קול מבשר פורים אפטיילונג - תשע"ה לפ"ק

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

קול מבשר פורים אפטיילונג - תשע"ה לפ"ק

תגובהדורך דע מה שתשיב » פרייטאג פאברואר 27, 2015 7:55 am

א זאפטיגער 'פורים אפטיילונג' איז ארויפגעשטעלט געווארן היי יאר.
די מערסטע וואס געפעלט מיר איז די אינטערוויאוס מיט די וועלט בארימטע זינגער און גראמער, אויף 2-3-5, אנגעהויבן מיט יוסי גרין, דערנאך צו יהודה גרין, מיכאל שניצלער, ליפא, אהרעלע סאמעט, יצחק פוקס, יונתן שווארץ, פינקי וועבער, ישראלי ווערדיגער, מרדכי בן דוד, יואלי גרינפעלד, יואלי קליין (ואפילו בהסתרה), און נאך.
און דער חידוש: דער פרעגער און אלע ענטפערער איז דער זעלבער מענטש!

זלמן, אזוינס האסטו נאכנישט באוויזן ביז אהער! געוואלדיג! עס האט זיך געלוינט צו ווארטן.
לעצט פאראכטן דורך דע מה שתשיב אום פרייטאג פאברואר 27, 2015 1:46 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » פרייטאג פאברואר 27, 2015 10:37 am

געהערט נומער 1, עפעס שטימט מיר נישט,
לכאורה זענען אלע קערעקטער'ס דארט די זעלבער און איינער יואלי יר"ה,
אבער אינמיטן ווערט א מין צעמישעניש מ'כאפט שוין נישט ווער ס'רעדט יעצט, איין רגע רעדט שמעי' מיט'ן זעלבן שטימע ווי די שווער און די בעה"ב מיט יאסעל'ע,

יר"ה ברויך אינאכט נעמען אז דאס זעט מען נישט דאס קען מען נאר הערן, ממילא דארף מ'לייגן א שטארקן דגוש אז מ'זאל קענען כאפן ווער ס'זאגט וואס...

נאמבער 5 איז די זאך,
לאמיר האפן אז קול מבשר וועט עס לאזן אויפן ליין.
לעצט פאראכטן דורך ניגון עתיק אום זונטאג מארטש 01, 2015 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:05 am

איך הייב אן יעצט צו הערן נומער 5 איך קען נישט סטאפן לאכן!

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:09 am

לצים :lol: 8.) :lol: :lol:

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:17 am

יא, נומער פינף איז א היט, ארגינעלע איידיע גוטע ליצנות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:40 am

דע מה שתשיב האט געשריבן:א זאפטיגער 'פורים אפטיילונג' איז ארויפגעשטעלט געווארן היי יאר.
די מערסטע וואס געפעלט מיר איז די אינטערוויאוס מיט די וועלט בארימטע זינגער און גראמער, אויף 2-3-5, אנגעהויבן מיט יוסי גרין, דערנאך צו יצחק פוקס, מיכאל שניצלער, ליפא, אהרעלע סאמעט, יונתן שווארץ, פינקי וועבער, ישראלי ווערדיגער, מרדכי בן דוד, יואלי גרינפעלד, יואלי קליין (ואפילו בהסתרה), און נאך.
און דער חידוש: דער פרעגער און אלע ענטפערער איז דער זעלבער מענטש!

זלמן, אזוינס האסטו נאכנישט באוויזן ביז אהער! געוואלדיג! עס האט זיך געלוינט צו ווארטן.


פןקס איז נאך סאמעט, נאך יוסי גרין איז יודא גרין

דער איז פיינע נייעס, ווער איז דאס?

גענעראל
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך גענעראל » פרייטאג פאברואר 27, 2015 1:37 pm

נומבער 5 איז דאך עפעס "ארויס פון דער וועלט" !!!
די ניגונים !!, די זינגערס !!, און דער אינטערוויוער.... נישטא קיין ווערטער !!!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג פאברואר 27, 2015 2:46 pm

יא, טרעק 5 איז די זאך! משוגע צו ווערן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג פאברואר 27, 2015 2:48 pm

רט, אויסערגעווענליך גוט, די קול, די קוועטשעס, די ווערטער וואס ער ניצט, די אקצענט, סופער גוט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג פאברואר 27, 2015 3:11 pm

איין זאך האט ער נישט אזוי ווי אלע יארן, למשל פאריאר איז געווען מיטן העליקאפטער/קאר סערוויס
בקיצור עפעס אזא מצב ווי אסאך מענטשען רעדן.

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » פרייטאג פאברואר 27, 2015 5:16 pm

אט האסטו די איין מאן באנד, דער וואס מאכט יעדעם נאך מען האט שוין דא גערעדט פון אים, ער הייסט קלמי שווארץ.

פעקס מאשין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2013 4:27 pm

תגובהדורך פעקס מאשין » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 10:29 pm

מיללער האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:א זאפטיגער 'פורים אפטיילונג' איז ארויפגעשטעלט געווארן היי יאר.
די מערסטע וואס געפעלט מיר איז די אינטערוויאוס מיט די וועלט בארימטע זינגער און גראמער, אויף 2-3-5, אנגעהויבן מיט יוסי גרין, דערנאך צו יצחק פוקס, מיכאל שניצלער, ליפא, אהרעלע סאמעט, יונתן שווארץ, פינקי וועבער, ישראלי ווערדיגער, מרדכי בן דוד, יואלי גרינפעלד, יואלי קליין (ואפילו בהסתרה), און נאך.
און דער חידוש: דער פרעגער און אלע ענטפערער איז דער זעלבער מענטש!

זלמן, אזוינס האסטו נאכנישט באוויזן ביז אהער! געוואלדיג! עס האט זיך געלוינט צו ווארטן.


פןקס איז נאך סאמעט, נאך יוסי גרין איז יודא גרין

דער איז פיינע נייעס, ווער איז דאס?


איז דאס אלעס אפשר שימעי שטויבער? (א יונגערמאן וואס מאכט וואנדערלעך נאך סיי וועלעכע שטומע!)

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:00 pm

ער הייסט שווארץ
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:02 pm

האט ווער א בילד פינעם?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:02 pm

פעקס מאשין האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:א זאפטיגער 'פורים אפטיילונג' איז ארויפגעשטעלט געווארן היי יאר.
די מערסטע וואס געפעלט מיר איז די אינטערוויאוס מיט די וועלט בארימטע זינגער און גראמער, אויף 2-3-5, אנגעהויבן מיט יוסי גרין, דערנאך צו יצחק פוקס, מיכאל שניצלער, ליפא, אהרעלע סאמעט, יונתן שווארץ, פינקי וועבער, ישראלי ווערדיגער, מרדכי בן דוד, יואלי גרינפעלד, יואלי קליין (ואפילו בהסתרה), און נאך.
און דער חידוש: דער פרעגער און אלע ענטפערער איז דער זעלבער מענטש!

זלמן, אזוינס האסטו נאכנישט באוויזן ביז אהער! געוואלדיג! עס האט זיך געלוינט צו ווארטן.


פןקס איז נאך סאמעט, נאך יוסי גרין איז יודא גרין

דער איז פיינע נייעס, ווער איז דאס?


איז דאס אלעס אפשר שימעי שטויבער? (א יונגערמאן וואס מאכט וואנדערלעך נאך סיי וועלעכע שטומע!)
זאג, האסט א שמאטע אויף די אויגן?...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:07 pm

דוכט זיך אז אלס אינטערוויוער פרובירט ער איבערצונעמען הענדיל ברייער... דער איז סופער!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:08 pm

ער איז פיינע נייעס, הייסט קלמי בן משה אליעזר שווארטץ פון קרית יואל, חתונה געהאט אפאר חדשים צוריק.

סתם פאר אונטערסאנקייט, מזאגט פארדעים פאר די זינגערס אז מגייט זיי לייגן אויפן צימבעל?

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:11 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:דוכט זיך אז אלס אינטערוויוער פרובירט ער איבערצונעמען הענדיל ברייער... דער איז סופער!

איך וואלט געזאגט וועלוול פעלדמאן

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:19 pm

יא ער איז זייער גיט אבער מרדכי ווערדיגער מיין פעיוועריט מאכט ער נאך גאר שוואך

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:29 pm

די קונץ איז, אז סיי די ענטפערער (זינגער) און סיי די פרעגער (אינטערוויוער) איז ער אליין!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:31 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:דוכט זיך אז אלס אינטערוויוער פרובירט ער איבערצונעמען הענדיל ברייער... דער איז סופער!

איך וואלט געזאגט וועלוול פעלדמאן

די קול האט מיר צוערשט געכאפט ווי הענדיל, אבער פונעם סגנון זעט טאקע אויס ווי ער פרובירט נאכמאכן די חנוכה פראיעקט "שיר ורננים" פין וועלוועל'ן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:35 pm

יוסי גרין מיין איך מאכט ער די בעסטע נאך

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:44 pm

fiena nieas האט געשריבן:יא ער איז זייער גיט אבער מרדכי ווערדיגער מיין פעיוועריט מאכט ער נאך גאר שוואך


ער מאכט נאך מרדכי לויט וויאזוי ער זינגט לעצטענס. ער מאכט נאך היפש מרדכי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:יא ער איז זייער גיט אבער מרדכי ווערדיגער מיין פעיוועריט מאכט ער נאך גאר שוואך

איך זאג נישט, ביי אלע קען מען זען אז ס'איז נאכגעמאכט, אבער די פערסאנעל היילייטס פין די קערעקטערס ברענגט ער גאר גוט ארויס! בפרט אויף די צפעציפישע ניגון. למשל ביי מרדכי'ן איז "ותערב" ממש די קנייטשן ווי ער זינגט עס.

_____

נשמה האקט, די זעלבע נקודה
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג מארטש 01, 2015 12:04 am

יא קען זיין זיין זינגן מאכט ער גיט נאך אבער נישט זיין רעדן


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סקאראמוטשי און 3 געסט