אמצעי האט געשריבן:איך הער לעצטענס זיינע שיעורים און איך האב זייער הנאה.
ענדליך איז דא איינער וואס רעדט זאכן פון אונזער קאמיוניטי אן א מורא.
אז די גלייכסט נישט זיין השקפה (וואס איך זעה נישט ער זאגט אייגענע) דאן הער איהם נישט אויס.
מיין פראבלעם איז אז ער רעדט צי ווייניג, עס איז נישט קיין קינץ צי באגראבען דע קאפ אין זאמט און זאגן שלום עלי נפשי.
איינער וואס פארמאכט זיך די אויגן און פארקנייטש דע שטערן און רייבט זיך דע הענט און שרייט רעבע זיכרונעלע ליבראכע מיינט נישט אז ער איז אויסגעקאכט אין עפעס.
ער איז אין חינוך איבער 40 יאר און סאטמאר האט איהם אייביג געטראסט.
ווער נאך ווי איהם זעהט "הענדס אן" וויאזוי אימשילדיגע נשמות ווערן פארנאכלעסיגט אדער אביוזד? ער פאבריצירט נישט קיין מעשות, סך הכל דערציילט ער אביסעל סודות פון חדר.
אויב ברענגט ער ארופ אנדערע מיינונגען מיינט נאך נישט אז די ברויכסט האלטען ווי איהם, די באלאנגסט אין א קהילה זאלסטו דיך גיט אויסקאכען אין זייער השקפה.
במילא כדי איהם ארופ צי רייסען ברויך מען איהם מאכן פאר א עם הארץ וואס קען נאר חימוש רש"י וכו' וכו'
עס טיט מיר זייער וויי וויאזוי אין תשע"ט קענען נאך מענטשען זיין בלינד און ארופ רייסען איעדע וויכטיגע געברויך פאר הצלת נפשות ממש אלץ ווייל מען האט א סטיגמע פון אימעזש מענעזשמענט.
ר' שאול חזק ואמץ גיי אן מיט דיין הייליגע ארבייט, האלט דיך נישט צוריק פון זאגן דעם אמת.
איר קומט אריין אינמיטן א שמועס, קיינער האט דא נישט קיין טענות איבער זיינע געוואלדיגע לייסטונגן פאר דור, זיין איבערגעגעבנקייט פאר דעם ליידנדן, א זאך וואס איז ווערט צו באזינגן און באלויבט ווערן, הצלת נפשות קומט נישט דא אריין.
ב.ד.וו. איך האב גארנישט געזען עפעס ער זאל זאגן פארקערט ווי דער שיטה פון סאטמאר רב זי"ע, איך האב גארנישט מיט די גאנצע נושא, איך האב גערעדט פון דער געדאנק און נישט פון קיין פרטים, און קיינער דא האט נישט געזאגט אז ער קען נאר חומש רש"י,
בתקוה להבנה.