נעמען א פערזענליכע צד אין פאליטיק, זיי זענען אריינגעפאלען אין די טרעפ פון די פאליטיק בזמנינו און זעהען נישט קיין וועג ארויס.

די איינציגסטע עצה איז זיך צו עפענען דעם קאפ און נישט זיין אזוי זעלבסט פארזיכערט אין זייער מיינונג איטס קאללד נעראו מיינדעד.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 5:07 pm

יאפ כ'זעה עס יעדע וואך.
סתם לדוגמה בעלמה ווען רעביצין קושנער האט איבערגענומען טראמפ'ס פלאץ ביי די G-20 סאמיט איז געווען גאר א בייסיגע ארטיקל מיט נאר נעגעטיוו קעגן טראמפ... אין זיי האבן נישט דערמאנט קיין ווארט איבער דעם אז אפילו טראמפס שונה מארקעל האט זיך זייער אנגענומען זאגענדיג אז ס'איז העכסט נערמאל...
מיין קשיא איז נאר פארוואס מוזן זיי נאר נאכשרייבן פון די נ"י טיימס שרייבסט אויך אביסל נאך פון פאקס. אז די אידן וואס זעהן נייעס נאר פון דער איד זאלן עס קענען לעוולען.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 5:11 pm

מטעמים האט געשריבן:עס איז ״אמאל״ געוועהן א פאליטיק צווישען רעכט און לינק, היינט איז עס צווישען שרייבען פאליטיק נארמאל אדער נישט נארמאל.

נארמאל הייסט: דער פרעזידענט איז געפארען קיין פראנקרייך

נישט נארמאל הייסט: דער פרעזידענט וואס איז נידריג אין די פאולס איז געפארען קיין פראנקרייך טראץ די כאאס אינדערהיים.

דאס איז נאר א קליינע עקזעמפל פון א צייטונג גייט כאדאראם ווען זיי נעמען א פערזענליכע צד אין פאליטיק, זיי זענען אריינגעפאלען אין די טרעפ פון די פאליטיק בזמנינו און זעהען נישט קיין וועג ארויס.

די איינציגסטע עצה איז זיך צו עפענען דעם קאפ און נישט זיין אזוי זעלבסט פארזיכערט אין זייער מיינונג איטס קאללד נעראו מיינדעד.


נארמאל הייסט: דער פרעזידענט איז געפארען קיין פראנקרייך
נישט נארמאל הייסט: דער פרעזידענט איז געפארען קיין פראנקרייך און געשטופט אינטערנאציאנאלע פירער כדי אויסצוקומען אוין פארענט פון א בילד

און אז דער פרעזידענט פירט זיך אזוי אויף...
נארמאל הייסט: "מו שוין, איז ער טאקע משוגע, אבער לאמיר זעהן תכלית, די אגענדע"
נישט נארמאל הייסט: "שטופן אינטערנאציאנאלע פירער, איז העכסט נארמאל"

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 5:20 pm

נישט ריכטיג, דאס הייסט ארויסגענימען א דיטעיל און עס געמאכט אלס די הויפט נייעס.

צום צייטונג: א ודאי זאל עס ווערן באשריבען, לייג אבער נישט דיין מיינונג און פראנט פון די נייעס, נישט יעדער אינטערסירט אייער מיינונג.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 7:14 pm

פארשטייט מען שוין טאקע נישט די חילוק פון דזשורנאליזם און עדיטאריעל?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 7:22 pm

ליבלעך האט געשריבן:איך קויפ שוין נישט דער איד פאר איבער א יאר בלויז צוליב די סיבה.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט