בלאט 7 פון 35

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:20 pm
דורך עפעס נייעס
איינער האט ר' שמואל ניימאנ'ס נומבער?
איך זוך עס מיט לעכט

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:34 pm
דורך פאראויס
א שאד עס קומט פארפאקט @ די מאמענט
איך מיין עס איז צייט אפצוטיילען נפשי פון מאמענט.[/quote]

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 5:32 am
דורך פאר'מוח'ט
זייער א פיינע ארבעט, גראדע פונעם שרייבער'ס טישל וואלט איך נישט אזוי שטארק נתפעל געווארן פון דעם, אבער די תוכן איז להפליא, הגם מ'קען זיך דינגען דא דארט, אבער ווי פארשטייט זיך אין יעדער זאך איז פארהאנען דעות קאנפליקטען.

נפשי #7

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:58 am
דורך נפשי
אין נפשי #7: אינהאלטסרייכע אינטערוויו מיט דעם הויפט פסיכיאטער פון קארנעל, דאקטאר יוסטין מאהאט - א שמועס ארום דעם טיש מיט די אקופעשאן קליקע - א בעיבי וואס ליידט גייסטיש? - טראומא הילף און פיל נאך.

Nafshi #7.jpg
Nafshi #7.jpg (391.11 KiB) געזען 8126 מאל

נפשי אלערטס

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 29, 2018 2:01 pm
דורך נפשי
נפשי אלערטס.jpg
נפשי אלערטס.jpg (363 KiB) געזען 8033 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:41 am
דורך fiena nieas
שוואך

נפשי #8 ערשיינט לכבוד שבועות

געשריבן: מיטוואך מאי 16, 2018 8:32 pm
דורך נפשי
01B940CB-A30B-4F2E-AFBE-974448013AC4.jpeg
01B940CB-A30B-4F2E-AFBE-974448013AC4.jpeg (431.89 KiB) געזען 7733 מאל

געשריבן: דאנערשטאג מאי 24, 2018 8:36 pm
דורך נכד
טאקע זייער א וויכטיגער ארטיקל מיט הרב מלימינוב. גוט פאר יונג און אלט. גוטע פונקטן וואס עלטערן און קינדער דארפן אמאל דערהערן און עס ווערט גוט אויסגעקנאטן!

נ.ב. פארוואס דארף זיך כמעט יעדע צווייטע פאראגראף אנהייבן מיט ״דער רב זאגט״ אדער ענליכס. סשטייט נישט ביים אנהייב ווער ער זאגט אלעס?.

געשריבן: פרייטאג מאי 25, 2018 12:22 am
דורך פרידן
זייער שיינע ארטיקל אבער וואס רבונו של עולם האט דאס מיט גייסטישע פראבלעמען
איך מיין זיי קענען שוין טוישן נאמען צו ביתי

געשריבן: פרייטאג מאי 25, 2018 12:53 am
דורך fiena nieas
פרידן האט געשריבן:זייער שיינע ארטיקל אבער וואס רבונו של עולם האט דאס מיט גייסטישע פראבלעמען
איך מיין זיי קענען שוין טוישן נאמען צו ביתי

צוויי ענטפערס האב איך פאר דיר. איינס , מענטשן מיט גייסטישע פראבלעמען ווערט דער פראבלעם סך ערגער אזוי ווי ער שרייבט. צווייטענס, די גייסטישע פראבלעמען וואס קימט ארויס פון אזאלכע סיטיועישאנס איז אין לשער . פרעג נאר די טערעפיסטען

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:33 am
דורך נפשי
״נפשי 10״, לכבוד יו״ט סוכות, צו באקומען בייגעלייגט אין די מעגא מאמענט פעקעדזש.

29E8F35C-7E9E-4540-AF43-7914734C666C.jpeg
29E8F35C-7E9E-4540-AF43-7914734C666C.jpeg (231.16 KiB) געזען 6850 מאל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:03 am
דורך קוגל מיט פיקל
נפשי איז דאס מאל ווי אלעמאל א באמבע.
דער מבקשים ארטיקל האב איך שטארק געגליכן. קומט אריין זייער קלאר און שטארק צום ענין.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:08 pm
דורך וואוילע שעפעלע
ווער שרייבט איבער מבקשים? בן מנחם?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:21 am
דורך יאסעלע
די נפשי ארבעט זיך פעסט ארויף, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו פאר אזעלכע וואס האבן נישט קיין עי בי סי (כ'האף אז כ'האב טאקע נישט...)

נפשי 11

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:44 am
דורך נפשי
29AD7DF7-4CEA-44CC-A623-D2578F61AB30.jpeg
29AD7DF7-4CEA-44CC-A623-D2578F61AB30.jpeg (240.15 KiB) געזען 6359 מאל

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:55 am
דורך אלי' מקוה יוד
גייט עס שוין זיין חודש'ליך?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:56 am
דורך אלי' מקוה יוד
די סוכות אויסגאבע ווארט נאך אויף מיר אויפן נאכט קעסטל..

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:14 pm
דורך עכט היימיש
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:גייט עס שוין זיין חודש'ליך?

יא, אזוי האבן זיי געשריבן סוכות.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:33 pm
דורך פעיק ניוז
ביי די פערסאנאליטי דיסארדער חלק ברענגען זיי תגובות פון אייוועלט.

חודש'ליכע נפשי 11# ערשינען אין די געשעפטן

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:41 pm
דורך נפשי
פערסאנאליטי דיסארדערס אין פארהייראטן לעבן
דער ברענענדיגער חסיד וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין א ישיבה'שער שטוב, הרב איצי הוראוויץ, נעמט אדורך יסודות אין שלום בית און ערקלערט וויאזוי א פערסאנאליטי דיסארדער קלאפט אויס אין פארהייראטן לעבן, מיט ראט און טאט פאר באטראפענע

דער קאנאן וואס העלפט טויזנטער
דער ווירקזאמער דריי-פאכיגער מדריכים, מחנכים, תלמידים סיסטעם און דער מאטא פון הרב ישעי' וועבער שליט"א פון ירושלים: יעדער מענטש קען אנקומען צו זיין העכסטן פאטענציאל.

מיינע 21 יאר אין גיהנם
"א רואינירטע משפחה, בחורים אן ישיבות, ענדלאזע קריגערייען, קיין פרנסה אין שטוב, דאס זענען בלויז טייל פון מיינע מיטמאכענישן פון צוויי-צענדליג יארן אונטער BPD טיראניע. דאס ערגסטע פון אלעם איז די איינזאמקייט און די געפערליכע באשולדיגונגען פון סיי ווער עס מיינט אז ער פארשטייט" – אריגינעלע שילדערונג פון א. מיטגעמאכטער עקסקלוסיוו צו "נפשי"

שוואכע סעלף קאנפידענץ און "סאושעל ענקזייעטי": 3 מומחים געבן הדרכה וויאזוי זיי צו באקעמפן // דער ריכטיגער קשר צווישן עלטערן און צענערלינגען // אויסהערן דעם "לא יוצלח"? – בן מנחם אנאליזירט

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 9:38 am
דורך ממש אזוי
דע שילדערונג פון דעם ביטערן שיקזאל פון לעבן אינעם פערסאנעלעטי דיסארדער גהינם, איז הארצרייסענד. איך בין פשוט נישט קלאר פארוואס ער איז געבליבן אין דעם מערידזש, און צו ער אליין איז געגאנגען צו טערעפי, און געטון וואס מען דארף.

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 10:55 pm
דורך קוואדער
פעיק נוז האט געשריבן:ביי די פערסאנאליטי דיסארדער חלק ברענגען זיי תגובות פון אייוועלט.

קען אפשר איינער צוצייכענען די תגובות וואס זענען נאכגעברענט געווארן אין נפשי

געשריבן: זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:42 am
דורך זייער קלוג
עכט היימיש האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:גייט עס שוין זיין חודש'ליך?

יא, אזוי האבן זיי געשריבן סוכות.

עס איז שוין ארויס געקומען פאר די וואך איינס!

חודש׳ליכע זשורנאל ״נפשי #13״ ערשינען!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 6:29 pm
דורך שלשה אחים
חודש׳ליכע מענטל העלט זשורנאל ״נפשי #13״ -- בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך פר׳ מקץ - שבת חנוכה

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:25 pm
דורך חושב מחשבות...
זייער פיינע אויסגאבע די חודש.

איך וויל נאר פארשטיין 1 זאך, די 'געמבלער'ס געשיכטע' ארטיקל, צו-וואס נעמען א פאפולערע אינטערוויו פון קול מבשר, און נאכקאפירן ממש ווארט ביי ווארט? ניטאמאל צוגעלייגט עפעס פרישע פאקטן???