קינדערליך - וועכנטליכע אויסגאבע פאר קינדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובה דורך דוד משה »

אידן פ(ר)יינט

די היסטאריע האט געוויזן אז אזעלכע סארט תגובות רעדיצירן די לייף-ספען פון א ניק, אלזא גיב זיך אכטונג.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

די טענער דא זענען זייער שארף.
ברוך הבא הרב אידן פריינד, איך בין אויך א שרייב קראפט, כאטש וואס מיינע זאכן ווערן נישט געלעזט דורך טויזנטער מיליאנען צופרידענע ליינער פון פילע היימישע אויסגאבעס, ווייל איך בין בכלל נישט קיין שרייבער פאר פרנסה.
אבער אדרבא, ווילסט כאפן מיט מיר א נארמאלער שמועס ברבים און נישט ענפערן "האב הצלחה" אויף יעדע אויפריכטיגע פראגע, דעמאלט בין איך רעדי צו כאפן פון דיר פון דיינע שרעקעדיגע פיילן בחפץ לב.
איז ביטע ליינט מיינע פראגן צון "קינדערליך" ניק און ענטפערט מיר דערויף, דערנאך וועלן מיר ממשיך זיין, גרייט?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובה דורך בנימין »

לאמיר אריינקומען דא מיט מיינע צוויי צענט:
איך קען גוט מר קינדליין, כ'האב געהאט די זכי' צו האבן א האנט ביים ארבעטן אויף קינדליין אין די בראשית טעג,
און איך קען גוט מר קינדערליך-בליץ-טריביון, און איך האב אויך געהאט אסאך די געלעגנהייט צו ארבעט מיט אים איבער די יארן אויף זיינע פובליקאציעס, כאטש נישט אויף קינדערלעך.

יעצט לאמיר מאכן סדר:
מר קינדליין איז דא געקומען אהערצושטעלן א היי ענד פראדוקט, ער האט געמאכט א ריזן ריזיקאלישע אינוועסטמענט, נאר גענומען ארבעט פון די טאפ אוו די ליין און געצאלט טאפ דאלער, און ב"ה ס'זעט זיך אויס אז ס'צאלט זיך אויס.

מר קינדערלעך שיטה אחרת היתה לו. זיין שיטה איז אז ס'לוינט נישט צו אינוועסטן גרויס געלט, ווען רוב עולם באגעניגנט זיך מיט האוממעיד סחורה, לייכטע זאכן וואס ער קלאפט אליינס צוזאם. נו אדרבה, אז ס'ארבעט פאר אים זאל אים וואויל באקומען. עס זעט אויס ווי מיט דער בליץ און טריביון מאכט ער געלט, נו, האט ער א רעכט צו מאכן א קינדער אויסגאבע אויך.

יעצט וואס איז די גרויסע ווייגעשריי?
ווען ער איז ארויסגעקומען מיט דער בליץ און נאכגעמאכט דער שטערן אויפ'ן האר האביך נישט געהערט קיין שרייען חי וקיים. עפעס דא מיט קינדליין איז דער 'עולם' זייער פארווייטאגט. ס'זעט אויס ווי די טראמפיסטן האבן זיך פארליבט אינעם קינדליין און ס'טוט זיי זייער וויי אז איינער מאכט נאך זייער העלד. ס'זעט אויס ווי איינער האט דא אן אגענדע צו בלאזן דעם ווינט פון דעת הציבור אקעגן קינדערלעך.

נו, ווער קען עס זיין?
אז כ'וועל זאגן אז יעך האב געהערט איינעם זיך בארימען אז איינער צאלט אים צו העצן, וועט יעדער זאגן אז איך גלייב אין קאנספיראציעס...
שוין, גענוג געזאגט.

וואס כ'על יא זאגן איז אז אין די מארקעטינג וועלט איז דא א באגריף פון אוטרעידזש לופ, דאס הייסט אז מ'שטופט אין די נייעס עפעס אן עוולה, גלייך דערנאך כאפט מען אפאר מענטשן וואס זענען זייער אויפגערעגט דערויף, דאס איז די אוטרעידזש. דערנאך לויפט מען פאמפן אין די נייעס אז ס'הערשט אן אוטרעידזש וואס ברענגט נאך מענטשן וואס ברענגט נאך נייעס וחוזר חלילה אין א לופ.

כ'מיין אז מ'זעמיר אין א לופ דא - און וויאזוי זאגט די וועלט? טרעפסטעך אין א גרוב, סטאפ גרובן!
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אידן פריינט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 8:40 am

תגובה דורך אידן פריינט »

א גרויסן דאנק פאר'ן ליינען און רעאגירן צו מיינע ווערטער וואס זענען פילייכט געווען אביסל צו שארף, אבער איך ווענד זיך דא צו אייך מנהלים פון אונזער וועלטל און אלע ליינער, די רעאקציעס וואס איך האב באקומען זענען בלויז נאך א באווייז אויף מיין מיינונג אז ווי עס שיינט איז דאס "יא" אביסל איינזייטיג פאר קינדליין... איך האב באקומען טבין ותקילין פאר מיינע שארפע ווערטער, אבער אזעלכע אויסדרוקן ווי אנטיסעמיט אדער אידן פיינט דאס זעה איך זענען יא טאלערירט געווארן.

והעיקר וויל אייך אלע זאגן אזוי, איך דערשרעק זיך גאנץ ווייניג פון אייערע סטראשונקעס וואס זענען לדעתי אומבארעכטיגט, און איר קענט פארמאכן מיין אשכול ווען אימער איר האט נישט עפעס אנדערש וואס צו טוהן. איך וועל אי"ה ווייטער אנגיין און פארזעצן מיין עבודת הכתיבה בעוז ותעצומות.

איך נעם ווייטער אן אטאקעס און פיילן אויף מיין ריכטונג! ביטע שטעלט אייך אין א גלייכע רייע און זיך נישט שטופן... יעדער וועט אי"ה קענען אנקומען צו מיר...!
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אידן פריינט האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר'ן ליינען און רעאגירן צו מיינע ווערטער וואס זענען פילייכט געווען אביסל צו שארף, אבער איך ווענד זיך דא צו אייך מנהלים פון אונזער וועלטל און אלע ליינער, די רעאקציעס וואס איך האב באקומען זענען בלויז נאך א באווייז אויף מיין מיינונג אז ווי עס שיינט איז דאס "יא" אביסל איינזייטיג פאר קינדליין... איך האב באקומען טבין ותקילין פאר מיינע שארפע ווערטער, אבער אזעלכע אויסדרוקן ווי אנטיסעמיט אדער אידן פיינט דאס זעה איך זענען יא טאלערירט געווארן.

והעיקר וויל אייך אלע זאגן אזוי, איך דערשרעק זיך גאנץ ווייניג פון אייערע סטראשונקעס וואס זענען לדעתי אומבארעכטיגט, און איר קענט פארמאכן מיין אשכול ווען אימער איר האט נישט עפעס אנדערש וואס צו טוהן. איך וועל אי"ה ווייטער אנגיין און פארזעצן מיין עבודת הכתיבה בעוז ותעצומות.

איך נעם ווייטער אן אטאקעס און פיילן אויף מיין ריכטונג! ביטע שטעלט אייך אין א גלייכע רייע און זיך נישט שטופן... יעדער וועט אי"ה קענען אנקומען צו מיר...!

i agree with you 100%
איך האב גארנישט מיט קינדערליך אין נישט קיין שום אינטערעסע אין דעם מער ווי מיט א צווייטע מאגעזין ואעפי"כ זענען מיינע פאזיטיווע תגובות שנעל פארמעקט געווארן אפילו זיי האבן נישט געהאט קיין שום איינזייטיגקייט לטובת קינדערלעך, ווייל עס קען ח"ו זיין א פגיעה אין קינדליין.
דאס איז קלאר אז ס'איז בייעסד דא לטובת קינדליין, זעה נאר ווי זיי אדווערטייזן דא אין גרויסן ואין פוצה פה ומצפצף.
כ'האף אז די וועסט דאס נאך עספיען צו זעהן פאר עס ווערט פארמעקט
[אגב - איך האב נישט געהאט קיין צייט דורך צו גיין אלעס וואס איז געשריבען געווארן דא די לעצטע צוויי טעג, מיין תגובה איז נאר וואס איך האב צוטירט פון אייך]
אידן פריינט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 8:40 am

תגובה דורך אידן פריינט »

א גרויסן דאנק ר' נחום פאר אייערע אויפריכטיגע ווערטער
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נחום וואהלינער האט געשריבן:דאס איז קלאר אז ס'איז בייעסד דא לטובת קינדליין, זעה נאר ווי זיי אדווערטייזן דא אין גרויסן ואין פוצה פה ומצפצף.

אדווערטייזן טארן זיי אויך נישט? דאס איז נישט קיין פראבלעם, פאר געלט מעג מען אלעס.

אבער אז די נארמאלע שמועסן זאלן אזוי צענזורירט ווערן על לא שום דבר האט קיין שום פשט נישט, ריין רשעות.

(דאס ווי-געשריי פון אידןפריינט וועט קיין סאך נישט אויפטון, לענ"ד זאל ער זיך מער אריינלייגן אין די בינגאו אשכול אדער אין לאמטערנע...).
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:דאס איז קלאר אז ס'איז בייעסד דא לטובת קינדליין, זעה נאר ווי זיי אדווערטייזן דא אין גרויסן ואין פוצה פה ומצפצף.

אדווערטייזן טארן זיי אויך נישט? דאס איז נישט קיין פראבלעם, פאר געלט מעג מען אלעס.

אבער אז די נארמאלע שמועסן זאלן אזוי צענזורירט ווערן על לא שום דבר האט קיין שום פשט נישט, ריין רשעות.

(דאס ווי-געשריי פון אידןפריינט וועט קיין סאך נישט אויפטון, לענ"ד זאל ער זיך מער אריינלייגן אין די בינגאו אשכול אדער אין לאמטערנע...).

אז ס'איז א באצאלטע עד זאל אזוי שטיין, פונקט ווי ביי אנדרע
נאכאמאל איך פארגין זיי עס, כ'האב גארנישט קעגן זיי, ס'איז גראדע גאנץ א שיינע אויסגאבע
אבער היתכן פארוואס מעקט מען אויס תגובות על לא דבר?? וואס איז שלעכט מיט דעם אז כ'האב געשריבן אז ס'האט זיך פארקויפט מער איך האב געמיינט אז ס'וועט גיין??
און אידן פריינטס קשיא היתכן בייסעדיגע תגובות וואס אטאקירן א ניק מעקט מען נישט, ס'איז קעגן די תקנות
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל, יוסף שמואל דערציילט אז עס קומט פון בליץ-טריביון מערכת, אז קענטעלאופ האט זיך באוויזן דא און טענה׳ט אז זיין זוהן האלט זייער דערפון, איז עס באשטעטיגט.

נאכדעם איז דא א שטיקל סתירה, יוסף שמואל טענה׳ט אז "אלע" ארטיקלען זענען שוין געשטאנען אין בליץ אדער טריביון, אנדערע טענה׳ן אז די גאנצע זאך איז נאכגעמאכט פון קינדליין. ברויך מען ערשט מחליט זיין וועלכע איז וואר, נאכדעם וועט מען קענען זעהן ווייטער צו זיי זענען דא צו אינגאנצן נאכמאכן קינדליין, אדער צו מאכן נאכאמאל געלט אויף זייערע אלטע ארטיקלען.

די קינדליין האט דאהי א פאראייניגטע באזע פון שטיצער, צופיל אז מען זאל קענען טראכטן אז דאס זענען אלע איינגעשטעלטע דארט (אפשר פאר די ניי געבוירענע קינדערליך ניקס קען זיך דאכטן אז דאס זענען דאפלטע ניקס, אבער ניין, דאס זענען עקסטערע מענטשן). דאס איז נישט פון היינט, און נישט פון די טאג וואס קינדערליך איז ערשינען, נאר פון די טאג וואס קינדליין איז ערשינען. די איינציגסטע ביאור דערויף איז, אז זיי סערווירן א מעכטיגן פראדוקט.


אידן פריינט האט געשריבן:אזעלכע אויסדרוקן ווי אנטיסעמיט אדער אידן פיינט דאס זעה איך זענען יא טאלערירט געווארן.

מאכט אייך נישט תם׳וואטע.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אגב, איך קויף קינדליין יעדע וואך, איך פלאן נישט צו טוישן צו קינדערליך, הגם וואס בליץ און טריביון קען איך פארנעמען,האלט איך אבער נישט אז עס איז דא א מעגליכקייט נאכצומאכן קינדליין.

מיט דעם אלעם איז נישט קיין יושר אז דאס וועלטל אנפירער זאלן זיך אזוי איינזייטיג אויפפירן אין די עפענטליך.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

sholom88 האט געשריבן:וואס איז פשט פון די פירקלעריי איבער די זעלבע חלל נושא? יעדער עפענט טעגליך געשעפטן ווייל זיי האלטן אז זיי קענען מאכן פרנסה. אויב זענט איר צופרידן מיט אייערע מאטריאל, און זוכט נישט קיין פרישע, קופט עס נישט. עס איז נישט פארהאן קיין שום בענעפיט פון זיך רעגן דא. אויב האלט איר אז ער איז שוין יאהר[ן] אין די קאפי-פעיסט ביזנעס, מיינט דאס אז ער איז יאהרן אין די דרוק געשעפט. טא דארף ער זיך פאר קיינעם נישט פארענטפערן אויב ער האט צוגעלייגט א ביילאגע אדער ארויסגעקומען מיט א נייע פאבליקאציע.

איך האב נישט קיין שום נגיעה צו קיינעם איך קויף נישט קיין איינע פון די איוסגאבעס
אבער איך באציע זיך צו וואס יעדער פארגלייכט דאס צו געשעפטען און גראסעריס וואס עפענען זיך אויף יעדע גאס, איז אין המשל דומה לנמשל. א גראסערי איז נישט קיין נייער אויסטרעף עס גייט שוין אן ווילאנג מען קען היסטאריע, און איין גראסערי איז נישט גענוג מען מוז האבן אויף יעדע געגענט נאך אסאך קע"ה .און אפילו ליין מאטעריאל פאר ערוואקסנע איז יעדער אנדערש און מען קען האבן א ריזיגע אויסוואהל כדי יעדער מענטש און יעדער חסידות זאל טרעפן את שאהבה נפשו. אבער עס איז אנדרעש ווען איינער האט א נייע ערפינדונג (פאר ניייע ערפינדונגען מאכט מען געוויינלעך קאפירייט פאטענטן פאר א ריעזען) יענער האט געזען אז עס איז דא א מאנגעל אין קוואלעטי לייען מאטעריאל פאר די יןנגע קינדער און האט זיך געבראכען קאפ און האט אויסגעטראפן א נייע סארט צוגאנג און צאלט ריזיגע געלטער עס אל זיין גוט און פיין ברחניות און גשמיות, נאכער קומט א צווייטער און נעמט יענעם'ס איידיע און מאכט עס נאך מיט א בלעכענם פנים, דאס איז נישט די זעלבע ווי נאך א גראסערי

אבל אי איתמר הכי איתמר, אויב וויל איר א משל פון א געשעפט איז גוט צו נעמען די LOWES געשעפט וואס איזא קאמפעטישאן פאר די בארימטע האום דיפאט. סאיז באקאנט אין די ביזנעס וועלט אז LOWES טוט גאר א נידריגע אקציע אז זיי לאזען האום דיפאט טון זייער היימארבעט אויף יעדע געגענט, וואס קאסט האום דיפאט שווערע טויזענטער אדער מיליאנע דאלער, זיכער צו מאכן וועלעכע געגענט איז די בעסטע פאסיג, און נאך לאנגע יארן ריסורטש און ענדלעך עפענען א נייע סטאר אויף א געגענט קומט זיך אן LOWES ווי א מחותן און עפענט אויך א נייע געשעפט אפאר גאסען אוועק, אמת זיי מעגען דאס טון על פי געזעץ אבער עס ברענגט א ווידערווילן און אפשיי ביי נארמאלע פארשטענדלכע ביזנעסלייט, כאטש לאו'ס איז אביסעל באקוועמער אדער בילייגער וועט מען ענדערש שטיצן האום דיפאוט און נישט די קאמפעטישאן וואס בענוצט זיך מיט ביליגע מיטלען און רייט אויף יענעמס סוקסעס נאכדעם וואס יענער האט אריינגעלייגט אזויפיל געלט דמים תרתי משמע

די נמשל פארשטייט יעדער (אדער בלשון אחר " ווער עס וויל"]
לעצט פארראכטן דורך דניאל אויערבאך אום פרייטאג מארטש 17, 2017 3:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כוכב
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:25 pm

תגובה דורך כוכב »

צווישן די היציגע און שארפע טענער וועל איך אריינקומען כשושנה בין החוחים...

יא מיינע קינדער זענען שיכור פאר קינדליין אבער די ערשטע וואך האב איך אלץ נייגעריגקייט געקויפט קינדערליך און זיי האבן זייער הנאה געהאט דערפון און דעי וואך איז עס שוין געהעריג אריין אין די ארדער! און זיי באלעקן זיך דערמיט!

איך זעה נישט פארוואס יעדער מיט א ניק דארף הייזריג ווערן אז ס'איז דא א קאמפטישאן, דאס איז פאר אונז קאוסטמערס א גוטע זאך, מיר קענען נאר פארדינען דערפון. געט'ס נאר א קוק אויף די פאקט אז קינדליין איז ארויף געטאנצן צו 56 זייטן און זיי האבן צוריקגעברענגט אונזער אלעמען באליבטן גדי פוללאק!

איך וועל אי"ה בלייבן א קאוסטמער פון ביידע אויסגאבעס, קינדליין וואס קומט אן מאנטאג וועט מען ליינען ביז שבת און שבת וועט מען ליינען קינדערליך
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובה דורך ישעי בלום »

מיסטעריעז האט געשריבן:לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל, יוסף שמואל דערציילט אז עס קומט פון בליץ-טריביון מערכת, אז קענטעלאופ האט זיך באוויזן דא און טענה׳ט אז זיין זוהן האלט זייער דערפון, איז עס באשטעטיגט.

נאכדעם איז דא א שטיקל סתירה, יוסף שמואל טענה׳ט אז "אלע" ארטיקלען זענען שוין געשטאנען אין בליץ אדער טריביון, אנדערע טענה׳ן אז די גאנצע זאך איז נאכגעמאכט פון קינדליין. ברויך מען ערשט מחליט זיין וועלכע איז וואר, נאכדעם וועט מען קענען זעהן ווייטער צו זיי זענען דא צו אינגאנצן נאכמאכן קינדליין, אדער צו מאכן נאכאמאל געלט אויף זייערע אלטע ארטיקלען.

די קינדליין האט דאהי א פאראייניגטע באזע פון שטיצער, צופיל אז מען זאל קענען טראכטן אז דאס זענען אלע איינגעשטעלטע דארט (אפשר פאר די ניי געבוירענע קינדערליך ניקס קען זיך דאכטן אז דאס זענען דאפלטע ניקס, אבער ניין, דאס זענען עקסטערע מענטשן). דאס איז נישט פון היינט, און נישט פון די טאג וואס קינדערליך איז ערשינען, נאר פון די טאג וואס קינדליין איז ערשינען. די איינציגסטע ביאור דערויף איז, אז זיי סערווירן א מעכטיגן פראדוקט.


אידן פריינט האט געשריבן:אזעלכע אויסדרוקן ווי אנטיסעמיט אדער אידן פיינט דאס זעה איך זענען יא טאלערירט געווארן.

מאכט אייך נישט תם׳וואטע.

גם אני מצטרף
נ"ב איך האב געקויפט ביידע קינדערלעך און עס איז זייער פיין און זיס.
און איך קען איינע פון די מגיהים אין קינדליין און ער זאגט מיר אז קינדליין באדערט בכלל נישט אז עס איז דא א קאמפעטישאן זיי האבן געוואוסט אז עס גייט קומען, און אויב קינדערלעך וועט זיך נישט אויסארבעטען וועט בדרך הטבע קומען א צווייטער, כך הוא דרכה של עולם.

צו עס באדערט זיי אז מען האט גענוצט זייער סטייל און רעיונות, לכאורה יא אבער ווי ווייט איך ווייס טוען זיי גארנישט און ווען זיי זאלן וועלן באגראבן די קינדערלעך קענען זיי דאס פארמאכן ליגאל און עפ"י הלכה אבער זיי זוכן עס נישט, עס גייט זיי נישט אן.

נאך מער, עס זענען דא גראסעריס וואס האבן מציע געווען פאר קינדליין נישט אריינצונעמען קינדערלעך, און קינדליין האט זיי קלאר אנגעווארנט אז מען מוז ארייננעמען קינדערלעך און זיי געבן די גאנצע כבוד הראוי וואס יעדער מאגאזין און צייטונג האט רעכט צו באקומען (איך האב עס מברר געווען!).
ועוד ועוד, איך זוך נישט צו דערציילן אלעס.
גיין זאגן אז זיי פירן א בייעס אפעראציע איז נעריש און קינדעריש, איך קען די חשוב'ע מלמדים און מחנכים וואס פירן דאס און זיי שטייען העכער דעם, זיי האבן נישט קיין צייט צו די שטותים.
און פאר די אלע נייע ניקס פון קינדערלעך זאג איך: ליבע זיסע אידן א שאד זיך צו עסן דאס געזונט און זיך צו בייזערען און פארקויפן קאנספיראציעס, קיין שום קינד ליינט נישט אייוועלט און וואס איר שרייבט דא אדער אין אנדערע מקומות מאכט נישט אויס אויף די סעילס. ווילט איר מצליח זיין? לייגט אייך אריין מער אין אויפארבעטען אייער מאגאזין ווייל דאס קאונט.
עס ברענגט אייך נישט קיין כבוד און נישט קיין קאסטומער'ס.
לעצט פארראכטן דורך ישעי בלום אום פרייטאג מארטש 17, 2017 3:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובה דורך ישעי בלום »

כוכב האט געשריבן:צווישן די היציגע און שארפע טענער וועל איך אריינקומען כשושנה בין החוחים...

יא מיינע קינדער זענען שיכור פאר קינדליין אבער די ערשטע וואך האב איך אלץ נייגעריגקייט געקויפט קינדערליך און זיי האבן זייער הנאה געהאט דערפון און דעי וואך איז עס שוין געהעריג אריין אין די ארדער! און זיי באלעקן זיך דערמיט!

איך זעה נישט פארוואס יעדער מיט א ניק דארף הייזריג ווערן אז ס'איז דא א קאמפטישאן, דאס איז פאר אונז קאוסטמערס א גוטע זאך, מיר קענען נאר פארדינען דערפון. געט'ס נאר א קוק אויף די פאקט אז קינדליין איז ארויף געטאנצן צו 56 זייטן און זיי האבן צוריקגעברענגט אונזער אלעמען באליבטן גדי פוללאק!

איך וועל אי"ה בלייבן א קאוסטמער פון ביידע אויסגאבעס, קינדליין וואס קומט אן מאנטאג וועט מען ליינען ביז שבת און שבת וועט מען ליינען קינדערליך

שיין געזאגט, גוט געזאגט!
גם אני בתוכם, ווי געזאגט פריער.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובה דורך ישעי בלום »

נחום וואהלינער האט געשריבן:איך האב גארנישט מיט קינדערליך אין נישט קיין שום אינטערעסע אין דעם מער ווי מיט א צווייטע מאגעזין ואעפי"כ זענען מיינע פאזיטיווע תגובות שנעל פארמעקט געווארן אפילו זיי האבן נישט געהאט קיין שום איינזייטיגקייט לטובת קינדערלעך, ווייל עס קען ח"ו זיין א פגיעה אין קינדליין.
דאס איז קלאר אז ס'איז בייעסד דא לטובת קינדליין, זעה נאר ווי זיי אדווערטייזן דא אין גרויסן ואין פוצה פה ומצפצף.
כ'האף אז די וועסט דאס נאך עספיען צו זעהן פאר עס ווערט פארמעקט
[אגב - איך האב נישט געהאט קיין צייט דורך צו גיין אלעס וואס איז געשריבען געווארן דא די לעצטע צוויי טעג, מיין תגובה איז נאר וואס איך האב צוטירט פון אייך]

איך פארשטיי נישט, איך קוק די קינדליין אשכול דארט לעבט און שיינט א שיינע פאר תגובות פון הרב נחום מיט קריטיג און עס לעבט און קיינער מעקט נישט.
וואס דרייט איר א ספאדיק?

אבי געזונט

גוט שבת מושי גוט שבת זושא'לע לייגט אייך שלאפן די זמן איז שפעטער די וואך, מען דארף זיין אויסגערוט ביים סעודה.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

תגובה דורך דע מה שתשיב »

איך וואלט געראטן די טריביון/בליץ/קינדערליך צו פארמאכן איינע אדער צוויי פון זיי, און זיך קאנצענטרירן אין איינע פון זיי. לכאורה וואלט קינדערליך געווען די שטארקסטע אייטעם, אבער שפרינגען אויף דריי חתונות, בלייבט מען קרח מכאן וקרח
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

געקויפט איינס, הערליך איז נישט דאס ווארט.

כאב אנגעזאגט מיינע קינדער עס צו קויפן פאר די אייניקלעך אויף שבת.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

יהודי האט געשריבן:געקויפט קינדערליך אין עס איז בכלל נישט געווען עפעס ספעציעל איך פלאן עס מער נישט צו קויפן

Announcement
Or announce.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

אידן פריינט האט געשריבן:רבותי! גיבט נישט אויף מיט אייער איינזייטיגע שנאה קעגן דעם נייעם "קינדערלעך" וואס קומט געוויס נישט פון קנאה, נאר בלויז לשם שמים... אבער גלייכצייטיג דארפט איר פארשטיין אז "קינדערלעך" וועט אויך נישט אזוי שנעל אויפגעבן...

אצינד ערנסט גערעדט, קומען מיר דא מיט א שארפע ווארענונג, מעלת כבודי איז ב"ה באשאנקען געווארן מיט א זעלטן-רעטארישן שרייב קראפט ברוב חסדי השי"ת [ובמאמר המוסגר האבן מיר די זכי' צו שרייבן וויכטיגע ארטיקלען וועכנטליך אין עטליכע גרויסע צייטשריפטן וואס ווערן געליינט דורך צענדליגער טויזענטער אידן בליע"ה איבער די וועלט] און אויב די עטליכע פארביסענע קעגנער פונעם קינדערלעך וועלן נישט אויפהערן מיט זייערע בייסיגע אטאקעס, וועט יעדער פון זיי אפגענטפערט ווערן ווי עס ברויך צו זיין!

ר' איד, בארוהיגט אייך, אנדערש וועט איר גאר שנעל טרעפן דעם וועג ארויס

שוין לאנג נישט געשריבן דא אויפן וועלטל, און איך האב נישט אין פלאן צו שרייבן אין די נאענטע צוקונפט, אבער, זעהענדיג די נארישע און זינלאזע תגובה פון דעם אזוי-גערופענעם אידן פריינט, האב איך זיך נישט געקענט באהערשן און זיך איינהאלטן פון אויסגעבן דאס וואס איך האב אויף אים צו זאגן.

אלזא, עס אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג די גאנצע טעמע פון קינדליין און קינדערליך, עס גייט מיר היפש קנאפ אן אויב איינער פון זיי מאכט געלט צו נישט, איך זעה נישט קיין שום אינטערעסע אין אזא טעמע וואס זאל מיר ספעציעל באאיינדרוקן אדער אינטערסירן... אבער, מישנדיג אונטער א שנעלע איבערזיכט איבער הנעשה והנשמע אויף אייוועלט האב איך באגעגנט אייער תגובה, און אט דערפאר וויל איך אפענטפערן און זיך צולאזן:

איז אזוי, איך בין שוין דא אויף אייוועלט א שיין שטיק צייט און איך האב שוין בייגעוואוינט פילע צענדליגע און הונדערטער ניקס וועלכע טוען באשיינען דעם וועלטל, ס'איז פארהאן דא א רייכע אויסוואהל און סלעקציע פון פארשידענע פילפארביגע סארט שרייבערס, מאנכע פארמאגן א גאלדנע פעדער מיט א רייכע געדאנקן גאנג, אנדערע זענען רייך באהאווענט און כל מיני נושאים אנגעהויבן פון פאליטיק און געענדיגט ביי ידיעות איבער בתי חיים אינעם ווייט פארשטיפטען ווייס רוסלאנד... בקיצור, דא אויף דעם ארט זענען פארהאן אלע ערליי שרייבערס און קאמענטירערס, א יעדער איינער מיט זיין גאנג און שניט, איינער שארף איינער היימיש... איינער תוכן'דיג און איינער ווייניגער תוכן'דיג... יעדער איינער מיט זיין קאליר און סטיל. איך גיי נישט זאגן אז א יעדער איינער גלייכט אלעמען, אבער מער ווייניגער איז עס א וועלטל וואס ענהאלט אין זיך פון אלע סארטן.

אבער, אזא מעכטיגער און ריזיגער שרייבער ווי 'אידן פריינט' האב איך שוין לאנג נישט באגעגנט, ער קומט אן גאר אלס א נייער גאסט און אנשטאט אריינגיין אינעם ברוכים הבאים אשכול און איידעלערהייט אפנעמען א ברוכים הבא און זיך צוקוקן אביסל צום הלוך ילך דא, איז ער גאר דא פונעם ערשטן מינוט פול פורס צו אטאקירן אז עווענטועל וועט ער אנרייסן דער וואס וועט זיך נאר וואגן צו קריטיקירן דעם קינדערליך...

אלנפאלס, ס'גייט מיר נישט אן קיין כי הוא זה די טעמע איבער וואס דו רעדטס, די איינציגסטע זאך וועלכע איך וויל דיר לאזן וויסן אז עס אונז זייער אנגענעם אויפצונעמען מיט ברייטע ארעמעס א נייע ניק דא אויפן וועלט, איבערהויפט ווען יענער בארימט זיך אז ער איז באשאנקן געווארן מיט א זעלטן שרייבערישן כח, אבער ביטע פאר דיין אייגענע טובה, פארמאך די דיזע ניק און קום אריין מיט א צווייטע ניק און הייב אן שרייבן ווי א נערמאלע מענטש און נישט ווי א פאריקטע פערזאן ארויס פון חיות-שטייג.

אין דיין יעצטיגע מצב, נאכדעם וואס דו האסט שוין געשריבן דאס וואס דו האסט געשריבן, אינטערסירט שוין קיינעם נישט וואס דו האסט צוזאגן, האסט זיך ארויסגעברענגט אלס איינער וועלכע איז דא צו אנפאלן און איבערפאלן אנדערע מיט א געוויסע כח וואס דו (האלסט אז דו) האסט, האסט זיך קאטאגאריזירט אלס א שטיקל בעל גאוה'לע וועלכע קען זיך נישט אויפהערן אליינס אויסרימען איבער זיין מעכטיגן קראפט... און קיינעם גייט נישט קימערן דאס וואס דו האסט אין בויך (פענע), ביטע קום אריין ווי א נערמאלע באזעסנע מענטש און דערנאך עמיר ווייטער קענען פירן א שמועס.

(די ליינער פון אייוועלט (און אזוי אויך די הנהלה) ווייסן גאנץ גוט אז איך בין איבערהויפט נישט דער ניק וועלכע קומט אן און באפאלט מיט געוואלדטאטן נייע און אלגעמיינע ניקס, אבער, למען נחיצות הענין זעהענדיג די 'העארישקייט' וואס דער אידן פריינט האט זיך גענומען מיטן סטראשען אנדערע האב איך געשפירט פאר וויכטיג אפצושרייבן די פאר שורות, און איך בעט טאקע פון די הנהלה אז עס זאל נישט געמעקט ווערן).

מיט דאנק און האפענטליך פארשטענדעניש.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובה דורך ארום די זייגער »

ליינענדיג די אשכול קומט מיר ארויף די בלוט אין קאפ וויאזוי אידן קענען שרייבן איינע אויפ׳ן צווייטן! מ׳מעג אנהייבן ארבעטן אויף די מידות!
קינדערליך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 1:20 pm

קינדערליך - וועכנטליכע אויסגאבע פאר קינדער

תגובה דורך קינדערליך »

נומער 3 ווערט היינט פארשפרייט אין די געשעפטן.

איך בעט אלע מגיבים, צו שרייבן בלויז איבער קינדערליך. [אלעס נוגע איבער אנדערע נושאים קען מען איבערלאזן אינעם פארמאכטן אשכול]

ווי דערמאנט פאריגע וואך ווערט באשריבן ר' אלי' דוד טירנויער.

אויך הייבט זיך אן א נייע קאלום 'גיב אים אן עצה' וואס איז אנגעהויבן געווארן אויפן ראט פון עטליכע מחנכים, און וועט בעז"ה שטארק העלפן קינדער.
אטעטשמענטס
C7Sp9MOW4AIfTGq.jpg
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובה דורך פארוואס נישט »

קינדערליך האט געשריבן:נומער 3 ווערט היינט פארשפרייט אין די געשעפטן.


אין מאנסי אויך?

[פאריגע וואך ווען אויף די האטליין האט מען געמאלדן אז מ'קען שוין קויפן אין די געשעפטן איז עס נישט געווען אין די מאנסי געשעפטן]
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובה דורך צים פינטעל »

געקויפט די ערשטע צוויי, מיינע קינדער האבן זייער הנאה געהאט, איך האב אביסל געליינט אין די אנדערע אשכול וועגן די יוניק סעלינג פוינט פון זיי, סאו וויל איך זאגן פון מיין עקספיריענס, איך האב מיידלעך פון 9 יאר און אראפ, אז עס איז דא אין קינדערליך מער זאכן וואס איז אינטערעסאנט פאר אינגערע קינדער און פאר מיידלעך, אויב דאס איז געווען זייער מחשבה איז עס א גוטע זאך, זיי וואלטן עס ווען געדארפט מער פאמפען
קינדערליך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 1:20 pm

תגובה דורך קינדערליך »

פארוואס נישט האט געשריבן:
קינדערליך האט געשריבן:נומער 3 ווערט היינט פארשפרייט אין די געשעפטן.


אין מאנסי אויך?

[פאריגע וואך ווען אויף די האטליין האט מען געמאלדן אז מ'קען שוין קויפן אין די געשעפטן איז עס נישט געווען אין די מאנסי געשעפטן]



אויף דעם גילט דער כלל 'אין למדין מן הכללות'... אין מאנסי איז עס נאכנישט געווארן דיסטריביוטעד [כ'מיין אז טייל פון וויליאמסבורג אויך נישט]. וועט לכאורה אנקומען מארגן אין אפסטעיט
קינדערליך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 1:20 pm

תגובה דורך קינדערליך »

צים פינטעל האט געשריבן:געקויפט די ערשטע צוויי, מיינע קינדער האבן זייער הנאה געהאט, איך האב אביסל געליינט אין די אנדערע אשכול וועגן די יוניק סעלינג פוינט פון זיי, סאו וויל איך זאגן פון מיין עקספיריענס, איך האב מיידלעך פון 9 יאר און אראפ, אז עס איז דא אין קינדערליך מער זאכן וואס איז אינטערעסאנט פאר אינגערע קינדער און פאר מיידלעך, אויב דאס איז געווען זייער מחשבה איז עס א גוטע זאך, זיי וואלטן עס ווען געדארפט מער פאמפען


גערעכט. מען האט טאקע אריינגעלייגט קאפ אז עס זאל זיין פאר די אינגערע און פאר די מיידלעך, און ב"ה די פידבעק איז גאר פאזיטיוו. מען זעט אבער אז עס זאל אויך זיין אינטרעסאנט פאר די עלטערע קינדער. אגב, די וואך איז דא גאר א היסטארישע ארטיקל איבער גדולי ישראל וואס האבן עוסק געווען בעניני רפואה. באגלייט מיט הערליכע בילדער, לדעתי איז דער ארטיקל דוקא געאייגענט פאר עלטערע קינדער
פארשפארט

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”